בלאט 88 פון 179

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 2:39 pm
דורך איסר האטלקי
אורי הלברשטאם דערציילט עס אזוי. איינער האט געפרעגט דעם בחור נאך א נסיעה פון צוויי שעה מיט פארמאכטע אויגן, פון וואו נעמט מען אזעלכע הייליגע אויגן? ענטפערט ער, ס'נישט די אויגן, ס'איז די הארץ. מיין הארץ לאזט מיך נישט צוקןקן ווי דיר עלטערער איד שטייט די גאנצע וועג......

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 4:16 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א איד'ל דארף נעבעך אן אפעראציא און גייט צום שפיטאל און שרייט אז נאר זייך איידים דער דאקטאר זאהל מאכען די אפעראציא.

ער ליגט שוין אויפ'ן טיש און זיי ווילען איהם שוין איינשלעפען און ער זאגט אז פאר מען שלעפט איהם איין מוז ער רעד'ן צו זיין איידעם דער דאקטער.

זיין איידעם קומט צו און פרעגט איהם... שווער לעבען, וואס איז? וואס ווילסטו יעצט?

זאגט ער... איך האב נאר געוואלט זאגען, זיי רואיג, האב נישט מורא און זיי נישט נערוועז, דו דארפסט טוהן דיין בעסטע.

אבער געדענק, אז טאמער וועט עפעס געשעהן צו מיר, וועט דיין שוויגער גיין וואוינען ביי דיר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:14 pm
דורך וואלווי
כ"ק אדמו"ר שליט"א, דאס איז של"ס תורות? סתם גוטע ווערטער בין גברא פאר די מקורבים?

מ'וועט נאך אמאל שרייבן ביי די מנהגים, תיכף אחר אמירת ויתן לך פתח סמרטפונו ובהשבעת הקולמוס העביר גלילי ידיו הק' על הכלי שרת וצהלו פניו הק'...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:09 pm
דורך נקודת-אמת
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:גיהערט א גוטס איבער שבת.

פארוואס האט יעקב אבינו אונטער געלייגט א שטיין אונטער זיין קאפ ער וואלט דאך געקענט אונטערלייגען זיין פעקל אונטערוועש עס איז דאך אסאך מער באקוועם?

נאר ער האט געזעהן ברוח קדשו אז וואס ער וועט אונטערלייגען זיין קאפ וועט ווערן איינס און ער האט נישט געוואלט בלייבן מיט איין פָאר אונטערהוזען.


יעך האב געהערט דאס ווארט מטו משמיה דהרה"ק ר' מעכעל'ען פון נתני' זצ"ל
אויף זיינע פאר שיך,
און אויף דעם איז אויכעט שווער די קשיא פון די מדרש פון די באשיצונג פון חיות רעות הנ"ל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 9:24 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
געהערט א גוט'ן געדאנק\ווערטעל...
אין אשת חיל שטייט 3 מאהל בעלה

ביי די אות ב... בטח לה לב בעלה.
ביי די אות נ... נודע בשערים בעלה.
און
ביי די אות ק... קמו בניה ויאשרהו בעלה.

דאס איז די ר"ת בנק

שלמה המלך האט שוין געוויסט אז ווען מען רעדט פון ווייבער, דארף מען וויסען אז זיי האבען נאר אינזינען די בנק... די געלט.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:21 pm
דורך החוקר
געהערט א גוטע מעשה נעכטן...

א ווייבל איז אריין אין סאשעל סערוויס אפיס, זי נעמט אפיר אן אפליקאציע און פילט עס אויס. די איינגעשטעלטע קוקט דורך איר אפליקעישאן, און באמערקט אז סיי ביי לעצטע נאמען, סיי ביי מיידל נאמען איז אויסגעפילט "טווערסקי".

זי רופט איר צו און פרעגט איבער, "וואס איז דיין maiden name"? דאס ווייבל ענטפערט איר "טווערסקי", די איינגעשטעלטע וואונדערט זיך פרעגט זי "און וואס איז דיין מאמע'ס maiden name"? זאגט זי "טווערסקי".

דא איז די איינגעשטעלטע אינגאנצן פארוואונדערט, רופט זי זיך אן "איי טינק יו דאונט קנאו וואט איט מיענס מעידן נעים". זאגט איר דאס ווייבל "נא, יו דאנט קנאו וואט איט מיענס טווערסקי".

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 11:32 pm
דורך berlbalaguleh
החוקר: ייש"כ. ס'איז א גוט ווערטל. אבער דאס דאזיגע ווערטל איז שוין אדורך א סאך גילגולים. די פאנטש ליין איז זייער א גוטע און צוגעפאסט צום רעאליסטישן מצב. נאר איך האב עס שוין געהערט זאגן ביי א באנק. און אין א סאך אנדערע מצבים. און ס'איז אמת אויך.

איך האב אמאל געדרייווט א באס פאר א געוויסן מוסד וואס איז געווען א מקום מקלט פאר אט די חשוב'ע רבי'שע משפחה. און מער פון א העלפט פון די פאסאזשירן האבן געהייסן טווערסקי. בליעה"ר...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:13 pm
דורך דער דאס
א געוויסע אדמו"ר שליט"א האט זיך פארבינדן מיט הערשי ראבינשטיין לעצטע וואך, אז היות ס'קומט חנוכה און כלל ישראל קוקט ארויס זיך צו זעטיגען די נשמה דורכ'ן קוקן אויף די בילדער ווי די צדיקים פארבענקן זיך ביי די הייליגע חנוכה ליכט, וויל ער איהם באשטעלן פאר איינע פון די נעכט.. אינגאנצן פארווינדערט פרעגט אים ר' הערשל, יעצט רופסטו?? סוף זומער איז געווען די שפעטסטע זיך צו מעלדן.. כ'בין שוין פארנומען יעדע נאכט.

ס'איז נישט מעגליך עפעס צו מאכן?? פרעג דער צדיק, מען קען דאך נישט לאזן כלל ישראל אויפן וואסער.. נאך אפאר מינוט טראכטן פאלט איהם איין א בליץ, קום אריבער היינט ביינאכט, מ'וועט אנגרייטן די מנורה מיט די ליכט, און די בילדער וועט מען אריין לייגן נאך חנוכה..

אומר ועושה, ער קומט אריבער מיט זיינע מאשינדלעך, דער רבי שטײט שוין גרייט בײ די מנורה מיטן וואקסענע ליכט אין האנט, אנגעטאן מיטן שטריימל און בעקיטשע, ער הייבט זיך אן צו ווארפן און מאכן פאקסן און די בילדער בליצן פון אלע זייטן ממש א מחי', ווען פלוצלינג גליטשט זיך דאס ליכטל ארויס פון זיין האנט און לאנדט אויף דער ערד.. פלינק בייגט ער זיך אראפ עס אויפצוהייבן, אזוי ליגנדיג רופט זיך אהן דער פאטאגראפירער, ווארט א מינוט פאר איר הייבט זיך אויף, אז איר זענט שוין אויף דער ערד מיט א ליכט אין די הענט, לאמיר שוין כאפן אפאר בילדער פאר בדיקת חמץ..

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 5:19 pm
דורך וואלווי
אזוי ליגענדיג וואלט מען געקענט אויך אריינרוקען מלקות ערב יום כפור מיט א האנטעך...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 8:22 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס נישט יעדער איז זוכה צו דעם וואו-תורה דארט-חכמה אזוי ווי אונזער וואלווי....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 8:57 pm
דורך ברוך שפינוזה
דער דאס האט געשריבן:מוצאי שבת אין די ווינטער איז פונקט ווי חול המועד.. מען זיצט מיט די בעקיטשע לאנגווייליג, און מען זיכט וואו צו גיין..



יעצט פארשטייט איר פשט אין דעם וואס אונזערע רבי'ס פלעגן זאגן "די הייליגע ווינטער נעכט האבן קדושת חול המועד"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 1:14 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ילדים, שאלתי בכיתה, מי יודע מהו נס חנוכה?

ילד אחד עונה, שמצאו פך שמן!

תשובה יפה, השבתי, והיכן נמצא?

באף של הכהן הגדול! השיב הילד.

מה??? שאלתי.

עונה הילד, כן, כתוב בחוטמו של כהן גדול.

שאלתי אותו, ואיך זה נכנס?

עונה הילד, זה בדיוק הי' הנס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 5:59 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
א איד'ל לויפט ארויס פון הויז מיט א בהלה און שרייט מעט יאמרעליכע קולות...

העלפט! העלפט!

מען קומט צו לויפען און פרעגט איהם, ר' איד, וואס גייט פאר?

זאגט ער מיין שוויגער האט זיך אויפגערעגט און זי שטראשעט אז זי גייט ארויסשפרינגען פון פענסטער.

פרעגט איהם איינער, נו גוט, וואס שרייסטו? זאהל זי שפרינגען...

אוי ענפערט ער, איך קען נישט עפענען די פענסטער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 6:02 pm
דורך אייז קריעם
כי רגע באפו חיים ברצונו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 3:52 pm
דורך געוואלדיג
דזשאנסאן אויסערן מיניסטער פון ענגלאנד, מיט לעווראוו דער אויסערן מיניסטער פון רוסלאנד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2017 5:14 pm
דורך moshe613
הרב שטיינמאנ'ס בעט איז נאך אלנפאלס געווען דינע ווי סאטמערע רעבעס סטייק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2017 5:24 pm
דורך moshe613
איך האב מער מורא פין א גאליציאנערס ברייטע 'גיט מארגן' ווי פין אן אונגארישען 'גיי אין ערד אריין'...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2017 8:00 pm
דורך איסר האטלקי
טראמפ האט נארוואס אונטערגעשריבן צו באפרייען סאמעט.
די טורמע בעאמטע האבן אים אויפגעזוכט און נישט געטראפן קיינעם מיט דעם נאמען....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2017 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: איך קען אפפרעגן דעם דזשאוק, במחכת"ה...!

אויב ר' אברהם יצחק סאמעט איז אדורך א שינוי השם (דורך א באבא), האט ער דאך געקענט מיט דעם נייעם נאמען אפפוצן פון דזשעיל...!!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 3:46 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: איך קען אפפרעגן דעם דזשאוק, במחכת"ה...!

אויב ר' אברהם יצחק סאמעט איז אדורך א שינוי השם (דורך א באבא), האט ער דאך געקענט מיט דעם נייעם נאמען אפפוצן פון דזשעיל...!!!


אלא מאי מוז זיין אז די גאנצע באבא סיסטעם העלפט נאר אויף פעיפער...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:38 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו, צו מיר א שנארער... צדקה...

זאג איך איהם... איך האב נישט.

זאגט ער מיר... "גיי ארבעטען!"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:49 pm
דורך ברוך שפינוזה
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...


א לייק פאר דיין אונטערשריפט, איך האב עס נישט באמערקט ביז היינט
:like :like :like

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איסר האיטלקי: איך קען אפפרעגן דעם דזשאוק, במחכת"ה...!

אויב ר' אברהם יצחק סאמעט איז אדורך א שינוי השם (דורך א באבא), האט ער דאך געקענט מיט דעם נייעם נאמען אפפוצן פון דזשעיל...!!!


אלא מאי מוז זיין אז די גאנצע באבא סיסטעם העלפט נאר אויף פעיפער...

וואלווי: איך קען א איד וואס ס'האט איהם געדראעט תפיסה. איז ער געגאנגען צו א באבא אין ארץ ישראל. דער באבא האט איהם געגעבן א נייעם נאמען...יוסף...און ער איז דאך געגאנגען יושב'ן. ס'זעהט אויס אז דעם באבא'ס סגולה האט נאר געהאלפן אויף די ערשטע חלק פון יוסף'ס היסטאריע. ויהי יוסף בבית האסורים... דעם וירוצוהו מן הבור איז נאכנישט מקויים געוארן...!