בלאט 89 פון 179
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:37 pm
דורך שמעון וואלף
The steward handed out drinks, a chasid sitting next to me tells her, you can give me coca cola any flavor
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:15 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דער דזשאוק איז גוט. אבער מ'קען עס אפפרעגן. ווייל קאקא קאלא האט עטליכע פלעיווערס....קלעסיק אדער טשערי קאוק. אדער דייעט קאוק..! וואס א יעדע איינס האט אן אנדער'ן טעם...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:55 am
דורך תנחום
מאך נישט חוזק פון קיין רבי׳ס, די וועסט דארפן אריין קריכן זייער טיף אין גיהנום זיי איבערבעטן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:37 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אז מען רעדט שוין פון צדיקים אין גיהנם האב איך מיר דערמאנט אן אלטען גוטען ווארט.
ווי מען ווייסט ווערן צדיקין מגולגל אין א דג
די היינטיגע "צדיקים" וועלען מגולגל ווערען אין א DOG
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 am
דורך ברוך שפינוזה
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון צדיקים אין גיהנם האב איך מיר דערמאנט אן אלטען גוטען ווארט.
ווי מען ווייסט ווערן צדיקין מגולגל אין א דג
די היינטיגע "צדיקים" וועלען מגולגל ווערען אין א DOG
בנוסח אחרת. היינט צו טאגס ווערן די פיש מגולגל אין צדיקים. והבן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:13 pm
דורך אדונינו
ברוך שפינוזה האט געשריבן:א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון צדיקים אין גיהנם האב איך מיר דערמאנט אן אלטען גוטען ווארט.
ווי מען ווייסט ווערן צדיקין מגולגל אין א דג
די היינטיגע "צדיקים" וועלען מגולגל ווערען אין א DOG
בנוסח אחרת. היינט צו טאגס ווערן די פיש מגולגל אין צדיקים. והבן.
נ"א אין פאלטשע פיש... והוא עמוק.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:44 pm
דורך סקרן
מיר האט איינער געזאגט אמאל אז די צדיקים וואס דארפען אסאך מתקן זיין אבער מוזן מגולגול ווערן אין א פיש
ווערן מגולגול אין א גולד פיש וואס מען קען געווינן ביי קארניוויל,ס און די קינד האלט עס ביז ס'שטארבט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:44 pm
דורך יין שרף
און מאדערענע רבנים אין סושי..
ווינטער
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:57 pm
דורך ווייל אזוי
זאגט מיר איינער בנוגע די פרעסטן,
מ'דארף קוקן אויף די גוטע זייט, למשל טרעף מיר יעצט איין מאסקיטא.....
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2018 8:18 pm
דורך אייז קריעם
אנשטאטס מאסקיטא בייטס באקומט מען פראסט בייטס.
נחמא פורטא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 1:28 am
דורך ווייל אזוי
ר' אברהם מרדכי מלאך כאטש ער איז נישט מיין פעיווארד רעדנער זאגט אזוי:
איך גיי ארום צו שמחות קומט מיר אויס צו רעדן פאר חתנים זאג איך זיי אז סיי דו אין סיי רובאשקין פראווענען שבע ברכות נאר די חילוק איז אז ער פראוועט ווייל ער איז ארויס פון תפיסה און דו וויל איך שוין נישט זאגן.....
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 3:03 pm
דורך אייז קריעם
ווייל אזוי, כאטשיק ער איז נישט מיין פעיווארעט שרייבער, לייק איך אים.
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 6:51 pm
דורך תנחום
C/P
לערן דיך די נייע שפראך פון די צייטונגען:
רבבות = מער פון צען אידן.
מלא התרגשות = מהיכי תיתי.
א' שמות = דינסטאג פרשת תצוה.
עושה רושם = א שאקל מיט'ן קאפ.
שטראמעדיגע מאסן = א כמעט ליידיגע זאל.
רבי שליט"א = בנן של קדושים.
רב דביהמ"ד = ספרים פאקער.
משב"ק = פאליטיקאנט.
חסידי'שער אינגערמאן = א שומר שבת (?)
הרה"ג = ענדיגט קוים חומש רש"י.
חדב"ן = ווארט נעבעך שווער צו ווערן א אדמו"ר.
פני העדה = האלב קהל האט אויף זיי טענות.
לפני מלכים התייצב = כאפט א סעלפי מיט'ן פייערלעשער הויפט.
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 11:56 pm
דורך berlbalaguleh
איך גיי יעצט זאגן א מילתא דבדיחותא וואס האט שוין געהאט א ווייסע בארד בימי מיין עלטער זיידן זצוק"ל...דער פרעזידענט פון עגיפטן, דער הויכגעשעצטער גאמאל אבדול נאסער האט געסטראשעט אז ער גייט באמבארדירן די גרעסטע אידישע שטאט. האבן זיך אלע אידן אין ברוקלין שטארק דערשראקן...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:51 am
דורך שמעון וואלף
וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?
ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:30 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
שמעון וואלף האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?
ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער
דאס איז אלט ווי די גלות
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:10 pm
דורך איסר האטלקי
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?
ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער
דאס איז אלט ווי די גלות
לייג צו צו די אשכול תקנות אז נאר נייע וויצן ערלויבט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
די אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס איך גיי דא פארציילן האביך שוין געהערט אין פארשידענע פארמאטן. אבער ס'איז כדאי צו פארציילן...!
דער חכימא דיהודאי ר' י.ל. ני"ו איז אמאל געפארן אויפ'ן טרעין פון איין שטאט צום צווייטן. ער איז געזיצן מיט זיין גאנצע חסיד'ישע טראגע. האטציך אוועקגעזעצט נעבן איהם א פרייער אמעריקאנער איד און ער הייבט איהם אן צו געבן א פארציע מוסר אויף אידיש, אז ער מאכט א חילול השם. און אז די גויים האבן פיינט די אידן וועגן אזעלכע מענטשן ווי ער. ווען יענער האט געענדיגט זיין דרשה, רופט זיך אן ר' י.ל. צו איהם אין ענגליש. עקסקיוז מי סיר. איי דאנ'ט אנדערסטענד וואט יו אר סעיאינג. וואט לענגוויטש אר יו ספיעקינג. זאגט דער פרייער איד אין ענגליש איי עם ספיעקינג אידיש ביקאוז יו אר דזשאויש. זאגט ר' י.ל. יו אר מיסטעיקען. איי עם אמיש (או.קעי. עימיש פאר די היימישע). האט דער פרייער איד זיך אנטשולדיגט און געזאגט. איי עם סאו סאררי. איי עדמייער דהע וועי דהאט יו אר קיעפינג יור טרעדישאן...! דאמאלס האט ר' י.ל. אויפגעמאכט זיין מויל און איהם באוואשן אויף אידיש...דו געמיינער יונג וואס דו ביסט. ווען דו מיינסט אז איך בין אן אמישער גוי געסטו מיר קאמפלימענטן. און דו שפייסט אויף דיין אייגן אידישן פאלק...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:29 pm
דורך ראוונע
די מעשה ווערט דערציילט אויף דאקטאר אברהם טווערסקי
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:35 pm
דורך א איד
איך האב עס געהערט אויף ר' ישראל'טשע קאסאנער
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך האב עס שוין געהערט אויף ביידע, מן הסתם איז עס געווען די צווייטע, און איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון איהם, האט ער נישט געדענקט די נאמען, האט ער אפירגעקראצט די איינציגסטע רב וואס ער קען, וואס קען א גוטע ענגליש...
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:26 pm
דורך ברוך שפינוזה
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]אן עלטערער פארפאלק שלעפט זיך אריבער צום דאקטער פאר אן אונטערזוכונג. דער דאקטער טאפט אהער און אהין, פרעגט אויס זיין ליסטע מיט שאלות.. דער אידל זאגט פארן דאקטער אז אלעס קלאפט ב"ה פיין, חוץ אז ביינאכט דארף ער אפט ארויס גיין אין ביסקיסע אבער חוץ דאס איז אלעס בסדר.
איך ווייס אבער אז דער אייבערשטער היט מיך לייגט ער צו מיט א גלייכקייט. אפי' ס'איז טינקעל טרעף איך גלייך די טיר און אפי' דער לייט צינדט זיך אן אוטאמאטיש ווען איך קום אריין.
פשש.. באוואונדערט אים דער דאקטער. ביסטעך געזונט אין פריש! דו קענסט אהיים גיין לחיים ולשלום.
א מינוט דאקטער.. טאנצט זי אויף פון איר בענקל, שוין א יאר צייט וואס ער קטנ'ט מיר אריין אינעם פרידזשעדער...[/justify]