בלאט 90 פון 179

נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:06 pm
דורך ברוך שפינוזה
נאך א מזל איך האב שוין געגעסן נאכטמאל היינט, איך ווייס נישט צי איך וואלט נאך געקענט עסן נאכ'ן דאס ליינען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 8:54 am
דורך געוואלדיג
פארוואס ווען א עושר קען אויך נאכזאגן עפעס א שיטה מקומצת זאגט מען אויף איהם תורה וגדולה במקום אחד,
אבער ווען א תלמיד חכם עצום האט אויך אויף שבת צו מאכן זאגט מען עס נישט אויף איהם???

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:21 am
דורך וואלווי
שוין אן אלטע קשיא, קען זיין די תירוץ גייט בערך אזוי:

איזהו חכם המכיר את מקומו, דער ת"ח וויסט אז ער איז בעיקר א ת"ח וואס דאס איז מקומו, און צו די זייט אביסל פרנסה, בלאזט ער נישט פון די געלט, משא"כ דער "הרבני הנגיד" קוועטשט אריין זיין תורה'לעך אין זיין געלט פרסום וואס איז בעיקר זיין מקום, מילא איז תורה וגדולה במקום אחד...

מתרץ געווען דרוש ע"פ דרוש...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:53 am
דורך [NAMELESS]
וע"פ פשוטו י"ל שהתורה שלו הוא בבחי' גדולה 'במקום אחד' ואינו מכיר את מקומו, שהרי אסור להרהר בד"ת בביה"כ...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:47 pm
דורך אייז קריעם
עשיר יענה עזות.
דער ת"ח האט נישט געניג גאטס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך האב עס שוין געהערט אויף ביידע, מן הסתם איז עס געווען די צווייטע, און איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון איהם, האט ער נישט געדענקט די נאמען, האט ער אפירגעקראצט די איינציגסטע רב וואס ער קען, וואס קען א גוטע ענגליש...

און איך האב עס געהערט אויף ר' י. ל. ווייל ווער ס'קען איהם ווייסט אז ער איז מסוגל אזוי צו האנדלען. ער איז א פיקח עצום. און ער איז אייביג גרייט צו העלפן א צווייטן איד מיט עצות און מעשים...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:11 pm
דורך תנחום
א ארימאן א עם הארץ האט זיך אמאל אפגערעדט אז ביי איהם איז אויך תורה וגדולה במקום אחד, ביידע זענען ביי איהם אין די ערד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:41 pm
דורך וואלווי
תנחום האט געשריבן:א ארימאן א עם הארץ האט זיך אמאל אפגערעדט אז ביי איהם איז אויך תורה וגדולה במקום אחד, ביידע זענען ביי איהם אין די ערד.


מ'קען נישט גלייבען אן ארימאן אן עם הארץ אין די ענינים. א גאנצע וואך איז ער נישט נאמן, און שבת ווען "אפילו ע"ה אימת שבת עליו" טאר מען נישט רעדן געלט זאכן, און פון דער היתר "נישט אין שבת גערעדט" ווייסט ער נישט ווייל ער'ז אן ע"ה, איז ווען קען מען עסטעבלישען דעם ארימאן אן עם הארץ?....

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2018 3:08 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ווען ער וויל ווייזן אז ער איז א תלמיד חכם. למשל, ווען ס'פאלט אריין א טראפ מילעך פון א בעיבי באטי אין א טעלער טשולנט הייסט ער פאר זיין זון ער זאלל איהם ברענגען דעם שולחן ערוך הילכות שבת. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס עפעס הילכות שבת...? האט ער געענטפערט...ווייל אום שבת עסט מען טשולנט...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:31 am
דורך געוואלדיג
קומט זיך אן א אידל צום לוד עירפארט, די באאמטע שטעלן איהם אפ און מאכן א שו''ת כדרכם
באאמטער: וואס איז די ציהל פון אייער באזוך
אידל: להשתקע, איך קום זיך באזעצען דא
באאמטער: אזוי גאר, וואס פלאנט איהר צו טוהן פאר פרנסה
אידל: זיין ראש ממשלה....
באאמטער: זאגט נאר, איהר זענט אינגאנצן פארוקט?
אידל: אה, נישט געוואוסט אז דאס איז איינער פון די פארלאנגטע קוואליפיקאציעס

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
דער ווערטל קומט פון די צייטן פון יצחק שמיר, לכבודו זענען ארויסגעקומען דעי סארט מילתא דבדיחותא'ס. פארשטייט זיך אז היינט קען מען עס שוין ניצן אויף אמעריקע אויך...

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון פרעמיער יצחק שמיר וועלל איך נאכזאגן נאך א דבר חכמה פון איהם. כדי ס'זאלל זיין שפתותיו דובבות בקבר. ווען ער איז געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער האט ער געטיילט הבטחות רעכטס און לינקס. נאך די עלעקשנס זענען געקומען צו איהם די חברי האגודה און געטענה'ט צו איהם אויף געוויסע זאכן.."הבטחת"...האט ער געענטפערט במתק לשונו הק'..."אכן הבטחתי. אבל לא הבטחתי לקיים"...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2018 8:40 pm
דורך החוקר
האט איר שוין אמאל פראבירט צו קויפן אן עראפלאן טיקעט? אויב יא וועט איר וויסן אז מען קען קיינמאל נישט וויסן פאראויס וויפיל עס גייט אפקאסטן.

לדוגמא, אז איינער גייט אריין אין א קליידער געשעפט קויפן א קלייד, דאס איז בערך וויאזוי די אויסטויש גייט צו.
קויפער: "וויפיל קאסט א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך, פאר וועלכע יארגאנג, שבת/וואכן?"
ק: "א שבתדיגע קלייד פאר א ווייבל."
א: "אה זייער פיין, אויף די רעק ליגן אלע שבתדיגע קליידער, עס לויפט פון 120 פאר די פשוטע ביז 180 פאר די בעסערע. דו קענסט טרעפן פאריעריגע מוסטערן פאר 99."

וויאזוי וואלט עס אבער אויסגעקוקט אויב די געשעפט ווערט אנגעפירט דורך אן ערליין. לאמיר שטיין אין זייט און אונטערהערן א שמועס.

קונה: "וויפיל איז א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך."
ק: "ווענד זיך אין וואס?"
א: "עס איז אנגעוואנדן אין זייער אסאך זאכן."
ק: "פיין, קענסטו מיר געבן א מיטלגארטיגע פרייז?"
א: "אהם ניין, עס איז זייער שווער צו זאגן. די ביליגסטע קלייד איז $10 און עס לויפט ביז $475 מיט 200 פארשידענע פרייזן אינצווישן."
ק: "וואס איז די נ"מ פון די טייערסטע ביז די ביליגסטע?"
א: "באמת איז נישט דא קיין חילוק, עס איז אלס די זעלבע זאך."
ק: "איז געב מיר די $10 קלייד."
א: "אויף ווען ווילסטו די קלייד?"
ק: " וואס הייסט, יעצט."
א: "אוי, אויב ווילסטו עס יעצט אהיימנעמען קאסט עס $475."
ק: "איז ווען קען איך עס האבן פאר $10?"
א: "אין א חודש ארום. אבער, דו מוזט אריינקומען פאר פרייטאג עס קויפן און דו קענסט נישט אהיימגיין פאר זונטאג."
ק: "דו מאכסט לצינות פון מיר?"
א: "בכלל נישט, איך מיין עס גאר אמת'דיג. אגב, איך מוז קוקן אין מיין סיסטעם צו איך האב נאך."
ק: "וואס הייסט, איך זעה דו האסט א גאנצע רעק מיט סחורה."
א: "דאס מיינט נישט גארנישט. עס קען זיין אז במציאות איז נאך דא, אבער מיר פארקויפן נישט מער ווי א קליינע סכום פער טאג."
ק: "איז אויב קום איך אריין קויפן די קלייד אין א חודש ארום דאנערשטאג, און איך גיי אהיים מאנטאג, קען איך עס האבן פאר $10, איא?"
א: "אה נישט ממש, פונקט יענע מאנטאג איז די ביליגסטע קלייד $25. און אז מען רעדט שוין, די ביליגסטע קלייד איז ארויף צו $17"
ק: "וואס! איך האלט דאך אינמיטן רעדן צו דיר. וויאזוי איז די פרייז ארויף?"
א: "קוק אהער דו דארפסט פארשטיין. מיר טוישן אונזערע פרייזן הונדערטער מאל דורכאויס דעם טאג. אזויווי דו האסט נאך פאקטיש נישט באצאלט, האבן מיר געטוישט די פרייז. איז וועלכע קלייד ווילסטו למעשה?"
ק: "אינאמת'ן אריין ווייס איך אליין נישט פונקטליך. איך דארף אן עלעגאנטע שבת קלייד, ווי אויך א חתונה קלייד. חוץ מזה דארף איך א שיינע וואכן קלייד, אבער איך דארף קודם באשלוסן וועלכע שיך איך קויף, פאר איך קען אפמאכן וועלכע קאליר קלייד איך וויל."
א: "עס גייט נישט אזוי, מיר דארפן פונקטליך וויסן וויפיל און וועלכע קלייד איר דארפט."
ק: "ווייסטו וואס, געב מיר אלע דריי און וועל שוין שפעטער באשלוסן אויב איך וויל נוצן אלע צו נישט."
א: "ניין עס וועט נישט טויגן, איך קען עס נישט טון. דארפסט פארשטיין, אויב דו קויפסט א קלייד און דו באשלוסט שפעטער עס נישט צו ניצן, ווערן מיר ברוגז און מיר קענען צורעכענען שטראפן. מיר קענען אפילו צונעמען די אנדערע קליידער."
ק: "וואס!!!"
א: "אזוי ווי דו הערסט. מיר קענען דיר פארקויפן קליידער פאר שבת, וואכן, חתונות און יעדע שבע ברכות, ווי אויך האבן מיר בר מצוה און חול המועד קליידער. אבער טאמער ווערן נישט אלע קליידער גענוצט, איז עס א קלארערע פארברעך פון אונזערע תקנות."
ק: "וואס איז דיר א חילוק צו איך נוץ יא אדער נישט דו קליידער וואס איך האב געקויפט?"
א: "בארוהיגט אייך, עס איז נישט דא קיין סיבה צו ווערן אויפגעברויזט און אנגעצויגן. דאס זענען אונזערע פאליסיס און מען קען עס נישט טוישן."
ק: "איז האטס מיר און זייטס מיר, איך וועל גיין צו אן אנדערע געשעפט."
א: "אוי, עס איז ממש א שאד! אלע קליידער געשעפטן זענען די זעלבע. מיר האבן אייניגע פאליסיס."

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:18 am
דורך דער דאס
א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:29 am
דורך שמעון וואלף
דער דאס האט געשריבן:א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!


הייסט עס אז די ביסט גאר דער וואס פלעגט ארום שיקן דערמאנונגען וועגן פרשת המן און תפילת השל"ה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 2:42 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!


הייסט עס אז די ביסט גאר דער וואס פלעגט ארום שיקן דערמאנונגען וועגן פרשת המן און תפילת השל"ה?

ניין. ער איז נישט אזא פעגער. ער שיקט נאר די מעסעדזשעס וואס ענדיגען זיך please do not break the chain and forward to ten people....

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:42 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2018 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
א-שופר-איז-א-שופר: די לייק איז נישט פאר דיין אויסגעמעקטן מאמר. נאר פאר דיין חתימה...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 12:17 pm
דורך ווייל אזוי
יא יא אזוי גייט עס..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
ווייל אזוי: איך האב געוואוסט אז ס'קומט א גוטס. אבער אזא גוטס האביך נישט געחלומ'ט...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
ווייל אזוי: איך טראכט יעצט אז אפשר וואלט מען געדארפט אפשטופן די חתונה. און ער מיט זיין כלה אין איהר חופה קלייד זאללן גיין צו דעם סופערבאול...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:38 pm
דורך אייז קריעם
זאגט די הייליגע משנה: האיש מקדש בו ובשלוחו.

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס עפעס אפשטופען די חתונה? שטופ אפ דער סופער באול!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk