בלאט 10 פון 16

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 11:47 pm
דורך מאטי
וואס איז דאס משוגעת פון שרייבן וועגן זיינע צדקה צוועקן? דער גוי קוקט דאס אן כאילו; אויב מ׳געט צדקה דאן איז דאך זיכער אז ער איז געווען א פיינער איד. מ׳קען געבן צדקה און זיין א גענגסטער מ׳קען נישט געבן און זיין א גלייכער מענטש. די עולה איז נישט אז מ׳האט באקריוודעט א בעל צדקה וחסד א פילאנטראפ. פשוט א הומען ביאינג וואס איז דערמארדעט געווארן אינמיטן שטאט. ארים,רייך,בעל צדקה,בעל תוקע, וועם גייט דאס אן.
בד״וו דער איד שרייבט: A devoted husband and loving father to his 8 children
To his 8 children גייט ארויף אויף ביידע ajactives לויט די גראמאטישע כללים ,ניין?
די אלמנה ווערט בכלל נישט דערמאנט, היתכן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:22 am
דורך שרייבער
ער האט דאך באמת 7 קינדער, די 8 מיינט מען די אלמנה, מען טאר דאך נישט שרייבן פון פרויען (ע"ע אכשר דרא) האבן זיי איר אריינגעלייגט בהבלעה בכלל די קינדער

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:41 am
דורך signout
דאס קומט פין שטיין פין פאלטיטשאן, דאכט זיך אז דער צייטונג האט געהאט א טאג בעפאר די זעלבע געדאנק אין זיי האבען עס נאכגעמאכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:23 am
דורך שעפטל
און דער איד פארענטפערט זיך איבערן חתם-סופר-געיט....

IMG-20140116-WA014.jpg
IMG-20140116-WA014.jpg (114.08 KiB) געזען געווארן 3532 מאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:29 pm
דורך הבא ללמד
איינער ווייסט פארוואס משה יודא דייטש שרייבט מער נישט און דער איד, עס איז געוען דע איינציגסטע עכטע גיטע ארטיקעל און דער איד?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 11:43 pm
דורך יאסל ראקאווער
איינער אין די רעדאקציע דארף באקומען א ציפ פון אינטען פאר דורך לאזן די מעשה.
נישט נאר און קונטקסט איז די מעשה א שקר און א מילתא דעבידא ל'גוגול'ויי. אין מציאות איז די חתם סופר געווען צוויי יאר אלט ווען די וועד הארצות איז ארויס פון ביזנעס. מילא האט אדער די חתם סופר ג'חלמ'ט אדער זיין אייניקעל.
נאר אויך פאר די פראסטע איבערטייטשט. פון ווי נעמט מען אזא חסר דעת?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 18, 2014 11:46 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וויאזוי קען עס זיין??? מ'קען הרג'נן אן א סנהדרין?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:18 am
דורך שרייבער
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איינער אין די רעדאקציע דארף באקומען א ציפ פון אינטען פאר דורך לאזן די מעשה.
נישט נאר און קונטקסט איז די מעשה א שקר און א מילתא דעבידא ל'גוגול'ויי. אין מציאות איז די חתם סופר געווען צוויי יאר אלט ווען די וועד הארצות איז ארויס פון ביזנעס. מילא האט אדער די חתם סופר ג'חלמ'ט אדער זיין אייניקעל.
נאר אויך פאר די פראסטע איבערטייטשט. פון ווי נעמט מען אזא חסר דעת?

וועלכע יאר זענען זיי ארויס פון ביזנעס? ברענג א מקור ביטע

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:23 am
דורך [NAMELESS]
שרייבער האט געשריבן:וועלכע יאר זענען זיי ארויס פון ביזנעס? ברענג א מקור ביטע

תקכ"ד

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:23 am
דורך דער (פינטעל) איד
Wikipedia

ועד ארבע ארצות הוא שמו של גוף מנהלתי אשר שימש במשך כ-250 שנה, בין השנים 1520 ל-1764

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:26 am
דורך דער (פינטעל) איד
הרב משה סופר (שרייבר) (14 בספטמבר 1762 - 3 באוקטובר 1839), הידוע בכינוי החת"ם סופר או חת"ס

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:31 am
דורך שרייבער
אקעי
יישר כח

איך לייג עס צו צו די ליסטע פון שקרנות און אומוויסנדקייט פון די כותבי הדורות
הערשט נישט לאנג האב איך געליינט אין איינע פון די סקווירא גליונות עפעס א מעשה אז ר' משה פיינשטיין זאל האבן געשיקט א בריוו פאר פרעזידענט בוש דער ערשטער ווען קלינטאן איז ערוועלט געווארן, ר' משה איז נפטר געווארן תשמ"ו און קלינטאן איז ערוועלט געווארן דאכט זיך נ"ב

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 10:38 am
דורך [NAMELESS]
דא שרייבט ער אבער אז די 'אסיפות' זענען נאך יא אנגעגאנגען לאנגע יארן דערנאך, ביז אום תקל"ב

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:55 am
דורך איטשע
זייערע אסיפות זענען קיינמאל געווען אין בראד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:29 pm
דורך [NAMELESS]
איטשע האט געשריבן:זייערע אסיפות זענען קיינמאל געווען אין בראד.
"והיה המנהג אז שהיה אסיפת הרבנים של כל גאליציאה המזרחית בכל שנה ושנה בעיר בראד" (גדולת יהונתן)

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:54 am
דורך איטשע
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"והיה המנהג אז שהיה אסיפת הרבנים של כל גאליציאה המזרחית בכל שנה ושנה בעיר בראד" (גדולת יהונתן)



דאס איז נישט די אסיפת ועד ארבע ארצות, וואס זענען ס׳מערסטנס געווען אין יערסלוב אדער לובלין, וואו די גרויסע יאריד׳ן זענען פארגעקומען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:54 am
דורך [NAMELESS]
איטשע האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:"והיה המנהג אז שהיה אסיפת הרבנים של כל גאליציאה המזרחית בכל שנה ושנה בעיר בראד" (גדולת יהונתן)



דאס איז נישט די אסיפת ועד ארבע ארצות, וואס זענען ס׳מערסטנס געווען אין יערסלוב אדער לובלין, וואו די גרויסע יאריד׳ן זענען פארגעקומען.


יעראסלוב און לובלין איז נאר געווען די מרכז אזוי לאנג ווי די אטונומישע ועד האט געלעבט. נאך 1764 איז נאר געווען אסיפות מטעם די 'ועד הגליל' פון לבוב, וואס בראד איז געווען איר צווייטע אין hierarchy פון די פולישע 'גלילות. און נעמענדיג אין חשבון אז פונקט אין יענע צייט (prior to 1772 as well as post 1779 Brodian tex exemption by Austria) איז די 'יריד' פון בראד געווען אויפן העכסטן שטאפל לאזט זיך שטארק סברא'נען אז 'אסיפות רבנים', וואס איז אלעמאל געווען פארבינדן מיטן 'יריד' זאל נעמען פלאץ טאקע דווקא אין בראד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:10 am
דורך איטשע
זייט ווען איז געווען א יאריד אין בראד?
די גרויסע יארידן האבן עעס געהאט א שייכות צו די ועד ארבע ארצות איז געווארן אויפגעלעזט צו נישט? זיי זענען ווייטער אנגעגאנגען, עס האט גארנישט געהאט מיט די יודן איינגעלייגט, עס איז געווען א ריין גוי׳שע ארגאניזירטע זאך, עס אפי׳ געהאט א נאמען נאך א קריסטליכע חגא, ווי קומט עס קין בראד?
אבער דאכט זיך אז מיר פארקריכן פון די נושא...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:51 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:28 pm
דורך נאר,,פרייליך
אין די בריווען צום איד פארגאנגענע וואך תרומה, שרייבט איינער בטוב טעם איבער די וואס זיכען זיך צו קריגען מיט ערליכע אידען
עי' שם בארוכה

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:18 pm
דורך בשבילי!
הבא ללמד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס משה יודא דייטש שרייבט מער נישט און דער איד, עס איז געוען דע איינציגסטע עכטע גיטע ארטיקעל און דער איד?

איך האב עס קאנפערמד היינט, דייטש האט רעטייערט.
איך קוק טאקע דעם עדיטאריעל פון לעצטע וואך, זייער באביש. נישט דייטש'ס פעדער. חבל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:43 pm
דורך גם כי אלך
יא יא, סיי זיין ארטיקל און סיי דער עדיטאריעל פעלן שוין א שיינע פאר וואכן, איז עס פשוט אז ער האט רעטייערט צוליב עלטער ?

עס געדענקט זיך נאך ווען דער בלאט האט זיך געמיטשעט אפצוענטעפרן די רייכע פענע פון דער איד עדעטריעל'ס, די צייטן זענען שוין א פארגאנגענהייט, היינט שטייען זיי אייניג מיט צוויי בעבישע שרייבער וואס מאלן בלויז וואסער..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:36 pm
דורך berlbalaguleh
נאר,,פרייליך האט געשריבן:אין די בריווען צום איד פארגאנגענע וואך תרומה, שרייבט איינער בטוב טעם איבער די וואס זיכען זיך צו קריגען מיט ערליכע אידען
עי' שם בארוכה

און די "ערליכע אידן" זוכן זיך ח"ו נישט צו קריגן מיט קיינעם. נעבעך. אומשולדיגע שעיפעלעך. ס'אלעס די ציונים און ארונים שולדיג. :lol: :lol: :lol: :roll: :? 8-) :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o