פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שמעלקא'לע האט געשריבן:אבאמא האט אראפגענידערט אמעריקע'ס פרעסטיזש איבערן כדור ביז צו דער ערד. דאס איז דאך איינמאל זיכער!
/quote]
זיכער? כאפ א בליק אויף די נומבערס, אין רוב נארמאלע לענדער האט די פאזעטיווע בליק אויף אמעריקא געטראסקעט דורכאויס בוש'ס יארן און זיך געהויבן אין אבאמא'ס.
מעגליך, אבער לדעתי איז די פאזיטיוו בליק פון לענדער כלפי אמעריקע געשען ווייל ער האט זיך אנגעהויבן צו בוקן און קניען צו יעדן אפגעריסענעם שמויגערלאנד, איך וואלט אויך געקוקט פאזיטיוו אויף איינער וואס בוקט זיך צו מיר...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעלקא'לע: אויף דיין שאלה וואס טראמפ'ס שטעלונג איז איבער מדינת ישראל. איז די ענטפער. ער איז א גרויסער ציוני. און א גוטער פריינט פון בנימן נתניהו...!
חוץ דעם איז ער ארומגענימען מיט אידן. איינער פון זיינע הויפט אקאונטענטס איז א יוד מיט א קאפל. אויך, האט ער א אידישן איידעם. און זיין טאכטער האטציך מגייר געווען. זי האלט שבת און כשרות, וכו'. נאר ער האט דעם איידעם נישט פארהערט וויפיל בלעטער גמ'-תוס' ער קען אויסנווייניג. זיין (דעם חתן'ס משפחה) זענען אויך גרויסע עשירים און בילדינג קאנטראקטארס. זיי בויען א סאך גרויסע בילדינגס .

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אפשר איז מיין אפיניאן נישט אזוי פאפולער, אבער פאקטיש האט אבאמא ביים ארויסגיין איינע פון די העכסטע אפראוועל ראטעס אין לאנד אין היסטאריע - און דאס איז א זאך וואס ווערט נאר העכער מיט די צייט.
אבאמא איז קלאר נישט געווען דער פערפעקט קאנדידאט וואס אמעריקע האט געדארפט, ער האט געהאט זיין שמאלע בליק אין געוויסע נושאים, ער האט זיכער נישט געוואוסט ביים לויפן (פונקט ווי אונז אלע) אז ער וועט דארפן קעמפן מיט אייסיס און א מיטלעבן פארצויגענע סיריע קריזיס וואס וועט זיך אויסלאכן פון זיינע רויטע ליניעס; פארט איז ער געווען אן ערנסטער רעספעקטירטער מענטש (עכ"פ געשפילט האט ער זיכער אזוי), ער האט זיך גערעכנט מיט א צווייטנ'ס דעה (אנרופן נארסיסיסט איז זייער נישט אין פלאץ לענ"ד), האט אמת'דיג שווער געארבעט צו מאכן אמעריקע פאר א בעסער פלאץ.
איך פאר מיר בעצם זוך נישט אז אמעריקע זאל זיין דער אויבן-אן אין אלע מלחמות, און אויב מיינט דאס אז אמעריקע איז מער נישט אזוי גרעיט, איז נישט. איך קען לעבן אין-איינס-פאר-די-בעסטע מדינה פונקט אזוי... חוץ מזה לדעתי איז אמעריקע ווייט נישט גרעיט, נאר טיף אין דער אדמה, און קען זיך לערנען גוטע זאכן פון כמעט אלע אנדערע לענדער אויף דער וועלט.
נישט קיין ספק אז דער היסטארישער געווינס פאר טראמפ האט ארויסגעברענגט דעם ווייטאג פונעם פאלק, אז מען איז שוין מיד פון די פאליטישע קארופציע, און אפילו אויב אונטער טראמפ קען זיין שרעקעדיג, איז מען גרייט צו נעמען דעם ריסק, אבי צו זעהן א דראסטישע "טשעינדזש" אינעם לאנד - א זאך וואס אבאמא האט פייערליך פארשפראכן 8 יאר צוריק, אבער שוואך דעליווערט. ווי אויך איז דאס געווען א נצחון אין די מידיא וואס פרובירט ארומדרייען דעם דעת הקהל און "מאכן טראכטן" ווי די רעדאקטארן ווילן. גענוי ווי ביי ברעקזיט, און יא, איך האב גענוי די זעלבע מחשבות ווי דעמאלס...
הלכה למעשה. ווי יעדער ווייסט, האט טראמפ נאך בכלל נישט קיין קלארע בלו-פרינט אויף אלע זיינע גרויסצוגיגע פלענער, אבער ער וועט מוזן ארבעטן פלייסיג, האבנדיג מיט זיך דעם סענאט און קאנגרעס, ער האט כמעט נישט קיין באמפס אויפן ראוד און קיינע תירוצים. לאמיר האפן אז ער וועט נוצן זיינע גוטע חלקים און ביזנעס עקספיריענס צו פירן דאס לאנד אין די ריכטיגע דירעקציע. שלימות וועט ממילא נישט זיין קיינמאל אין גלות. אין לך אדם שאין לו שעה. פון הימל האט מען געפירט אז ער זאל זיין פרעזידענט, איז דאס זיכער לטובה.
פאר די אלע וואס זענען ביזי שרייען נצחון, נצחון - קלינגט אין קאפ די מימרא "די נצחונות וועלן נאך באנק טון".... נישט ווייל איך האלט אז טראמפ קען נישט זיין געלונגען, נאר ווייל פאליטיק איז א גלגל החוזר, און יעדע 4 אדער 8 יאר האט א צווייטער א "נצחון", אזא שארט טורם זאך הייסט ביי מיר נישט קיין "נצחון"... אלזא, פריי זיך נישט, רעג זיך נישט, נעם עס נישט פערסאנאל.. נאר וואס, חיי שעה איז אויך עפעס. נאך א מזל עס איז דא קאמעפטישאן, אזוי קענען מיר נאר פארדינען.
LOOKING FWD.......

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
לב מלכים ושרים ביד ה'!
ס'איז זעכער אסאך גרינגער יעצט כביכול, אז גאט זאל טוישן זיין מיינד אין א בליץ סעקונדע! צו טוישן קלינטאן וואלט זיך אפשר געפאדערט נסים שלא עפ"י דרך הטבע, וואס דאס געשעהט נישט אזוי אפט.
ס'איז זעכער אסאך גרינגער יעצט כביכול, אז גאט זאל טוישן זיין מיינד אין א בליץ סעקונדע! צו טוישן קלינטאן וואלט זיך אפשר געפאדערט נסים שלא עפ"י דרך הטבע, וואס דאס געשעהט נישט אזוי אפט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
דאס איז נישט קיין ליצנות. דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן יעצט טראמפ אלס פרעזידענט - אלעס איז וועגן "נקמה".
בד"וו קאלבערט איז נעכטן געווען שפראכלאז. כאב אים נאכקיינמאל נישט געזען אזוי פארלוירן. ער רייסט שוין שטיקער פון טראמפ די גאנצע יאר, און די קאשמאר איז געשען..
https://www.youtube.com/watch?v=iKl3x-V ... e=youtu.be

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ער איז געווען שפראכלאז נישט ווייל ער האט עס גענומען פערזענליך (ער איז א ענטערטעינער, ס'נישט פערזענליך פאר אים) נאר ווייל אלע זיינע מאטריאל פאר די נאכט איז אנגעגרייט געווארן מיטן חשבון אז טראמפ וועט ליידן א שטארקע פארלוסט און קלינטאן א געווינס. ס'נישט גרינג צו אימפראווייזען און טוישן א סקריפט אויפן פלאץ.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר איז מיין אפיניאן נישט אזוי פאפולער, אבער פאקטיש האט אבאמא ביים ארויסגיין איינע פון די העכסטע אפראוועל ראטעס אין לאנד - ..
The most shocking part of tonight is the number of people who approve of Obama but didn't vote for Hillary Clinton,” tweeted former Obama senior adviser Dan Pfeiffer after the results came in—but that in itself may be a skewed portrait: the same polls that showed soaring approval for Obama showed Clinton winning at least 100 more electoral votes than she did, and being the president-elect who’d meet with Obama at the White House on Thursday
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
נארוואס אריינגעקומען די ניעס פון חסד לאברהם אפיס אז כ"ק מרנן האדמורי"ם מ'וויזניץ וסקולען שליט"א זענען ערווארטעט קומענדיגע וואך אנצוקומען קיין וואשינגטאן אפצושטאטן א באזוך ביים נייעם פרעזידענט-עלעקט ה"ה כ"ק אדמו"ר רבי דאנאלד טראמפ שליט"א אפצוגעבן מזל טוב און זייערע ווארימע ווינטשן ולמען יאריך ימים על ממלאכתו - אין דער זעלבער צייט וועלן זיי אויך דורך שמועסן די פלענער פאר די קומענדיגע כינוס כלל ישראל וואס וועט פארקומען אין פארנט פונ'ם מעכטיגן ווייסען הויז אין וואשינגטאן ווי ס'איז ערווארטעט די צאמקום פון כל בית ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבערן לאנד בראשות כ"ק מרן אדמו"ר מאמעריקע שליט"א.
היו נכונים!!!