בלאט 86 פון 164

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:06 pm
דורך געפילטע פיש
kliger האט געשריבן:wow what an answer!
when we say to look what type of person krauss is, you say that we must focus about the issue
and not focus on on the personal problems
and now your SMART answer is that my english is not like yours
this is your problem now ,cause i am a graduated from harvard university
and its not nice for a harvard graduated
what an intelligent answer!

הרב קלוגער, בארואיגט אייך, איך האב געשריבן אז איך האב דיר נישט געוואלט פארשעמען, און בכלל פראביר איך מיך צוריק צו האלטן פון פארעכטן יענעמס ספעלינק מיסטעיקס וויבאלד איך ווייס אז ס'גייט אויף די נערווען ווען איינער איז א גראמאר\ספעלינג פאליציי, אבער היות קפנדריא האט געשריבן "שוין לאנג נישט געהערט אזא געזונטע 'אמעראצעס'" האב איך עם געענטפערט אז אויב זוכט ער אמעראצעס דארף ער נישט גיין ווייט און קוקן נאך איין תגובה צוריק. איך בעט דיר נעם עס נישט פערזענליך, דו ביסט א וואוילע.

kliger האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:[ שוין אפגערעדט פון די עצם אמעראצעס וואס ער קייעט איבער שוין די צווייטע מאל, (די ערשטע מאל האט מען עם איגנארירט). .

you answered your big problem yourself

אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז "לייענט איבער די אכציג בלעטער אין דעם אשכול און אלע דיינע באמבע קושיות וועלן פארענטפערט ווערן אומצאליגע מאל".

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:07 pm
דורך הדד בן בדד
אוהב דעת האט געשריבן: btw ער האט נישט קיין פראבלעם אז נחמי גייט אפילען די פסק, אזוי האט ער נעכטען געזאגט


אוודאי נישט, ער ווייסט אז וועבערמאן האט איין פרעקשאן פון איין צענטל פון איין פראצענט צו געווינען דעם אפיעל...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:09 pm
דורך הדד בן בדד
שרגא האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:די שאלה איז פארוואס דו ווילסט גלייבן די עדות פון איר? ווען ס'דא אזויפיל צדדים צו טראכטן אז איר עדותשאפט איז צווייפעלהאפטיג.


ווייל אפילו אויב איר עדותשאפט יעצט אין געריכט איז צווייפלהאפטיג (און לאמיך קלאר זאגן אז איך האב גארנישט מער אינפארמאציע לגבי די יעצטיגע עדות'טע ביים פראצעס ווי דיר), זענען דא אנדערע עדותשאפטן וואס איך גלייב יא.


איך וויל אויך הערן די אנדערע עדות'שאפטן, וואו קען איך דאס הערן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי, דער עולם האלט שוין דא ביי זעלבסטמארד. זר ווערט שוין נישט בארוהיגט פון זאגן די גאנצע פרשת תוכחה אויף יעדן וואס איז נישט טאטאל אין שפאן מיט אים, בן תמליון ווערט שוין נישט בארוהיגט מיטן גיסן פעך און שוועבל, זיי ווילן ערנסטע עקשאן.

וואס איז מיט אייך מיינע ליבע פריינט, בן תמליון, זר זהב ודומיהם, אזוי שיין האבן מיר דא געלעבט, זר זהב דיינע באטעמטע וויצן זענען דאך אזוי פיין געווען, בן תמליון דיינע שיר השירים זענען דאך געווען אזוי צום טעם ; והנה און נון, א רוח סערה האט זיי פארכאפט און זיי זענען משוגע געווארן! יא, די וועלט איז א נוה התלאות, עס איז דא אומ'יושר, עס איז דא פראבלעמען, מיר שטייען אין שווערע צייטן, אבער מיר זענען נישט ניי אין גלות, מענטשן ליידן שוין אסאך יארן, אבער מען דארף אנגיין! על כן לא נירא בהמיר ארץ. וואס גייט איר יעצט טון? זיך אויפלעזן - ווי דער ברך משה האט געפרעגט די אנטוישטע ארונים בעת צרתם? גוזר זיין שלא לבעול נשים ולא לשתות יין ווי קנאישע אידן נאכן חורבן? ניין, מען מוז אנגיין!

זר זהב, דו מוזט שרייבן פופציג ווערטלעך, ברענגען דריי אינטערסאנטע קליפס, (ובכללם איינס פון סעוועדזש), זיך טענה'ן אין צימעס און סתם אזוי ארומפיקלען, פשוט פאר דיין בריאות הנפש.

בן תמליון, דו מוזט שרייבן נאך א פרק שיר השירים, נאך אפאר זאפטיגע מאחורי'ס, און סתם אביסל שרייבן.

אויב נישט וועט איר ביידע ווערן אנגעשטעקט פון א נייע סארט סינדראם AWC עפעטער וועבערמאן סינדראם.

און יעצט מה שנוגע די באוואפענטע מערכה קעגן אלע רשעי ישראל. איז אזוי, אלע נייע ניקס וואס זענען געקומען דערביטערן דאס לעבן זאלן זיך גיין אויפרייסן (ווירטואליש) און נעלם ווערן פון האריזאנט, און זר און בן תמליון מוזן אוועקשטיין פון אלע געווער, וליתר שאת אפילו פון מוהל מעסערלעך און פייער קרעקערס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:15 pm
דורך kliger
געפילטע פיש האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:wow what an answer!
when we say to look what type of person krauss is, you say that we must focus about the issue
and not focus on on the personal problems
and now your SMART answer is that my english is not like yours
this is your problem now ,cause i am a graduated from harvard university
and its not nice for a harvard graduated
what an intelligent answer!

הרב קלוגער, בארואיגט אייך, איך האב געשריבן אז איך האב דיר נישט געוואלט פארשעמען, און בכלל פראביר איך מיך צוריק צו האלטן פון פארעכטן יענעמס ספעלינק מיסטעיקס וויבאלד איך ווייס אז ס'גייט אויף די נערווען ווען איינער איז א גראמאר\ספעלינג פאליציי, אבער היות קפנדריא האט געשריבן "שוין לאנג נישט געהערט אזא געזונטע 'אמעראצעס'" האב איך עם געענטפערט אז אויב זוכט ער אמעראצעס דארף ער נישט גיין ווייט און קוקן נאך איין תגובה צוריק. איך בעט דיר נעם עס נישט פערזענליך, דו ביסט א וואוילע.

kliger האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:[ שוין אפגערעדט פון די עצם אמעראצעס וואס ער קייעט איבער שוין די צווייטע מאל, (די ערשטע מאל האט מען עם איגנארירט). .

you answered your big problem yourself

אויף דעם האב איך דיר געזאגט אז "לייענט איבער די אכציג בלעטער אין דעם אשכול און אלע דיינע באמבע קושיות וועלן פארענטפערט ווערן אומצאליגע מאל".

please understand that his "am haratzis" is about the issue ,and my "am haratzis" is about my spelling
i didn't took it personal just wanted an answer on the question.
thanks

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:20 pm
דורך זר זהב
קופערניקוס האט געשריבן:ן.
וואס איז מיט אייך מיינע ליבע פריינט, בן תמליון, זר זהב ודומיהם, אזוי שיין האבן מיר דא געלעבט, זר זהב דיינע באטעמטע וויצן זענען דאך אזוי פיין געווען, בן תמליון דיינע שיר השירים זענען דאך געווען אזוי צום טעם ; והנה און נון, א רוח סערה האט זיי פארכאפט און זיי זענען משוגע געווארן!

יא, איך בין משוגע געווארן זעהנדיג אז איינער מזרע ישראל שרייבט אויף א צווייטן איד מיט א פרייד: "שימלען אין תפיסה" און לייגט נאך צו א סמיילי. וואס זאלעך טון קופערניקס אז מיין נשמה איז צו איידל פאר דעם? אדרבה טויש מיר.

איך וויל שרייבן וויצן און לייגן קליפס. אבער ווען ס'דרייען זיך דא אזאנע רשעים פארלירט מען דאס גאנצע מוט.

אדאנק פארן מיר אויסהערן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:25 pm
דורך הדד בן בדד
קופערניקס, זייער גוט געזאגט. איך האב פונקט דאס געטראכט. איך פיל עס ביי מיר אליינס, איך בין פלעין אויס מענטש די לעצטע פאר טעג, איך עס נישט און שלאף נישט, און ווען איך לייג זיך שוין אראפ טראכט איך און איך חלום נאר פון וועבערמאן און גלות און דעם צוקונפטיגן האלאקאוסט וואס גייט פארקומען אין אמעריקא. עס איז פלעין שרעקעדיג.

און איך האב זיך פונקט פארטראכט, אז וואס איך דארף יעצט גאר שטארק איז א גוטן שיעור אין חובת הלבבות שער הבטחון וכדו'. אויב נישט אונזער אמונה און בטחון וואלטן מיר שוין לאנג פארפאלן געווארן אין גלות נאר פון דעם שרעק, און שוין אפגערעדט פון די צרות און עינויים קשים. עס איז טאקע שרעקעדיג, אבער מיר האבן דאך א באשעפער, און נאר אריינהאמערן אין זיך נאך אמונה און נאך בטחון וועט אונז העלפן אנגיין ווייטער (און אויך, אז ווער עס האט פראבלעמען אין די עניינים, זאלן שנעל גיין פאר העלפ).

און האף אבער אז זר און בן תמליון האבן נאר גוטמוטיג זיך געווערטלט, ווייל אויב נישט דאן איז טאקע ביטער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:29 pm
דורך זר זהב
איך האב לגמרי נישט געווערטעלט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:35 pm
דורך גאלד
כאניש געהעט קיין טראפ צייט צו קאמענטירן זייט די ווערדיקט,
כעל עוד הפעם זיין זייער אנעסט, איך ווארן שוין אז ס'העט מעגליך נישט שמעקן פאר אסאך, ראו הזהרתוך,

איך בין זייער פיסט און פראסטרעיטעד,
ניין נישט אויף די נ.י. פאוסט, און נישט אויף טשארלס היינס,
איך האב דאך לכתחלה פאראויסגעזאגט אז דער וועבערמאן האט קיין שום שאנס צו פרייגעשפראכן ווערן,

כעל פרעגן א שאלה ניסוח "מייקל סעוועדש", (אויב מ'ווייסט נישט ווער דאס איז איז אויך גוט)
איך בין נישט קיין לויער, קיינמאל פראקטיצירט געזעץ, איך האב אויך נישט קיין פערזענליכע עקספיריענס און קרימינאלע קעיסעס,
איך בין קיין שום הויכגעשפריצטער אקטיוויסט, אדער איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך ביי די הויכע פענסטערס,
איך בין א אחת מני אלף חסיד פון נ.י., א נאו נעים,
פארוואס איז דאס אז איך האב געוויסט וואס עס גייט געשען
און קיינער פון די עסקנים האט עס נישט געהעריג פאראויסגעזעהן, און נישט באצייטענס אפגעשטעלט דעם סירקוס בעוד מועד,

לאמיך אייך זאגן מיינע ברודער קלאר און דייטליך,
דער וועבערמאן האט פראקטיצירט פעדעפיליע קעגן דעם פרוי,
ניין כאניש קיין הארטע באווייז, כאניש קיין עדי ראי'
דער אנקלעגער איז טאקע א פראסטאק, און וועבערמאן א חסידישער איד בחזקת כשרות,
און קען טאקע זיין אז ע"פ תורה וואלט מען איהם נישט געקענט מחייב זיין,
אבער נישט קענען מחייב זיין מיינט נישט אז ער איז אומשולדיג,
ס'לייגט זיך טאקע נישט אויף שכל אז א נארמאלער מענטש זאל טאן אזאלעכע שענדליכע מעשים,
אבער אומעגליך איז דאך עס נישט,
און דאס אז א מענטש שטעלט זיך אויף א וויטנעס סטענד, שילדערט א געשיכטע מיט פונקטליכע דעטאלען פאר א דשאדש און א דשורי,
בשעת זי ווייסט גוט אז דאס קען אומגליקליך מאכן וועבערמאן מיט זיין משפחה אויף לעולם ועד,
דאס איז נישט קיין אבי "הי סעיד שי סעיד", דאס סאך אסאך ווייטער ווי סתם ריווענדש,
ס'איז פשוט דום אזוי צו קלערן,

ווי גערעגט לאמיר זאגן דער פרוי איז אויף וועבערמאן, און ווי א גרויסער אויסווארף זי זאל נישט זיין,
א מענטש וועט קיינמאל טון אזא עקסטרעמע זאך פאר רעווענדש, ס'פשוט נישט קיין קאמאן סענס,

גראדע איז שוין געווען אזא מין זאך פון פאלשע קלאגעס און אמעריקע,
אפאר יאר צוריק האט מען געמאכט א בלבול קעגן 4 סטונדענטן פון דוק יונעווערסעטי אין נארט קאראליינע,
אבער דארט איז דער אמת ארויסגעקומען פאר די טרייעל האט זיך אנגעהויבן,
כמעט קיין שום קעיס וואס איז אנגעקומען ביז א דשורי דעליבערעשן איז געווארן פרייגעשפראכן,
ס'פשוט נישט מעגליך אז אזא ליגנט זאל זיך האלטן אזוי לאנג,

צוריק צו מיין פוינט,
ס'עגבערט און קרענקט אין מיר א קשיא, פארוואס האט מען גענומען אלע חסידים פון ניו יארק אויף א ווילדע רייד,
דורך פשוט אומבאהאווענטע אומוויסענדע א"ג עסקנים,
וואס ווייסן נישט אז ווען א פרוי מאכט אזא הארבע באשולידגונג מיינט דאס אז רגלים לדבר וצריך בדיקה
וואס ווייסן נישט אז אזא סארט קעיס איז כמעט נישט מעגליך צו געווינען,
זיי זענען מיר און דיר שולדיג א פיוס,
האבן די עסקנים שוקל דעת געווען צו איז איז די קעיס טאקע ווערד צו אריינשלעפן און ריזיקירן די כבוד פון דעם טיפישן שטאפענע הוט איד,
זיכער נישט,
פאר דעם אליין אז ס'איז א נישט געווען קיין שום רעאליסטישע שאנס פאר סוקסעס

אפי' לאמיר זאגן אז ס'טאקע געווען בלבול,
דאס אליין איז געווען גענוג סיבה צו פירן די קאמף פריוואט און נישט אריינשלעפן די גאנצע שטאט,
על אחת כמה וכמה וואס איך גלויב אז ס'ליידער נישט געווען א "עלילה 75"
ודי בזה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:53 pm
דורך אוהב דעת
הדד, איך קען דיר נישט לייקען ווייל יעצט איז נישט די צייט זיך זעצען נאכאמאל צום חובת הלבבות מדארף טון צום זאך
לאמער מאכען א פאנד פאר די אפיל קארט לויערס
לאמער זיך דורך רעדן מיט די da office, מסביר זיין וואספארא unjustice עס איז געטון געווארען אפשר זאל מען מאכען educational seminar, אדער אזא town hall meeting אונז דארפן תירוצום!! , אונז ווילען ןמיטארבעטען מיט די gov אבער עס מיז זין יושר פון זייער זייט
לאז עם רעדן מיט די ״מענטשען״ נישט מיט די פירערס וואס ווייסען נישט צופיל , און מאכען נישט די בעסטע decitions אייביג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:55 pm
דורך לאדיך אפ
ווער ס'קען גאלד (פון זיינע קאווע תגובות) דארף נתפעל ווערן פון זיין אנעסטי. :like

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:ן.
וואס איז מיט אייך מיינע ליבע פריינט, בן תמליון, זר זהב ודומיהם, אזוי שיין האבן מיר דא געלעבט, זר זהב דיינע באטעמטע וויצן זענען דאך אזוי פיין געווען, בן תמליון דיינע שיר השירים זענען דאך געווען אזוי צום טעם ; והנה און נון, א רוח סערה האט זיי פארכאפט און זיי זענען משוגע געווארן!

יא, איך בין משוגע געווארן זעהנדיג אז איינער מזרע ישראל שרייבט אויף א צווייטן איד מיט א פרייד: "שימלען אין תפיסה" און לייגט נאך צו א סמיילי. וואס זאלעך טון קופערניקס אז מיין נשמה איז צו איידל פאר דעם? אדרבה טויש מיר.

איך וויל שרייבן וויצן און לייגן קליפס. אבער ווען ס'דרייען זיך דא אזאנע רשעים פארלירט מען דאס גאנצע מוט.

אדאנק פארן מיר אויסהערן.


הדד בן בדד האט געשריבן:קופערניקס, זייער גוט געזאגט. איך האב פונקט דאס געטראכט. איך פיל עס ביי מיר אליינס, איך בין פלעין אויס מענטש די לעצטע פאר טעג, איך עס נישט און שלאף נישט, און ווען איך לייג זיך שוין אראפ טראכט איך און איך חלום נאר פון וועבערמאן און גלות און דעם צוקונפטיגן האלאקאוסט וואס גייט פארקומען אין אמעריקא. עס איז פלעין שרעקעדיג.

און איך האב זיך פונקט פארטראכט, אז וואס איך דארף יעצט גאר שטארק איז א גוטן שיעור אין חובת הלבבות שער הבטחון וכדו'. אויב נישט אונזער אמונה און בטחון וואלטן מיר שוין לאנג פארפאלן געווארן אין גלות נאר פון דעם שרעק, און שוין אפגערעדט פון די צרות און עינויים קשים. עס איז טאקע שרעקעדיג, אבער מיר האבן דאך א באשעפער, און נאר אריינהאמערן אין זיך נאך אמונה און נאך בטחון וועט אונז העלפן אנגיין ווייטער (און אויך, אז ווער עס האט פראבלעמען אין די עניינים, זאלן שנעל גיין פאר העלפ).

און האף אבער אז זר און בן תמליון האבן נאר גוטמוטיג זיך געווערטלט, ווייל אויב נישט דאן איז טאקע ביטער.



ניין, מען האלט נישט ביי קיין האלאקאוסט, בארוהיגט אייך!
דעם דיסטריקט אטוירני'ס דזשאב איז צו פרובירן אנקלאגן און ארעסטירן ווי מער מענטשן. נישט דווקא אידן. און דא, אז א מיידל האט קאמפלעינט אויף א טעראפיסט, אן ארייננעמען די פאקט אז ער איז א איד אין די פיקטשער, האט ער אים ארעסטירט.
די דזשורי זענען צוועלף פשוטע גויים וואס זענען נשפע פון די טרערן פון די א.ג. (דאס האב איך געשריבן פאר דיר, זר, צו מונע זיין א הארץ אטאקע) וויקטים.
די נוא יארק פאוסט איז א ביליגע טאבלאיד וואס האט פיינט מענטשן, עס האט פיינט דעמאקראטן, עס האט פיינט אידן, מוסלמענער, שיינע, מיאוסע, רייכע און אזוי ווייטער. און עס איז א געלע בלעטל און יא, קען זיין אז דער שרייבער האט פיינט חסידישע אידן, אבער פון א טאבלאיד'ס שנאה צו א געוויסע פארעם פון אידישקייט ביז האלאקאוסט איז א שטיקל מהלך!

און זר טייערער, עס פאסט נישט פאר דיר, די ווייסט אז יאנקל איז א באזעסענער קלוגער מענטש, דער עמוד העמודים פון שטיבל, און די זעלבע יידל, יואליש, און נאך. אלטגעזעסענע ידידים דא, נישט קיין זעלבסט האסער, נו, וואס צעבונטעוועט איר זיך אזוי שטארק קעגן זיי, זיי פרובירן צו זיין ראציאנאל און זוכן נישט סתם צו העצן און זיך פרייען מיט א איד'ס מפלה. בארוהיגט אייך!
זר טייערער בארוהיגט אייך!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:12 pm
דורך גאלד
לאדיך אפ האט געשריבן:ווער ס'קען גאלד (פון זיינע קאווע תגובות) דארף נתפעל ווערן פון זיין אנעסטי. :like


דו הערסט אויף צו חוזק מאכן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:15 pm
דורך אוהב דעת
ניין זר בארוהיגט זיך נישט
קופערנוקיס, איך האב נישט מורא פון א האליקאסט וואס גייט קומען מיך עסט די חרבן וואס איז שוין דא !!!
איך קען נישט עסן , קלינען מיין הויז , קאכען און באקען .
מרס קרויס ווער האט אייך עס געטון די לעצטע 2 וואכען? אפשר קען זי יעצט קומען צו מיר? 

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
נאכן שמועסן אין אישי מיט געוויסע ניקס דא בין איך ביי די מיינונג אז מען דארף אפשפארן די וועבערמאן אשכול עס איז גורם צופיל שנאה, די עקסטרעמיסטן פון ביידע זייטן הרגענען אפ די אשכול, און נישט בלויז דעם אשכול נאר דעם שטיבל.
די דרך הממוצע איז אז ר' נחמי' האט א רעקארד אלס א טייערער איד און דעריבער איז ניינציג פראצענט זיכער אז ער איז אומשולדיג און אפילו אויף די צען פראצענט איז א ווייטאג אויב מען געט אים ריזיגע עונשים. צו דעם זענען מסתמא ניינציג פראצענט מסכים.
דערנאך זענען דא דריי פראצענט וואס נעמען אז ר' נחמי' איז זיכער שולדיג, אדער אז אפילו אויב ער איז נישט שולדיג קומט אים טורמע - די חברה באלאנגען אין פעילד-מעסייע
דערנאך זענען דא זיבן פראצענט וואס האלטן אז ר' נחמ'י איז טויזנט פראצענט אומשולדיג, און די יוסטיץ און מידיע איז אנטיסעמיטיש און מיר האלטן פאר א האלאקאוסט און ווער עס זאגט אז עס איז דא א שאנס אז וועבערמאן איז שולדיג מוז פייגערן תיכף ומיד - די חברה זאלן פארן קיין פלארידא זיך אויסקורירן.

לאמיר זיך דא אויסלופטערן, פרעשור איז דא גענוג, דא לאז זיין א געשמאקע מקום פון ווערטלעך, באלערנדע שמועסן, עצות טובות, דברי חיזוק און אביסעלע מאחורי... :lol: :roll: :roll:
והנני בזה לכפול בקשתי, שפארט אפ די אשכול וואס טריגערט אזויפיל שנאה און הארץ ווייטאג :evil:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:24 pm
דורך זר זהב
שכח קופערניקס! הלוואי ווען דו שרייבסט דאס ווען 2 טעג צוריק... און לאמיר האפן מ'וועט דאס אפשפארן דא. איין זאך נאר, גורם געווען די שנאה האבן נאר די פעילד מעסייע טייפ עקסטרעמיסטן. וק"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:35 pm
דורך משה געציל
איך בין הונדרעט פראצענט איינשטומיג מיט ר׳ קופערניקס׳ן, א יעדעס מאל איך בין אריין געקומען אין דעם אשכול האב איך מיך אנגעטאן די שטיוול מיטן באלעט פראוו וועסטל. גענוג איז גענוג, איטס טיים טא געט בעק טא לייף און לאזן דעם העכסט באלערנדן הענגל רוהן רוהיג במקום מנוחתה.
ת.נ.צ.ב.ה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:36 pm
דורך געוואלד געשריגן
זר זהב האט געשריבן:שכח קופערניקס! הלוואי ווען דו שרייבסט דאס ווען 2 טעג צוריק... און לאמיר האפן מ'וועט דאס אפשפארן דא. איין זאך נאר, גורם געווען די שנאה האבן נאר די פעילד מעסייע טייפ עקסטרעמיסטן. וק"ל


איך מיין ס'איז א טיי געים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:36 pm
דורך זר זהב
איך וואלט עס נישט געלאזט הענגען. איך האלט אז דער אשכול איז א פלעק פאר קאווע שטיבל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:37 pm
דורך הבדלה וויין
גאלד האט געשריבן:כאניש געהעט קיין טראפ צייט צו קאמענטירן זייט די ווערדיקט,
כעל עוד הפעם זיין זייער אנעסט, איך ווארן שוין אז ס'העט מעגליך נישט שמעקן פאר אסאך, ראו הזהרתוך,

איך בין זייער פיסט און פראסטרעיטעד,
ניין נישט אויף די נ.י. פאוסט, און נישט אויף טשארלס היינס,
איך האב דאך לכתחלה פאראויסגעזאגט אז דער וועבערמאן האט קיין שום שאנס צו פרייגעשפראכן ווערן,

כעל פרעגן א שאלה ניסוח "מייקל סעוועדש", (אויב מ'ווייסט נישט ווער דאס איז איז אויך גוט)
איך בין נישט קיין לויער, קיינמאל פראקטיצירט געזעץ, איך האב אויך נישט קיין פערזענליכע עקספיריענס און קרימינאלע קעיסעס,
איך בין קיין שום הויכגעשפריצטער אקטיוויסט, אדער איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך ביי די הויכע פענסטערס,
איך בין א אחת מני אלף חסיד פון נ.י., א נאו נעים,
פארוואס איז דאס אז איך האב געוויסט וואס עס גייט געשען
און קיינער פון די עסקנים האט עס נישט געהעריג פאראויסגעזעהן, און נישט באצייטענס אפגעשטעלט דעם סירקוס בעוד מועד,

לאמיך אייך זאגן מיינע ברודער קלאר און דייטליך,
דער וועבערמאן האט פראקטיצירט פעדעפיליע קעגן דעם פרוי,
ניין כאניש קיין הארטע באווייז, כאניש קיין עדי ראי'
דער אנקלעגער איז טאקע א פראסטאק, און וועבערמאן א חסידישער איד בחזקת כשרות,
און קען טאקע זיין אז ע"פ תורה וואלט מען איהם נישט געקענט מחייב זיין,
אבער נישט קענען מחייב זיין מיינט נישט אז ער איז אומשולדיג,
ס'לייגט זיך טאקע נישט אויף שכל אז א נארמאלער מענטש זאל טאן אזאלעכע שענדליכע מעשים,
אבער אומעגליך איז דאך עס נישט,
און דאס אז א מענטש שטעלט זיך אויף א וויטנעס סטענד, שילדערט א געשיכטע מיט פונקטליכע דעטאלען פאר א דשאדש און א דשורי,
בשעת זי ווייסט גוט אז דאס קען אומגליקליך מאכן וועבערמאן מיט זיין משפחה אויף לעולם ועד,
דאס איז נישט קיין אבי "הי סעיד שי סעיד", דאס סאך אסאך ווייטער ווי סתם ריווענדש,
ס'איז פשוט דום אזוי צו קלערן,

ווי גערעגט לאמיר זאגן דער פרוי איז אויף וועבערמאן, און ווי א גרויסער אויסווארף זי זאל נישט זיין,
א מענטש וועט קיינמאל טון אזא עקסטרעמע זאך פאר רעווענדש, ס'פשוט נישט קיין קאמאן סענס,

גראדע איז שוין געווען אזא מין זאך פון פאלשע קלאגעס און אמעריקע,
אפאר יאר צוריק האט מען געמאכט א בלבול קעגן 4 סטונדענטן פון דוק יונעווערסעטי אין נארט קאראליינע,
אבער דארט איז דער אמת ארויסגעקומען פאר די טרייעל האט זיך אנגעהויבן,
כמעט קיין שום קעיס וואס איז אנגעקומען ביז א דשורי דעליבערעשן איז געווארן פרייגעשפראכן,
ס'פשוט נישט מעגליך אז אזא ליגנט זאל זיך האלטן אזוי לאנג,

צוריק צו מיין פוינט,
ס'עגבערט און קרענקט אין מיר א קשיא, פארוואס האט מען גענומען אלע חסידים פון ניו יארק אויף א ווילדע רייד,
דורך פשוט אומבאהאווענטע אומוויסענדע א"ג עסקנים,
וואס ווייסן נישט אז ווען א פרוי מאכט אזא הארבע באשולידגונג מיינט דאס אז רגלים לדבר וצריך בדיקה
וואס ווייסן נישט אז אזא סארט קעיס איז כמעט נישט מעגליך צו געווינען,
זיי זענען מיר און דיר שולדיג א פיוס,
האבן די עסקנים שוקל דעת געווען צו איז איז די קעיס טאקע ווערד צו אריינשלעפן און ריזיקירן די כבוד פון דעם טיפישן שטאפענע הוט איד,
זיכער נישט,
פאר דעם אליין אז ס'איז א נישט געווען קיין שום רעאליסטישע שאנס פאר סוקסעס

אפי' לאמיר זאגן אז ס'טאקע געווען בלבול,
דאס אליין איז געווען גענוג סיבה צו פירן די קאמף פריוואט און נישט אריינשלעפן די גאנצע שטאט,
על אחת כמה וכמה וואס איך גלויב אז ס'ליידער נישט געווען א "עלילה 75"
ודי בזה.



איך האב דאס כמעט די זעלבע ווערטער געשריבן אויף איי-וועלט און מען האט עס אראפגענומען פון דארט, די גאנצע קעיס איז געפירט געווארן דורך אזאלכע עסקנים ווי קלאר- צימערמאן, וואס ווייסן איין זאך צו גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין, נישט פעיסען ריעליטי, און אפילו יעצט מיט די אלע העצע קאמפיינס וועט מען נישט גארנישט אויפטוען לגבי גרינגער מאכן די שטראף פאר ר' נחמי', עס קען נאך העלפען אסאך רחמי שמים, אז די דזשאדזש זאל נישט געבן אזויפיל יאר פאר אים.

וואס טוט מען אנשטאט דעם? מען רייצט אויף דעם עולם (און די עולם איז טאקע אויפגעשוידערט), און עס ווערט געטוען אזא מעשה ווי די בליעטש קעגן נחום, (איך זאג נישט אז וועבערמאן אדער די עסקנים איז שולדיג אויף דעם), וואס וועט די דזשאדזש טוען? ער וועט וועלן שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיונעטי און ער וועט זיך באגיין מיט ר' נחמי' מיט די ארגסטע, און קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טוען און ער דארף אויך נישט געבן א דין וחשבון פאר קיינעם.

געדענקט עס איז פיקוח נפש און יעדן טאג ווייניגער וואס ער באקומט איז א ישועה מן השמים און אלץ איד מעג מען אפילו מחלל שבת זיין אז א איד זאל זיצן אפילו א טאג ווייניגער אין תפיסה.

און יא מען מעג זיך אפילו אראפזעצן מיט נחום ראזענבערג צו פרובירן אפשר וועט ער זען אז די ווייבל זאל זיך מרחם זיין און בעטן די דזשאדזש אז ער זאל זיין ברחמנות.

א חוץ טאמער צוליב די אייגענע כבוד וועט מען לאזן ר' נחמי' פארפאלען ווערן פאר אייביג, און ארויסקומען נאר אין אן ארון, יא עס איז דא א מעגליקייט אז אפילו יעצט זאל די דזשאדזש געבן למשל נאר 15 יאר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:47 pm
דורך זר זהב
אבער יאנקל. ס'דא א וועג דאס צו מעסטן. גיי קיין פעילד מעסייע און ליין דארט די קאממענטס, נאכער גיי קיין איי וועלט און ליין דארט די קאממענטס. ערגעץ אינדערמיט איז דער מיטל וועג. דא דרייען זיך עטליכע פעילד מעסייע קאמענטירער. און נישט דערפאר ביניך אהערגעקומען 8 חדשים צוריק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:19 pm
דורך געוואלד געשריגן
יאנקל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אבער יאנקל. ס'דא א וועג דאס צו מעסטן. גיי קיין פעילד מעסייע און ליין דארט די קאממענטס, נאכער גיי קיין איי וועלט און ליין דארט די קאממענטס. ערגעץ אינדערמיט איז דער מיטל וועג. דא דרייען זיך עטליכע פעילד מעסייע קאמענטירער. און נישט דערפאר ביניך אהערגעקומען 8 חדשים צוריק.

ביסט טייער גערעכט.
כ'וועל דיר זאגן, גראדע איך פערזענליך האב נישט קיין פראבלעם מיט ראדיקאלע דעות, נישט דער וואס איז איבערצייגט אז וועבערמאן איז גענצליך אומשולדיג (ווי יאסעלע וואסער טרעגער, זר זהב, וכו') און נישט די וואס זענען גענצליך איבערצייגט אז וועבערמאן איז קלאר שולדיג און האלטן אז ער דארף יעצט זיצן צענדליגער יארן אין טורמע (איחוד פעלד, סאנבאר וכו'). דער פראבלעם שטעקט נאר אין וויאזוי מ'זאגט וואס מ'האלט, אן זיך טשעפען מיט די וואס האלטן אנדערש און אן זוכן צו רייצן די געמוטער.


thank you sir

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:33 pm
דורך פיקציע
היינט שיקט מיר איינער א פאוסט פון דער OTD'ניק יושע בערגער וועלכער האט אנגעפירט מיט די הפגנה כ"א כסלו ווי ער שימפט און שוימט פארוואס דייטש און קרויס ווייסן נישט צו דאנקען פאר די אף די דרך געמיינדע אויף זייער שטיצע דורכאויס די סומאטאכע:

and as expected, not a single thanks to the secular or OTD community that had the backs of religious victims and their families when their 'supporters' were scared to be seen or heard throughout the process...of course we didnt protest, show up in court or do anything else to get thanx, but to listen to people giving thanx to god and throwing praise around for judaism when it was those elements that stood in the way of justice and it took secularism and us non conformists to break the walls of silence is repulsive... so yeah, [...]... a freilichen chanukkah