בלאט 87 פון 213
נשלח: מאנטאג יולי 21, 2014 9:57 pm
דורך מאטי
לאו קארב ברויט ספעלט וכו'.....
נשלח: דינסטאג יולי 22, 2014 11:00 pm
דורך Big Boy
מאטי האט געשריבן:לאו קארב ברויט ספעלט וכו'.....
There are less people to sell it to. When you buy an oven, for example, if you will bake only a hundred low-carb bread instead of five hundred regular bread you have to split the cost of the oven over fewer breads.
The ingredients are also more expensive.
The companies baking the low carb products are usually smaller companies so they have a higher cost of production.
Since it’s a new field, they have to invent a lot of the recipes which costs time and money
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:21 pm
דורך יוסף מ
פארוואס ווען מלייגט צי א ניין וואלט בעטערי צים צינג כאפ מען א שאק, וואס איז די צינג אנדערש ווי די פינגער?
וויל ס'נאס אדער ווייל ס'איז מער סענסיטיוו?
האט דאס א שייכות אז די צינג שפיערט טעם פון עסן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 10:45 pm
דורך ונבנתה העיר
ווייל עס איז נאס און איהרע נערוון געפונען זיך גאנץ נאנט צום אויבערפלאך.
יעדע זאך האט א באשטימטע מאס וויפיהל עלעקטרישע קאררענט ער לאזט\לאזט נישט אדורך זיין מציאות, אז דו וועסט צולייגן א 9 וואלט בעטערי צו דיין האנט וועט די טרוקענע הויט נאר לאזן אדורכלויפן פון איין עק בעטערי צו די צווייטע א קאררענט פון 0.09 MA, אבער א צינג וואס איז נאס וועט אריבערפירן א קאררענט פון 1.3 MA.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
קאנטרי יאסי
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
גיי זיך וואו און ווער עס רעדט נאך פון יענע צייטן..
קאן זיין איך בין אומ'וויסענד, אבער די קאנטרי יאסי שאוי, ווי איז עס נעלם געווארן און פארוואס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:23 pm
דורך איך אויך
טשולענט פאוערד ראקעטס סענד מען טו די מאון וגו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:35 pm
דורך געפילטע פיש
ס'גייט נאך אן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:37 am
דורך כוכב
פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:34 am
דורך מאטי
ווייל אזוי איז די סימבאל אין פובליק טוילעטס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:42 am
דורך כוכב
על או על.
כמיין אמתדיג, סהאט זיכער א פשוטע סיבה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:45 am
דורך אפטעמיסט
הויזן איז נישט צניעות אזוי ווי מ'זעהט ביי די מזבח
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:54 am
דורך כוכב
אין ציץ אליעזר האב איך אמאל געזען א תשובה אז הויזן פאר א פרוי איז אומצניעות ווייל סהאט א זיפער און מ'קען שנעלער צוקומען צו די כלי מעשה הגומרים...
לכאורה לפי"ז וואלט א מאן אויך געדארפט גיין א סקוירט.
אולי האט עס מיט דעם וואס א פרוי גייט אלעמאל ארויס בישיבה וצ"ע.
שוין נעקסט קעיס, וואס איז דער פרייז פון דעם וואסער-מעלאן?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:58 am
דורך אפטעמיסט
מ'האט דאך נישט געמאכט קיין טרעפ אויף די מזבח אלס ”ולא תעלה במעלות על מזבחי” און רש"י זאגט אז "שעל ידי המעלות אתה צריך להרחיב פסיעותיך" איז דאך לפי"ז הויזן נישט צניעות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:58 am
דורך איך אויך
כוכב האט געשריבן:פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?
עס איד דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:08 am
דורך ונבנתה העיר
כוכב האט געשריבן:פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?
מסתמא ווייל הויזן ווייזט מער ארויס חיתוך האברים.
דר"א, איינע פון די ליובאוויטש'ע גורארי'ס האט געדארפט זיצן אין תפיסה, האט זי נישט געוואלט אנטוהן הויזן, והביאה ראי' לדברי' פון די סימבאלן אויפן בית הכבוד.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:24 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 4:34 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן פארוואס גיט מען ביי אלע שמחות נאר ווארימע דזשינזשער עיל און הייסע סעלצער.
מען ספענדט אוצרות מיט געלט אז אלעס זאל זיין פונעם שענסטן און בעסטן, און אזא וויכטיגע זאך ווערט גענצליך איגנארירט?
בפרט אין די הייסע זומער טעג, איך דארף אביסל אייז-קאלטע סאדע! אדער אנדערע זיסע געטראנקען! לכה"פ קאלטע וואסער! (הן אמת, צומאל טרעפט מען א שיסל מיט האלב-אויפגעלאזטע אייז קיוביקלעך, אבער דאס איז נישט גענוג)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 4:41 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]שמעקעדיג[/tag]
דא האסטו
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:22 pm
דורך קאפקעיק
שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.
מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??
דיסקלעימער: איך ווייס נישט אויב איינער האט דיר שוין גע'ענטפערט, און איך גיי נישט יעצט איבערקוקן אלע 82 בלעטער, מילא אויב יא: איים סארי,
די געלע לייטס וואס צינדען זיך אן גלייך פאר א באס סטאפט, איז לייטס וואס ווייזן אן אז די "ריטארדער"/"דז'עיק ברעיקס" האבן זיך אנגעצינדען, די צוויי זאכן טוען בעיסיקלי די זעלבע זאך, זיי האלטן צוריק די באס פון אריינגיין אין א מצב ווי עס זאל ווערן געטריבן פון די כח המשיכה, למשל ווען ער פארט אראפ א בארג, וואלט א באס וואס וועגט אסאך געדארפט זיך נעמען פליען אויף אראפ, צינדט זיך דעמאלס אן די ריטארדער/דז'עיק ברעיק און ברעיקט אביסל, און פינקט ווי ווען מ'ברעיקט צינדט זיך אן א לייט וואס סיגנאליזירט די מוח פון די דרייוער פון דיקאר ביהיינד, אז ער זאל אויך סטאפן, אזוי אויך ווען דעיס צינדט זיך אן -וואס דאס קען אראפברענגען די ספיד ביז 15 מפ"ה-, צינדט זיך אן די ארענדז'ע לייטס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:26 pm
דורך קאפקעיק
משה רוקח האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.
מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??
אפשר צינדט זיך אהן דער לייט יעדעס מאל דער דרייווער ריליסט דעם גאז פעדאל.
יעצט באמערקט די תגובה, דאס איז גראדע אמת ווייל די ריטארדער/דז'עיק ברעיק צינדען זיך אטאמאטיש אן ווען מ'ריליעסט די געז פעדעל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:08 am
דורך petergrifin
כוכב האט געשריבן:פארוואס גייט א פרוי א סקוירט און א מאן הויזן, אפשר פארקערט?
מה דאך שמאל פארפאסטע קלײדער ק״ו הויזן רח״ל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:57 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס זענען נאך די עירליין טיקעטס (איטינירערי'ס) אזוי אלטמאדיש און צוריקגעבליבן, יעדע מאל מוז מען זוכן מיט א מעגניפייער דעם דאטום, די צייט ווען עס פארט אפ און ווען עס קומט אן, צי עס איז יא דא קאושער מיעלס אדער נישט, וועלכע עירקרעפט, אלעס איז מיט פארצייטישע געטייפטע אותיות, איז עס דען א גזירת הכתוב אז עס מוז פארבלייבן א טראדישאן ווי פאר 50 יאר צוריק? קען עס נישט זיין אביסל קלארער, צוטיילט, צו טרעפן אלע אינפארמאציע עט-עי-גלענס??