בלאט 87 פון 179

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
יששפה: דו ביסט גערעכט. איך האב געהערט טאקע אויף קליפס ווי זיי באנוצן זיך א סאך מיט'ן אויסדרוק..."אללאה על קאביר"...!

אז מ'רעדט שוין. דער נאמען עבד-אללה איז דער פירוש עבד ה'...!

אינש'אללה: איז דער פירוש אם ירצה ה'...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 10:58 pm
דורך דער דאס
מוצאי שבת אין די ווינטער איז פונקט ווי חול המועד.. מען זיצט מיט די בעקיטשע לאנגווייליג, און מען זיכט וואו צו גיין..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 1:10 am
דורך שמעון וואלף
אמן = א'יי נ'יד מ'אני
ואמן = וו'י א'לל נ'יד מ'אני

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 4:12 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א טאטע און מאמע זאגען פאר זייער זוהן, מיין טייער קינד, אונז מוזען דיר זאגען, אז, מען האט דיר אדאפטירט.

זאגט דער זוהן, איך האב געוויסט, איך וויל זיך טרעפען מיט מיין עכטע עלטערען.

זאגט דער טאטע, אונז זענען דיינע עכטע עלטערען, אבער מאך זיך גרייט שנעל ווייל דיינע נייע עלטערען קומען דיר אפנעמען און 20 מינוט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:40 am
דורך שמעון וואלף
א יונגל פרעגט זיין טאטע פארוואס א כלה גייט אנגעטון אינגאנצן ווייס ביי איר חתונה. ענטפערט די טאטע ווייל ס'איז די פרייליכסטע טאג פון איר לעבן. אהא, זאגט די יונגל, יעצט פארשטיי איך פארוואס די חתן גייט אנגעטון שווארץ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:44 am
דורך [NAMELESS]
מקור
שמעון וואלף האט געשריבן:א יונגל פרעגט זיין טאטע פארוואס א כלה גייט אנגעטון אינגאנצן ווייס ביי איר חתונה. ענטפערט די טאטע ווייל ס'איז די פרייליכסטע טאג פון איר לעבן. אהא, זאגט די יונגל, יעצט פארשטיי איך פארוואס די חתן גייט אנגעטון שווארץ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 2:15 pm
דורך newkave
עמעזאן האט געשריבן:מקור
שמעון וואלף האט געשריבן:א יונגל פרעגט זיין טאטע פארוואס א כלה גייט אנגעטון אינגאנצן ווייס ביי איר חתונה. ענטפערט די טאטע ווייל ס'איז די פרייליכסטע טאג פון איר לעבן. אהא, זאגט די יונגל, יעצט פארשטיי איך פארוואס די חתן גייט אנגעטון שווארץ


פראבעבלי איז שמעון וואלף hasidic1

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:08 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
שופט: פארוואס האסטו ג'גנב'ט די קאר?

גנב: ווייל איך האב געדארפט גיין ארבעטען.

שופט: פארוואס האסטו נישט גענומען די באס?

גנב: ווייל איך האב נישט קיין סי. די. על. CDL

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:03 am
דורך שמעון וואלף
newkave האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:מקור
שמעון וואלף האט געשריבן:א יונגל פרעגט זיין טאטע פארוואס א כלה גייט אנגעטון אינגאנצן ווייס ביי איר חתונה. ענטפערט די טאטע ווייל ס'איז די פרייליכסטע טאג פון איר לעבן. אהא, זאגט די יונגל, יעצט פארשטיי איך פארוואס די חתן גייט אנגעטון שווארץ


פראבעבלי איז שמעון וואלף hasidic1


כ'האב יעצט געטשעקט און איך זעה אז ער האט דאס ארויפגעלייקט 6 שעה צוריק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:52 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אין א קאלטע ווינטער טאג זיצט זיך א אלטען איד פארענט פון א בית מדרש מיט א פיש כאפער און האלט עס ביי א puddle. גייט אדורעך איד און האט רחמנות אויף איהם און נעמט אריין אין בית מדרש מאכט איהם א פיינע הייסע קאווע און גיבט איהם נאך צו א שיינע פאר דולר.

נאך אפאר מינוט, דער אלטער האט זיך אביסעל אנגעווארעמט רופט זיך אן דער נגיד בדרך הלצה, זאג נאר ר' איד, וויפיהל פיש האט איהר שוין געכאפט היינט?

זאגט איהם דער איד, דו ביזט דער זיבעטער.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 12:40 am
דורך שמעון וואלף
ק/פ
א שנארער פון מאה שערים קומט צו א איד א גביר פון אמעריקע נאך געלט

זאגט די שנארער פאר די גביר : שלום עליכם איך קום יעצט פון מאה שערים איר האט שוין אמאל געהערט פון מאה שערים?

ענטפערט די גביר עליכם שלום איך קום יעצט פון די ארבעט איר האט שוין אמאל געהערט פון אזא זאך ארבעט ?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 1:26 am
דורך מפיל קינד
איך האב עס געהערט אזוי: איך קום פון מא"ש, ביסט שוין אמאל דארט געווען?
איך פון ארבעט, שוין אמאל געווען דארט?...

ושניהם מקרא אחד פישטו.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 1:30 am
דורך מפיל קינד
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אין א קאלטע ווינטער טאג זיצט זיך א אלטען איד פארענט פון א בית מדרש מיט א פיש כאפער און האלט עס ביי א puddle. גייט אדורעך איד און האט רחמנות אויף איהם און נעמט אריין אין בית מדרש מאכט איהם א פיינע הייסע קאווע און גיבט איהם נאך צו א שיינע פאר דולר.

נאך אפאר מינוט, דער אלטער האט זיך אביסעל אנגעווארעמט רופט זיך אן דער נגיד בדרך הלצה, זאג נאר ר' איד, וויפיהל פיש האט איהר שוין געכאפט היינט?

זאגט איהם דער איד, דו ביזט דער זיבעטער.

מיין ווערסיע וויאזוי איך האב עס געהערט.
דער איד פרעגט דעם פיש כאפער וויאזוי כאפסטו פיש דא?
זאגט ער דו מיינסט איך וועל דיר ענטפערן בחינם? צאל א צענער וועל איך דיר זאגן.
הוא משלם והוא מפרק לו: יעצט האב איך געכאפט נאך א פישל.....

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 25, 2017 11:07 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
גיהערט א גוטס איבער שבת.

פארוואס האט יעקב אבינו אונטער געלייגט א שטיין אונטער זיין קאפ ער וואלט דאך געקענט אונטערלייגען זיין פעקל אונטערוועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם?

נאר ער האט געזעהן ברוח קדשו אז וואס ער וועט אונטערלייגען זיין קאפ וועט ווערן איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיט איין פָאר אונטערהוזען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 12:54 am
דורך שמעקעדיג
שיין ווערטל, אבער עס שטימט נישט. יעקב האט נישט געלייגט די שטיינער אונטערן קאפ, נאר מראשותיו, ארום, כדי זיך צו באשיצן פון חיות רעות.

נאר איך וויל דא פרעגן קשיות אדער הערן מילתא דבדיחותא?

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 7:57 am
דורך א איד
גראדע שטייט אין מדרש אז ער האט געלייגט פון אונטער זיין קאפ, און העכער זיין קאפ.
עיין בקינדליין פר' ויצא העבר

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 10:04 am
דורך איסר האטלקי
די עכטע תירוץ איז אז ער האט גארנישט געהאט מיט זיך. בעירום ובחוסר נאכן גניבה....

כ'האב נאך אלץ גוט געלאכט....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 11:08 pm
דורך וואלווי
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:גיהערט א גוטס איבער שבת.

פארוואס האט יעקב אבינו אונטער געלייגט א שטיין אונטער זיין קאפ ער וואלט דאך געקענט אונטערלייגען זיין פעקל אונטערוועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם?

נאר ער האט געזעהן ברוח קדשו אז וואס ער וועט אונטערלייגען זיין קאפ וועט ווערן איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיט איין פָאר אונטערהוזען.


ס'וואלט געווען א בחינה פון ותחתונים אלזו...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 11:16 pm
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:שיין ווערטל, אבער עס שטימט נישט. יעקב האט נישט געלייגט די שטיינער אונטערן קאפ, נאר מראשותיו, ארום, כדי זיך צו באשיצן פון חיות רעות.


די לשון "עלי ינוח צדיק את ראשו" איז משמע אז יא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 11:18 pm
דורך וואלווי
שטייט אבער וישם מראשותיו, דאס מיינט צום קאפנ'ס אבער נישט אינטער'ן קאפ

וכ"כ שמעקעדיג כצ"ל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 11:22 pm
דורך שמעון וואלף
די מדרש האט אויך געוויסט אז מראשותיו קען מיינען צוקאפענס און מיט דעם זאגט ער די לשון עלי ינוח צדיק את ראשו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 9:55 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
רבותי, ברא'איגטס אייך, עס איז א ווערטעל. איעדער מאהל ענק הערן א ווערטעל מאכען ענק אזא גאנצע דיבאטע?

גיב א שמייכעל, און פארטיג.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 2:30 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
די באס צו מאנסי איז געוועהן געפאקט. און א אלטער איד שטייט נעבעך און האט נעבעך נישט קיין פלאץ צו זיצען. און דארט זיצט זיך א אינגער בחור'ל מיט פארמאכטע אויג'ן. נאכען פארען אזוי פאר א שטיק צייט שטעלט זיך אפ דער באס און דער באס דרייווער גייט צו צום בחור און שרייט... בחור, וועק זיך אויף!

זאגט ער... איך שלאף נישט.

דעמאלסט פארוואס זיצטו דארט מיט פארמאכטע אויגען?

ענטפערט דער בחור... ווייל איך קען נישט דערליידען צו זעהן ווי מען לאזט אן אטטען איד שטיין.