גאלד האט געשריבן:כאניש געהעט קיין טראפ צייט צו קאמענטירן זייט די ווערדיקט,
כעל עוד הפעם זיין זייער אנעסט, איך ווארן שוין אז ס'העט מעגליך נישט שמעקן פאר אסאך, ראו הזהרתוך,
איך בין זייער פיסט און פראסטרעיטעד,
ניין נישט אויף די נ.י. פאוסט, און נישט אויף טשארלס היינס,
איך האב דאך לכתחלה פאראויסגעזאגט אז דער וועבערמאן האט קיין שום שאנס צו פרייגעשפראכן ווערן,
כעל פרעגן א שאלה ניסוח "מייקל סעוועדש", (אויב מ'ווייסט נישט ווער דאס איז איז אויך גוט)
איך בין נישט קיין לויער, קיינמאל פראקטיצירט געזעץ, איך האב אויך נישט קיין פערזענליכע עקספיריענס און קרימינאלע קעיסעס,
איך בין קיין שום הויכגעשפריצטער אקטיוויסט, אדער איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך ביי די הויכע פענסטערס,
איך בין א אחת מני אלף חסיד פון נ.י., א נאו נעים,
פארוואס איז דאס אז איך האב געוויסט וואס עס גייט געשען
און קיינער פון די עסקנים האט עס נישט געהעריג פאראויסגעזעהן, און נישט באצייטענס אפגעשטעלט דעם סירקוס בעוד מועד,
לאמיך אייך זאגן מיינע ברודער קלאר און דייטליך,
דער וועבערמאן האט פראקטיצירט פעדעפיליע קעגן דעם פרוי,
ניין כאניש קיין הארטע באווייז, כאניש קיין עדי ראי'
דער אנקלעגער איז טאקע א פראסטאק, און וועבערמאן א חסידישער איד בחזקת כשרות,
און קען טאקע זיין אז ע"פ תורה וואלט מען איהם נישט געקענט מחייב זיין,
אבער נישט קענען מחייב זיין מיינט נישט אז ער איז אומשולדיג,
ס'לייגט זיך טאקע נישט אויף שכל אז א נארמאלער מענטש זאל טאן אזאלעכע שענדליכע מעשים,
אבער אומעגליך איז דאך עס נישט,
און דאס אז א מענטש שטעלט זיך אויף א וויטנעס סטענד, שילדערט א געשיכטע מיט פונקטליכע דעטאלען פאר א דשאדש און א דשורי,
בשעת זי ווייסט גוט אז דאס קען אומגליקליך מאכן וועבערמאן מיט זיין משפחה אויף לעולם ועד,
דאס איז נישט קיין אבי "הי סעיד שי סעיד", דאס סאך אסאך ווייטער ווי סתם ריווענדש,
ס'איז פשוט דום אזוי צו קלערן,
ווי גערעגט לאמיר זאגן דער פרוי איז אויף וועבערמאן, און ווי א גרויסער אויסווארף זי זאל נישט זיין,
א מענטש וועט קיינמאל טון אזא עקסטרעמע זאך פאר רעווענדש, ס'פשוט נישט קיין קאמאן סענס,
גראדע איז שוין געווען אזא מין זאך פון פאלשע קלאגעס און אמעריקע,
אפאר יאר צוריק האט מען געמאכט א בלבול קעגן 4 סטונדענטן פון דוק יונעווערסעטי אין נארט קאראליינע,
אבער דארט איז דער אמת ארויסגעקומען פאר די טרייעל האט זיך אנגעהויבן,
כמעט קיין שום קעיס וואס איז אנגעקומען ביז א דשורי דעליבערעשן איז געווארן פרייגעשפראכן,
ס'פשוט נישט מעגליך אז אזא ליגנט זאל זיך האלטן אזוי לאנג,
צוריק צו מיין פוינט,
ס'עגבערט און קרענקט אין מיר א קשיא, פארוואס האט מען גענומען אלע חסידים פון ניו יארק אויף א ווילדע רייד,
דורך פשוט אומבאהאווענטע אומוויסענדע א"ג עסקנים,
וואס ווייסן נישט אז ווען א פרוי מאכט אזא הארבע באשולידגונג מיינט דאס אז רגלים לדבר וצריך בדיקה
וואס ווייסן נישט אז אזא סארט קעיס איז כמעט נישט מעגליך צו געווינען,
זיי זענען מיר און דיר שולדיג א פיוס,
האבן די עסקנים שוקל דעת געווען צו איז איז די קעיס טאקע ווערד צו אריינשלעפן און ריזיקירן די כבוד פון דעם טיפישן שטאפענע הוט איד,
זיכער נישט,
פאר דעם אליין אז ס'איז א נישט געווען קיין שום רעאליסטישע שאנס פאר סוקסעס
אפי' לאמיר זאגן אז ס'טאקע געווען בלבול,
דאס אליין איז געווען גענוג סיבה צו פירן די קאמף פריוואט און נישט אריינשלעפן די גאנצע שטאט,
על אחת כמה וכמה וואס איך גלויב אז ס'ליידער נישט געווען א "עלילה 75"
ודי בזה.
איך האב דאס כמעט די זעלבע ווערטער געשריבן אויף איי-וועלט און מען האט עס אראפגענומען פון דארט, די גאנצע קעיס איז געפירט געווארן דורך אזאלכע עסקנים ווי קלאר- צימערמאן, וואס ווייסן איין זאך צו גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין, נישט פעיסען ריעליטי, און אפילו יעצט מיט די אלע העצע קאמפיינס וועט מען נישט גארנישט אויפטוען לגבי גרינגער מאכן די שטראף פאר ר' נחמי', עס קען נאך העלפען אסאך רחמי שמים, אז די דזשאדזש זאל נישט געבן אזויפיל יאר פאר אים.
וואס טוט מען אנשטאט דעם? מען רייצט אויף דעם עולם (און די עולם איז טאקע אויפגעשוידערט), און עס ווערט געטוען אזא מעשה ווי די בליעטש קעגן נחום, (איך זאג נישט אז וועבערמאן אדער די עסקנים איז שולדיג אויף דעם), וואס וועט די דזשאדזש טוען? ער וועט וועלן שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיונעטי און ער וועט זיך באגיין מיט ר' נחמי' מיט די ארגסטע, און קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טוען און ער דארף אויך נישט געבן א דין וחשבון פאר קיינעם.
געדענקט עס איז פיקוח נפש און יעדן טאג ווייניגער וואס ער באקומט איז א ישועה מן השמים און אלץ איד מעג מען אפילו מחלל שבת זיין אז א איד זאל זיצן אפילו א טאג ווייניגער אין תפיסה.
און יא מען מעג זיך אפילו אראפזעצן מיט נחום ראזענבערג צו פרובירן אפשר וועט ער זען אז די ווייבל זאל זיך מרחם זיין און בעטן די דזשאדזש אז ער זאל זיין ברחמנות.
א חוץ טאמער צוליב די אייגענע כבוד וועט מען לאזן ר' נחמי' פארפאלען ווערן פאר אייביג, און ארויסקומען נאר אין אן ארון, יא עס איז דא א מעגליקייט אז אפילו יעצט זאל די דזשאדזש געבן למשל נאר 15 יאר.