בלאט 87 פון 94

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך באגעגן מיך געווענדליך נישט צו אפט מיט הרב לאבין'ס ארטיקלען, אבער יעצט פריי איך מיך צו זען אז ער איז שוין גארנישט אויף די ראנג טרעק

די ערשטע רעזולטאטן פון די וואלן אין נאוועמבער אכט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:45 am
דורך [NAMELESS]
ברעיקונג! מיט הונדערט פראצענט שטומען אפגעציילט אין דיקסוויל-נאטש ניו העמפשער, האט קלינטאן געוואונען מיט א לענדסלייד! באקומענדיג גאנצע פיפציג פראצענט פון די שטומען צו טראמפ'ס נישטיגע פינעוו אין צוואנציג פראצענט.



קלינטאן פיר וואוטס
טראמפ צוויי וואוטס
דזשאנסאן איין וואוט
ראמני איין וואוט

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:37 am
דורך החוקר
ביזדערווייל אין ניו העמפשיר, טראמפ- 32, קלינטאן-25.

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:41 am
דורך וזרח השמש
צוגרייטונגען גייט אן ביים אויפשטעלן די ריזן פלאטפארמע, אין די גיגאנטישער זשעוויטס קאנווענשען סענטער אין מאנהעטען. דארט וואו הילערי קלינטאן גרייט זיך אפצוגעבן איר זיג אדער קאנסעשען רעדע, מארגן אויף דער נאכט.בילד
באמערקט ווי cnn רעפארט שלעכטע נייעס פאר קלינטאן

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 8:34 am
דורך טאמבל סאס
דער שרייבער ווער ליפא האט ציטירט ריקט אריין א שיינע פאר פאלאסיס און דעסעפשאנס. ווי אויך לאזט ער איבער לעכער, איגנארירנדיג אסאך פון לאבינ'ס נוגנדע נקודות. כהאב נישט צייט צו שרייבן, כ'וועל נאר קאפיען די שורות וואס שרייען דרשוני.

וואס ער העצט? וואו ער העצט? ווען ער העצט? די בריוון זאגן נישט!

"כ'האף אז קיינער האלט שוין נישט היינט אז דאס איז א "קאנספיראציע" צו זאגן אז די מידיע ארבעט "פול פארס" פאר פרוי קלינטאן און איר פארטיי

 "טראמפ העצט קעגן לאטינאוס".<br /><br />וואו העצט ער?<br /><br />וואס הייסט וואו!! ער זאגט מען זאל ווערן שטרענג אויף אימעגראציע!

אלזא אז טראמפ זאגט דאס מיט די "טראמפ שפראך" מאכט דאס איז א "ראסיסט" וואס "העצט" קעגן לאטינאוס?

אבער זיין א "גרויס מויל" און א "בדחן"... מאכט נישט איינעם פאר א ראסיסט!

 ער האט געזאגט אז מען זאל זיי נישט אריינלאזן "בעפאר" מען קומט אויף מיט א סיסטעם וויאזוי זיכער צו מאכען אז מען ברענגט נישט מיט דעם א צרה אויף זיך.

....און אינוואדירן לאנד נאך לאנד מיט פלענער פאר טעראר, איז עס "העצע" צו זיין פארזיכטיג וועמען מען לאזט אריין? צו זענען די סירישער פליטים א רחמנות? אן קיין פראגע! צו מיינט דאס אז אמעריקע זאל צוליב די רחמנות איינשטעלן איר זיכערקייט, פארוואס? "מאי חזית דדמא דידך סומק טפי" צו איז נישט " חייך קודמים"?

מען קען אריינגיין אין א לענגערע שמועס פארוואס עס איז בכלל נישט קיין צוגלייך די צוויי זאכן, פארשטיין געבן אז אידן ווערן גערודפ'ט און געפייניגט באמת אל לא דבר, עפעס וואס יעדע אינטולעקטואלע נישט איד וועט מסכים זיין, און אז די גרעסטע "שרעק" וואס די לענדער פון די וועלט האבן געקענט האבן פון די אידן אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה איז באמת געווען א בילבול און אויפגעבלאזן, און אפילו אזוי א געלעכטער קעגן די שרעק וואס די וועלט האט היינט פון די מוסלעמענער. אבער דאס איז א "שמועס פאר א צווייטן טאג".

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:47 am
דורך גאנצל
מיין לייק איז געגאנגען צו די דאזיגע שורה


אבער זיין א "גרויס מויל" און א "בדחן"... מאכט נישט איינעם פאר א ראסיסט!

אזא אמת וואס אזעלכע ווי לאבין ווילן דוקא פארזעהן און נאכדעים מאכט מען אים פאר די אזר מיט'ן הא הידועה פערצופאל די פאר ספיטשעס וואס איך האב געהערט פון אים איז ער דוקא מיט א צוגעלאזענע געפילבארע שפראך

ער האט א גרויס מויל ? יא ער דריקט זיך אויס אנדערש ווי א פאליטישאן יא ? אבער רעדן און האלטן זענען זיי די זעלבע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:38 pm
דורך קרעקער
קען איינער פאוסטען לטובת הכלל גוטע לינקס וואו מיטציהאלטען לעבעדיג היינט נאכט די אויסגענג?
CNN און FOX

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז שלעכט מיט קול מבשר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:54 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אכטונג בני ארץ ישראל...

ענק זענען דאך 7 שעה שפעטער פון אונז, אפשר זענט עטץ אונז מגלה ווער עס האט געווינען

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:16 pm
דורך החוקר
איך מיין אז גוגל איז נאך די בעסטע.

https://www.google.com/search?q=electio ... ile&espv=1

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:20 pm
דורך רויטע וואנצעס

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 7:21 pm
דורך החוקר
קרעקער האט געשריבן:קען איינער פאוסטען לטובת הכלל גוטע לינקס וואו מיטציהאלטען לעבעדיג היינט נאכט די אויסגענג?
CNN און FOX


אויב די ווילסט אבער דווקא פון די צוויי.

[url="http://edition.cnn.com/election"]CNN[/url]
[url="http://www.foxnews.com/politics/elections/2016/presidential-election-headquarters"]FOX[/url]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:00 pm
דורך [NAMELESS]
fortune.com/2016/11/08/election-anxiety-results/
(נישט לייוו נאר סתם ווערד צו אנמערקן)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
חברה ס'צרות...

זייטס מתפלל!!!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:19 pm
דורך החוקר
החוקר האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:קען איינער פאוסטען לטובת הכלל גוטע לינקס וואו מיטציהאלטען לעבעדיג היינט נאכט די אויסגענג?
CNN און FOX


אויב די ווילסט אבער דווקא פון די צוויי.

[url="http://edition.cnn.com/election"]CNN[/url]
[url="http://www.foxnews.com/politics/elections/2016/presidential-election-headquarters"]FOX[/url]

איך באמערר הערשט יעצט אז פון די פילע וועבזייטל איז די לינק נישט געהעריג.

http://edition.cnn.com/election

http://www.foxnews.com/politics/electio ... adquarters

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'וויל קלינטאן פאר די לאנג ראן, אבער טראמפ פאר אפאר וואכן, כ'בין נייגעריג פאר די שאו...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:46 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער אינטערעסאנטע בלעטל:


http://www.nytimes.com/elections/foreca ... abc-region\

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
די וואלן איז פארטיג. טראמפ איז געווארן אויסגעוועלט פאר די נאמינאציע דורך די אמעריקאנער באפעלקערונג.

אוממעגליך פאר איר צו געווינען מישיגען, וויסקאנסין + אייאווע (+ פענסילוועניע)

#א_גוטן_מועד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די וואלן איז פארטיג. טראמפ איז געווארן אויסגעוועלט פאר די נאמינאציע דורך די אמעריקאנער באפעלקערונג.

אוממעגליך פאר איר צו געווינען מישיגען, וויסקאנסין + אייאווע (+ פענסילוועניע)

#א_גוטן_מועד

איך וואלט ענדערש געזאגט 'א גוטן תענית אסתר'.
ווייל פון מארגן, הייבט זיך אן פורים...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:37 pm
דורך ביבער
וויאזוי האבן די פאולס געקענט זיין אזוי פאריקט???

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
ביבער האט געשריבן:וויאזוי האבן די פאולס געקענט זיין אזוי פאריקט???

זיי האבן אינטערגעשאצט די צאל טראמפ שטיצער וואס וועלן ארויסקומען

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויך מעגליך וואס גייט פאר:

טראמפ שטיצער האבן געזאגט ליגענט פאר פאלסטערס ווייל זיי האבן נישט געוואלט מיאוסע בליקן.

קלינטאן שטיצער זענען געבליבן אינדערהיים ווייל זי גייט דאך זעכער געווינען.

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:43 pm
דורך החוקר
מייקל מאאר האט גע'טענה'ט נאך אינמיטן זומער אז ער האלט טראמפ גייט עס מאכן, זיין פילאסאפיע איז געווען, אז אסאך אויבער חכמים גייען בשעת'ן זיין אין די וואוטינג בוט, טראכטן, "לאמיך פרובירן וויאזוי גייט עס אויסקוקן אויב טראמפ איז פרעזידענט".