בלאט 90 פון 213

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:10 am
דורך מאטי
ענדרויד קראום

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:19 pm
דורך יעלה ויבא
In settings when you select the app there's a option uninstall updates but it will probably uninstall all the updates not only the latest one

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:יארן לאנג האט זיך דער עולם געמוטשעט, די נייע פערקיולעיטאר'ס פלעגן אלץ געדעמעדזש ווערן נאכן טובל'ען, ביז עס איז איינגעפאלן פאר א אידישע קאפ עס צו מאכן "נגמר ע"י יהודי", און אראפ א דאגה פון קאפ, מען איז עס מער נישט מחוייב צו טובל'ען.

וואס איך וויל וויסן, פארוואס איז מען סטאק געווארן בלויז ביי פערקיולעיטארס? דער פראבלעם איז נוגע פאר אנדערע עלעקטראניקס פונקט אזוי. ווי צב"ש טויסטערס, סענדוויטש מעיקערס, קאווע מאשינען, קלענערע וואסער קאכערס,חלקים פון מיקסערס און בוש-מאשינען, צווישן אנדערע. קען מען דען נישט אויסארבעטן דעם זעלבן תיקון פאר אנדערע עלעקטראנישע כלים?

דו האסט שוין אריינגעברענגט א פאר מיליאן דאללער ביזנעס פאר "ארבייט'ס פארמיטלונג פאראיין". (אויב ס'עקזיסטירט נאך.) און פאר "דבר יום ביומו" און "לוח הציבור". אה. "וויקלי לינק", שאפפער'ס רוט, וכו' וכו'... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :P :oops: ;) :o

געט מיר אן איידיע וואס מקען קויפן ביי www.gap.com

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:42 pm
דורך הרב_שלום
איך האב א 50 דאלליגער קיופאן ביי www.gap.com רוב זאכען וואס זיי פארקויפען דארף נישט מיין ווייב
אויב איר ווייסט פון עפעס א גוטע פראדוקט ביטע געט מיר די אייטעם נומער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:53 pm
דורך דריידל
איך מיין אויב כ'על דיר געבן מיין ווייב נאמבער וועסטי סאך קליגער ווערן ווי פון אן אייטעם נאמבער. סאומהא האט זי אייביג וואס צו קויפן דארט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:43 am
דורך מילכיג
וואס ס'מיינט "משטיינס".

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:55 am
דורך I'm back
וועלכע טאג און יאר איז די סאטמארער רבי זכותו יגון געניינו געבוירן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:59 am
דורך רויטע וואנצעס
י"ז טבת תרמ"ז.
Jan. 13 1887

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:03 pm
דורך מילכיג
איך מיין ער מיינט דעם ברך משה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:03 am
דורך ישראל קאפקע
"קיינע צוויי שנייעלעך זענען נישט אייניג,"
איז דאס ריכטיג, איז עס איבערגעצייגט געווארן, איז בכלל מעגליך צו איבערצייגן אזא זאך?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:20 pm
דורך כוכב
ח'י טבת.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:50 pm
דורך געפילטע פיש
ישראל קאפקע האט געשריבן:"קיינע צוויי שנייעלעך זענען נישט אייניג,"
איז דאס ריכטיג, איז עס איבערגעצייגט געווארן, איז בכלל מעגליך צו איבערצייגן אזא זאך?

די חשבון איז אז ס'איז דא אזוי סאך מיני קאמבינאציעס וויאזוי א שנייעלע קען זיך פארעמען, מער וויפיל אטאמען ס'דא אין די known universe (בערך 80^10), און די מספר פון שנייעלעך וואס פאלן יעדע יאר קומט נישט צו צו קיין סעפטאנדיסיליאנסטעל פון דעם (1 נאכגעפאלגט מיט 54 זעראוס) , און ממילא איז נישט מסתבר אז צוויי שנייעלעך זאלן זיין די זעלבע.

www.nbcnews.com/id/16759121/ns/technology_and_science-science/t/two-snowflakes-may-actually-be-alike/

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:56 pm
דורך כוכב
איז אמת אז קיין איין שנייעלע פלעקל קראכט נישט אריין אינעם צווייטן?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:18 pm
דורך געפילטע פיש
פון וואו נעמסטו דאס?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:24 pm
דורך יין שרף
דאכט זיך ס׳איז א גמרא אז קיין איין רעגן טראפ רירט נישט צו קיין צוויטע.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:45 pm
דורך אפטעמיסט
ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?

----

(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 2:43 pm
דורך outspoken
פארוואס אז ס'דא א א''ג גוי'אישע קאר סערוויס וואס ס'ווערט אנגעפירט דורך אידן זעט מען נאך די גוי'אישע גוי'אישע קאר סערוויס.

לעצטע וואך האב איך גערופען GO CAR צו גיין צו א שכן'ס חתונה, אונטען זעע איך א שכנה א מידל עידזשט ווי זי שרייט אין טעלעפון אויף ברוקלין קאר סערוויס אז זי ווארט שוין 25 מינוטן, מיין ווייב אפערט איר אז זי זאל קומען מיט אונז, אינמיטען וועג רופט זי זיך אן אז די דרייווער (א ספאניאנע) איז העפטליך און איידעל, און די קאר שטינקט נישט, פרעג איך איר פארוואס פארט איר נישט מיט GO CAR ווען זיי קומען שנעלער און זיי טרענירן זייער דרייווערס ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען זיי נעמען אויף היימישע אידן, ענטפערט זי מיר, 'איך רעג מיר שוין 30 יאר אויף 'ברוקלין' אבער מיט זיי פאר איך', כ'האב געוואלט זאגן די דרייווער, פאר צוריק אהיים לייג איר אראפ אין די רעגן, זאל זי פארן מיט 'ברוקלין' (פארשטייט זיך אז דאס וואלט מיר געקאסט מיין שלום בית און די שארפע בליקן פון איר מאן די הרה''ח...)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:20 pm
דורך ברסלבער
איך נוץ אויך נאר ברוקלין, און די סיבה דערצו איז ווייל יעדע מאל איך דארף א קאר סערוויס קאל איך קודם אלע אידישע ק"ס און כמעט אייביג האט קיינער נישט עוועליבעל, און דאן מוז איז בעל כרחי נוצן ברוקלין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:06 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ברסלבער האט געשריבן:איך נוץ אויך נאר ברוקלין, און די סיבה דערצו איז ווייל יעדע מאל איך דארף א קאר סערוויס קאל איך קודם אלע אידישע ק"ס און כמעט אייביג האט קיינער נישט עוועליבעל, און דאן מוז איז בעל כרחי נוצן ברוקלין.


ווייל זיי זאגן קיינמאל נישט אפ.. נישט קיין חילוק וויפיל קארס זיי האבן "נישט" אבעליבעל נאר.. זאל ער ווארטן דער יעניגער אבי נישט צו פארלירען א קוסטומער..

ערענסט גערעדט: די אידישע זענען רוב מאל זייער אמתדיג מיטן זאגן ווי לאנג ס'העט נעמען ביז ער וועט דארט זיין. און דער גוי העט אלץ זאגן ..שאר רייט אוועי.. און מ'ווארט נאך יעצט..

פארוואס האט גענומען אזוי לאנג צו כאפן אז...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:36 pm
דורך ונבנתה העיר
עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

די ערשטע שורה אין א קאר מוז נישט זיין אן אומבאלומפערטע באנק, עס קען אויך זיין צוויי פריוואטע זיצן מיט א פלאץ צו לייגן די הענט.

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.

קארס מוזן נישט זיין קעסטל'דיג.

זייערע זיצן מוזן נישט זיין דין, הארט און פלאטשיג, זיי קענען אויך זיין דיק און באקוועם.

מען קען דרוקן די ד"ה אין רש"י מיט אותיות מרובעות.

אין רי"ף קען מען צושרייבן וואו עס קומט אויס בדפי הגמ'.

מען קען דרוקן טור און שו"ע אינעם זעלבן באנד.

וכו' וכו'.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:17 pm
דורך יואב
אפטעמיסט האט געשריבן:ווער קען רעקאמענדירן שיינע רעסטאראנטן אין די מאנסי אומגעגענגט ארויסצוגיין מיט די ווייב?

----

(הא? וואוינסט אין מאנסי? האלטסט'ך אין איין דרש'נען אז דו וואוינסט אין ווילי?
חכם דו, ווען כ'וואוין ווען אין מאנסי וואלט'ך דאך געוויסט וואו מ'קען ארויסגיין עסן, אלא מאי מוז מען זאגן אז דא ליגט עפעס טיפער.
יעצט טייערער ניק, פרעג נישט קיין איבריגע שאלות, נאר טו א טובה און ענטפער מיין פראגע. טענק יו.)


איך וואלט געזאגט אז "מאנדארין" איז די בעסטע כשר'ע רעסטוראנט אין יענער געגנט.  אויף 106 רוט 59, ממש נעבן מעין סטריט.

אויב זוכסטו א גוטע מילכיגע רעסטוראנט, קענסטו גיין צו Purple Pear, געפינט זיך אינעם זעלבן בנין.

א גוטער פלאץ קען זיין Yoffee Coffee, געפינט זיך אין עירמאנט, 414, רוט 59.
ס'איז לוקסעריעז און ראמאנטיש. גיבן פרייע ווייפיי אויך. זיי האבן אבער נישט א גרויסן אויסוואל פון קאנקריט אכילה, נאר ליבערשט טשיז קעיק, אייז קרעים, סמודיס און קאווע, פון אלע סארטן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:58 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

די ערשטע שורה אין א קאר מוז נישט זיין אן אומבאלומפערטע באנק, עס קען אויך זיין צוויי פריוואטע זיצן מיט א פלאץ צו לייגן די הענט.

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.

קארס מוזן נישט זיין קעסטל'דיג.

זייערע זיצן מוזן נישט זיין דין, הארט און פלאטשיג, זיי קענען אויך זיין דיק און באקוועם.

מען קען דרוקן די ד"ה אין רש"י מיט אותיות מרובעות.

אין רי"ף קען מען צושרייבן וואו עס קומט אויס בדפי הגמ'.

מען קען דרוקן טור און שו"ע אינעם זעלבן באנד.

וכו' וכו'.


אז רענצלעך קענען פארמאגן רעדער,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:53 pm
דורך petergrifin
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס זענען דא זאכן צו וועלכע די מענטשהייט קומט צו דורך עקספיריענס - טרייעל ענד עראר, דערנאך זענען דא זאכן וואס עס זעהט אויס אז זיי זענען פשוט פויל געווען צו טראכטן אז עס קען זיין אנדערש אויך.

עטליכע דוגמאות פון אן ענדלאזע (לאו דוקא) ליסטע:

א טעלעפאון מוז נישט האבן א רעדל וועלכע מען דארף דרייען לעולם ועד, עס קען האבן קנעפלעך.


וכו' וכו'.


@ונבנתה העיר אסאך זאכן טוישן זיך מיט די יארן נישט נאר װײל מען װערט קליגער, נאר צוליב נײע טעכנעלאגיע למשל די ״טרענסיסטער״.
און װי דער לינק ברענגט צו װי די געדאנק איז שוין געװען אסאך פריער.

http://en.wikipedia.org/wiki/Push-button_telephone