בלאט 88 פון 213

נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:02 pm
דורך הוגה
די 'גרעיני אבטיח' וואס איך קויף לכבוד שבת. וויאזוי שאפט זיך עס? מען ליידיגט אויס און מאכט קאליע א מיליאן וואסער מעלאנעס? אדער באצאלט מען פאר א מיליאן כינעזער אוועק צו לייגן די קערעלעך ווען זיי עסן וואטערמעלאן?


.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:42 pm
דורך קאפקעיק
פארוואס קלינגט מיין פוין נאר אינמיטן שטילע שמונה עשרה?!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:48 pm
דורך יין שרף
ווייל דו לעשט נישט אויס די רינגער!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
קאפקעיק האט געשריבן:פארוואס קלינגט מיין פוין נאר אינמיטן שטילע שמונה עשרה?!


אז דו זאלסט אינזינען האבן דיין משפחה ביים דאווענען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:58 pm
דורך קאפקעיק
איך לעש גראדע יא אויס מיין רינגער, און איך לייג עס אויף ווייברעיט, אבער פונקט ווען איך שטעל מיך שמונה עשרה נעמען זיך אלע מיינע באקאנטע און נישט באקאנטע רופן, לאו דוקא משפחה, ווער ס'האט נאר מיין נאמבער נעמט זיך די מיה צו אויפהייבן א טעלעפאן צו מיר פונקט דעמאלס, עס קוקט ממש אויס ווי די שטן האלט נישט אויס אז איך דאווען, סוי ווער ס'האט מיך גע'קאלט היינט אוון כ'האב נישט אויפגעהויבן זאל וויסן אז די שטן האט זיך מיט עם היינט באנוצט!

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:40 pm
דורך דריידל
די לעצטע פאר טעג קומען אן וואטסעפ מעסעדזשעס וואס רעדן וועגן אייס באקעטס. איך כאפ נישט די אינטערעסאנטקייט אדער זשאוק דערפון. כ'האב פראבירט צו נישטערן אויפ'ן געוועב צו דערגיין וואטס ביהיינד איט, אבער לא עלתה בידי.

קען איינער מסביר זיין די סומאטוכע מיט אייס באקעט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:44 pm
דורך איך אויך
מנאשקע איז א עקספערט דערויף פרעג עם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:29 pm
דורך לאליפאפ
דריידל האט געשריבן:די לעצטע פאר טעג קומען אן וואטסעפ מעסעדזשעס וואס רעדן וועגן אייס באקעטס. איך כאפ נישט די אינטערעסאנטקייט אדער זשאוק דערפון. כ'האב פראבירט צו נישטערן אויפ'ן געוועב צו דערגיין וואטס ביהיינד איט, אבער לא עלתה בידי.

קען איינער מסביר זיין די סומאטוכע מיט אייס באקעט?

טאמער ליינסטו ענגליש דאן קלאפ אינעם גוגל ALS Ice Bucket Challenge און ליין דעם וויקי בלעטל צו פארשטיין וויאזוי דאס טרייבט אויף געלט פאר ALS.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:07 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס געוויסע כולל יונגעלייט ערלויבן זיך אין קאנטרי צו דרייען אן היט און רעקל וואס אין שטאט טוט ער אן דאס היט און רעקל אפי' צו גיין נעמן די מעיל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
דער אייבערשטער קומט נישט מיט אין קאנטרי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:17 am
דורך petergrifin
עמעזאן האט געשריבן:פארוואס געוויסע כולל יונגעלייט ערלויבן זיך אין קאנטרי צו דרייען אן היט און רעקל וואס אין שטאט טוט ער אן דאס היט און רעקל אפי' צו גיין נעמן די מעיל


װײל אין שטאט װעלן די מוסדות נישט אן נעמען זײנע קינדער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:10 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס איז די ברוקלין בעטערי טונעל יעדן טאג די אנדערע זייט, אסאך מאל איז אפן נאר איין זייט וועלכע ווערט פארוואנדלט אין א טו-וועי סטריט, און די איבער 20 ארבייטער מיט די געילע וועסטלעך וואס ווערן משוגע פאר ליידיגגיין קוקנדיג אויף יעדן אויטא, טוישן ארום די אראנזשע שטעקעלעך וועלכע דירעקטירן דעם טראפיק.. צו וואס פעלט אויס צו טוישן און משוגע מאכן די טעגליכע דרייווערס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:04 pm
דורך Big Boy
עמעזאן האט געשריבן:פארוואס געוויסע כולל יונגעלייט ערלויבן זיך אין קאנטרי צו דרייען אן היט און רעקל וואס אין שטאט טוט ער אן דאס היט און רעקל אפי' צו גיין נעמן די מעיל



דין חצר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:33 am
דורך קאפקעיק
פארוואס קומט זיך אלעמאל פאר דו ברוקלין באוינד אויף די ברוקלין ברידז' די זכות צו פארן ביינאכט?! יעצט איז נאר די מענהעטן באוינד עוועיליבעל ביינאכט האבן זיי עס אויסגעדרייט צו דינען פאר מענטשן וואס פארן קיין ברוקלין, מ'פארט ארויס פון די עף די אר לאקאל, מ'פארט ארויף עפעס א רעמפ צו די פארקערטע זייט, אויב איז נאר די מענהעטן באוינד אפן, וואלט מען געדארפט קענען פארן נאר קיין מענהעטן און פארטיג! בהמות!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:41 pm
דורך גייווייס
פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

דאס ארט ווי שטעלט אוועק דאס אויטא ווערט אנגערופען א "דרייוו וועי", ווידעראום די שטראססע ווי מען פארט רופט מען א "פארקוועי". פארוואס?

וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:56 pm
דורך מנחם
גייווייס האט געשריבן:פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

די זעלבע סיבה פארוואס שומר שבת ווערט גערייניגט צוויי מאל א יאר...

גייווייס האט געשריבן:וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

אין בריסק וואלט מען געזאגט; "צוויי האלבע מיתות שאפט ניט קיין חלות"

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:23 pm
דורך berlbalaguleh
מנחם האט געשריבן:
גייווייס האט געשריבן:פארוואס ווערען די בתי כסאות אין די גאזאלין-שטאציאנען פארשלאססען? זיי זארגען זיך פילייכט אז עמיצער וועט דאס רייניגען?

די זעלבע סיבה פארוואס שומר שבת ווערט גערייניגט צוויי מאל א יאר...

גייווייס האט געשריבן:וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

אין בריסק וואלט מען געזאגט; "צוויי האלבע מיתות שאפט ניט קיין חלות"

נאך א מזל בריסק איז נישט אין אונגארן. (אפשר, יא?! ליטוואק פון בודאפעסט) ווייל אן אינגערישער וואלט נאך געמיינט אז מ'רעדט דא פון חלות אויף שבת... :? 8-) :lol: :roll: :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:31 pm
דורך ונבנתה העיר
גייווייס האט געשריבן:דאס ארט ווי שטעלט אוועק דאס אויטא ווערט אנגערופען א "דרייוו וועי", ווידעראום די שטראססע ווי מען פארט רופט מען א "פארקוועי". פארוואס?

עיין פה.
גייווייס האט געשריבן:וואס פאסירט ווען מען ווערט האלב אפגעשראקען צום טויט צוויי מאל?

עיין פה, תוד"ה פסיעה גסה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:56 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:49 pm
דורך כנור
ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:53 pm
דורך לעמיל
כנור האט געשריבן:ווייסט איינער פארוואס די באבובער נייעס איז מער נישט "אקטיווע" נייעס?

מען צענזורירט דא אדער וואס?

צומעס זעיט מען נישט ביי אקטיווע אשכולת

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס די דאקטערס אפיס מאכט אפוינמענטס 30 אויפאמאל אנצופילען מיט אומגעדולדיגע מענטשען פאר די נעקסטע 3 שעה, פארוואס קען מען נישט מאכן יעדע 10 מינוט א צווייטען? און די וועדינג טיים וועט זיין מקסימום א האצבע שעה???