'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך גר ותושב »

אויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

גר ותושב האט געשריבן:אויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?


אוודאי. מ'שטיצט מוסדות אמעזאן.. אונז מאכן דאכצעך 20 סענט א יעדער שטיקל.
אונז לייגן מיר דאס פאר די סערוויס, נישט פאר געלט.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך פיקאסא »

פליקער האט געשריבן:החודש עבר ואין, איז מעגלעך די וועקער זאל זיין לכבוד שבת קודש געפרינט ביי מיר אויפן טיש, איך בעט בכל לשון של בק"שה



נישט מסתבר אז ס'וועט זיין גרייט פאר שבת. אלע חומר איז שוין דא, יעצט דארף מען נאר טרעפן צייט.. וואס זאל איך טוהן אז איינער [tag]פליקער[/tag] באווארפט מיר מיט ארבייט...
ס'לוינט זיך אבער צו ווארטן! געב א קוק אויפן טיזער. (סליחה אויף די לאו רעז, ס'פארט נאר א טיזער...)

נ.ב. זייט צופרי איז ב"ה אריינגעקומען אזא סכום צו אונזער פעיפאל אקאונט אז כ'קען עס אפילו נישט שרייבן אפילו איך וויל...
(וווייל זערא איז ניט קיין נומבער...)
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך גר ותושב »

פיקאסא האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:אויב קויפט מען עס אויף עמעזאן שטיצט מען דערמיט די מוסדות?


אוודאי. מ'שטיצט מוסדות אמעזאן.. אונז מאכן דאכצעך 20 סענט א יעדער שטיקל.
אונז לייגן מיר דאס פאר די סערוויס, נישט פאר געלט.

לייג די פריי פאר 10 איך בין גרייט עס צו קויפן חודשליך פאר די פרייז און דערמיט כאטש מיט עפעס שטיצן די וועקער אנדערש ווי צו גיין און צאלן דורך פעיפעל 3 חודשליך און אויב ווילסטו עס טוהן אלס סערוויס קענסטו לייגן צוויי איינס פאר ביליג און איינס פאר טייער איך גלייב אז אסאך וואלטן עס געקויפט פאר די פרייז עס איז ווערט אסאך מער.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך מיין אז עס איז כדי אז נאך די הצלחה פון #וועקער6 זאת זיך די הנהלה תיכף צוזאם זעצן, און מאכן עפעס א פלאן ווי אזוי צו מאכן געלט. ג'יין שנארן א יעדע חודש איז נישט קיין תכלית, און איך האב אויך מורא אז איין טאג גייט די הנהלה ובראשם @שש און @פיקאסא (און אלע אנדערע ניקים כל אחד בניקו הטוב יבורך, וואס איך געדענק יעצט נישט אויפן מינוט) קענען מיד ווערן, כידוע "אם אין לחם אין ...."

(אדרבה גייטס פרעגן די אלע ארגאנעזאציאס וואס שטעלן אוועק מענטשן אויף די פיס, די ערשטע זאך איז א פלאן ווי אזוי צו מאכן געלט)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פרישע אפדעיט איבערן 'אסיף' [וועקער #6].[/center]

עדליך, נאך וואכן לאנג ספיקות, השערות, און בלבול-המוחות, קענען מיר זענען דעם ליכטיגקייט ביים ענדע טונעל.

כלפי מה דברים אמורים? מיר האבן שוין ערהאלטן כמעט אלע ארטיקלן, און די בילד האט זיך אויסגעקלארט לאמר מי ומי ההולכים. אסאך ניקס האבן צוגעזאגט און נישט דעליווערט, אסאך ניקס האבן צוגעזאגט און דעליווערט, און געוויסע - האבן דעליווערט אן צוזאגן עפעס פון פריער...

יעצט, אז מיר האלטן שוין נאכן דעדליין [חוץ פאר צוויי דריי ניקס וואס איך האלט מיט פערזענליך וואו זיי האלטן און וואס זיי שרייבן], קען איך ענדליך געבן א באריכט איבער וועלכע ארטיקלן גייען אריינגיין, וועלכע שרייבער האבן זיי אפגעשריבן, און בערך ווי גרויס די ארטיקלן זענען.

אלזא, געגאנגען [פאר די וואס ווייסן וואס דער מדובר איז, זאלן זיך ביטע איינהאלטן פון רעדן. מיר ווילן האלטן דעם סורפרייז צו א מאקסימום]:


1. איך וואלט געגעבן דעם גאלדענעם מעדאל פאר החכם הגדול [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]. ער האט דעליווערט א הערליכער ארטיקל, רייך און אינטרעסאנט, כמעט גאנצע 50,000 קערעקטערס גרויס, און באשרייבט גאר אן אינטרעסאנטן קאפיטל היסטאריע וואס אלע וועלן גלייכן איר אינהאלט - הגם גאר ווייניג ווייסן פרטים דערוועגן. סורפרייז פארזיכערט.


2. דעם צווייטן מעדאל וואלט איך געגעבן פאר, נו, ווי הייסט ער דארט. יאויש, איך בלאש אוועק: אדנירם. אן ארטיקל וואס איז אויך ריזיג גרויס - 50,000 קערעקטערס, אן אנשי שם ארטיקל וואס באנעמט א באקאנטע פערזענליכקייט, זיין היסטאריע, זיינע שיטות א.א.וו. א זאך וואס וואלט געדארפט זיין אויף ק"ש מימים ימימה - אבער וועט ווי פארשטענדליך קיינמאל נישט זיין אין א טיפישע חרד'ישע אויסגאבע.


3. דער חוט המשולש איז אונזער שטיל בייסיגער חד השכל, החכם הגדול [tag]גראדעמעכעלע[/tag]. ער נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן, באשרייבנדיג א גאר אינטרעסאנטער קאפיטל היסטאריע פון א בארימטער פערזענליכקייט. אסאך באווירצנדע פרטים וועלן מחיה זיין אירע לייענער. האלטס איין ענקער אטעם פאר זיין ארטיקל וואס איז ארום 35,000 קערעקטערס.


4. דער וואס מאכט דעם 'אסיף' שטיין אויף 'פיר פיס', איז אונזער וועלט בארימטער חכם מרן [tag]ונבנתה העיר[/tag], וואס האט געשריבן א הערליך שיינע שטיקל טשיקאווע היסטאריע, וואס איך בין זיכער אז 'קיינער' האט נאכנישט שטודירט. באגלייט מיט צענדליגע היסטארישע בילדער, איז זיין - באלד 20,000 קערעקטערס - ארטיקל, א ריכטיגע באמבע וואס וועט מחיה זיין אירע לייענער.



יתר הרפאים יקומו בתגובה הבאה...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פאלגענדע הערליכע ארטיקלן, זענען אויך באמבע-ווערק, וואס וואלטן געווען די 'הויפט ארטיקל' אין סיי וועלכן אויסגאבע. צו זייער מזל, איז דער 'אסיף' א זאמלונג פון די בעסטע פון די בעסטע, אלזא, כולם נזדמנו לפונדק אחד, און מיר גייען דא ווייטער ברענגען די ארטיקלן מיט א קורצע דיסקריבציע וואס זיי טוען אדורך.


5. ראשון למקראי שטייט דא אונזער שוין באקאנטער אינטרעסאנטער לייב, וואס נאכן וויצלען א וויילע האט מען זיך איבערצייגט אז ידו רב לו בחכמה ובמדע, הלוא הוא החכם הגדול [tag]פליקער[/tag]. ער האט דעליווערט א מאסיווער ארטיקל פון גאנצע 25,000 קערעקטערס, אדורכגייענדיג א קאפיטל היסטאריע אין געוויסע מעדעצינישע אנגעלעגנהייטן [ניין, נישט קענסער. יענץ איז א באזונדערע ארטיקל, עי' בסמוך]. עס איז מלא ידיעה, ביאלאגיע, היסטאריע, און וואס נישט. א גאר אינטרעסאנטער ארטיקל.


6. דער משנה למלך איז געוויס החכם הגדול [tag]אבטולמוס[/tag], וואס באווייזט נאכאמאל אז מיעוט הכמות ורב האיכות איז ווערד פי כמה ווי פארקערט. אויב נישט פון די לענגסטע, איז עס אבער פון די שענסטע, און זיין שפראך וואס וועט פארגאפן אירע לייענער [ווערד א פוליצער. ריכטיגע שטיק ליטעראטור, זאגאר 'קונסט'], אדורכטוענדיג א גאר אלטע קאפיטל היסטאריע געמישט מיט חיי יומיום אויף א קונצלערישן פארנעם, וועט אונז איבערלאזן מיט אפענע מיילער, ווי צו זאגן: ראובן, האסט אונז נאכאמאל סורפרייזד! איך בין פארזיכערט אין דעם.


7. פון גאס האט מען דערהערט אונזער געשריי. א חכם אחד מן השוק האט אונז אריינגעשיקט א באמבאסטישער ארטיקל פון באלד 25,000 קערעקטערס, גייענדיג אויף א מערקווירדיגן באזוך אין א פלאץ וואס מיר קענען זיך נאר חלומ'ען דערפון. אקעי, גוט אנגעצויגן? ווארטס ביזן ליינען גופא...


8. רבותי, ס'זאל זיין שטיל. היסטאריע ווערט געבראכן! החכם הגדול [tag]ביבער[/tag] שיקט אריין פרי עמלו, זיין סאמער ערשטער ארטיקל וואס ער איז איר מחבר. מיט שטוינונג ליין איך א פערפעקטער ארטיקל, וואס איז גאר א מאסיווער עסק פון ארום 25,000 קערעקטערס! ער רעדט מיט דרייסטקייט איבער אונזער קולטור, און מיט זיין עלעקוואנטער שפראך לאזט ער אונז איבער מיט אסאך חומר למחשבה, חוץ פון א באצוקערטן ארטיקל וואס מיר וועלן ליינען אין איין אטעם. ווארטס נאר ווארטס!


9. דאס איז אבער נאר אן הקדמה צום פרישן ארטיקל. אונזער אלעמען באקאנטער ציפעדיגער מייסטער שריפטשטעלער, החכם הגדול [tag]בעל מדות[/tag], בייסט אריין אין אונזער לעבנסשטייגער, אראפרייסנדיג מאסקעס און הייליגע קיען, באווייזנדיג אויפצושטורעמען דעם דעת הקהל צו א ווייטאגליכע פראבלעם וואס עסט זיך איין במחנינו. זיין רייכע שילדערונג, באגלייט פון באלד 25,000 קערעקטערס, וועט האפנטליך באווייזן די וואונדער וואס עס באדארף.


10. דער אלטער לייב קריכט ארויס פון זיין נארע: החכם הגדול [tag]הוגה[/tag] קומט ווי א נביא זעם, טאדלנדיג פוסעים על ראשי עם קודש מיט נבואות ה'. ווען הוגה טרעפט זיך צוזאם מיט פסוקי נ"ך, ווערט באשאפן א פאטאלע בייסיגע מעסעדזש, וואס דארף אנקומען ביז לפני ולפנים, ביים קדשי קדשים זעלבסט. ליינט מיט הוט און רעקל, מיטן פארקניפטן גארטל, הייליגע דברי נבואה.


11. ווען דער לייב ברימט, 'מי לא ירא'. החכם הגדול הוגה קומט ווידער ארויס מיט א פערזענליכער ערציילונג, א שאקירנדע מעשה וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטן במשך יארן לאנג, פון איר אנהייב ביז איר שוידערליכע ענדע, די קאנסקווענצן פון רשעות/טיפשות, און דער ענדגילטיגער מעסעדזש פון הימל וואס האט צושאקלט אלע ביישויער. ליינט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם!


12. מי ינחמנו מכל זה, אויב נישט דער אלעמען באליבטער זיידע?! דער זקן השבט, וואס האניג טריפט פון זיין מויל, גינגאלד פון זיין צונג, און דיאמאנטן פון זיין מח-דזשוס, החכם הגדול [tag]שמעקעדיג[/tag], קומט מיט א הערליכע פאזיטיווער ארטיקל, אריינקריכנדיג במהות האדם און ברענגענדיג אים צו שפירן א רואיגקייט און פרישקייט אין לעבן. וואס זענען זיינע עצות? - - -


13. קומט רבותי אויף א שפאציר, ווערט געוואויר איבער א גאר וויכטיגן ארגאניזאציע, וואס כפי הראייה וואלטן געוויסע תושבי בית הקפה געקענט נוצן און האבן אסאך נוצן דערפון. החכם הגדול [tag]רויטע וואנצעס[/tag] געבט אונז א לעבעדיגע שילדערונג איבער א גאר אינטרעסאנטער ארגאניזאציע, וואס וועט געוויס זיין שטארק נוצבאר פאר אסאך אידן! א חידוש פון אן ארטיקל, און א 'מאסט'.


14. האט איר געמיינט אז דאס איז עס מיט אים? א פייג. החכם הגדול רויטע וואנצעס שניידט צווייפאכיג [דאפלט איז שטערקער]. א מאסיווע שטיקל פאעזיע, וואס וועט אדורכגיין גאר גאר אן אינטרעסאנטן נושא, באגלייט מיט הומאר און נשמה, אזויווי נאר אונזער אדמדם קען. פון דאס ביסל כ'האב שוין געליינט, האב איך מיך געקאטשעט פאר געלעכטער. רבותי, טשאוקינג העזערד! ראו, הזהרתיכם!


15. אחרון אחרון חביב [נישט דערמאנט ביז יעצט, צוליב דעם וואס דער ארטיקל ליגט נאכנישט אויף מיין טיש], א קנאקעדיגס מבית היוצר פון החכם הגדול [tag]געוואלדיג[/tag]. אדורכגייענדיג גאר א הייסן אקטועלן טעמע, וואס די גאנצע וועלט באגלייט מיט שאק און פארלוירנקייט [ניין, נישט די אמעריקאנע וואלן...], וועט ער געוויס אויפשאקלן אפאר הערצער. מתוך ידיעה, ס'קומט א הייסע זאך און א גוטס!


ס'נאך דא אפאר ארטיקלן פארן 'רעגולערן וועקער' אפטיילונג. קוק אין נעקסטן תגובה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער אפטיילונג פונעם 'רעגולערן וועקער', וועט - ווי פארשטענדליך - נישט אנטהאלטן קיין מדור 'חדשים גם ישנים' און מדור 'מן הגנזים', הגם זיי וואלטן זעלבסט געקענט אנטהאלטן צענדליגע זייטן [כ'פארליר דורכדעם אייגענע מיייסטער ווערק, פון 'ידיעה ובחירה במשנת חסידות', ביז 'שיחת עופות די טשיקענס אין טרעילער', ביז די היסטאריע פונעם ניגון 'א סוכה'לע א קליינע'. און אסאך אנדערע האבן געשריבן נאך וואונדערליכע ארטיקלן], ווייל כאמור איז דער יעצטיגער אויסגאבע ריין פאר אויסשליסליכע עקסקלוסיווע 'לענגערע ארטיקלן'.

נאר די ארטיקלן וואס פארן אין א המשך מדי חודש בחודשו, האבן מיר דאסמאל אויך אריינגעלייגט אין א באזונדערע חלק פאר זיך, ואלן הן:


16. א לענגערע שיינע עדיטאריעל, פרי עמלי מכל שכרי [קיין געלט איז נישט פארהאנען...]. כ'האף נישט צו אנטוישן דעם עולם.


17. צוויי הערליכע לענגערע בריוון וואס זענען אנגעקומען פון גאס דירעקט צום אימעיל פון 'דער וועקער', אדורכגייענדיג דריי אלטע ארטיקלן, מיט הערות והארות נכבדות.


18. דער אלטער ארי שבחבורה, החכם הגדול [tag]פליקער[/tag], זעצט פאר זיין הערליכע באלערנדע סעריע איבערן ביטערן מחלה 'קענסער'. די יעצטיגער ארטיקל איז מסתם דאפלט אזוי לאנג ווי דאס פאריגע. ס'טייטש? ס'גייט דאך אריין אינעם 'אסיף'... ליינט מיט שפאנונג די גאנצע היסטאריע פון 'קימאו טעראפי'.


19. דער שיינער באלערנדער סעריע פון החכם הגדול [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], וואס פירט א שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן, זעצט פאר מיטן לעצטן קאפיטל [לויט ווי עס זעט יעצט אויס]. ליינט מיט שפאנונג די ענדגילטיגע מהלכים וואס ליטוואק שטעלט פאר פארן יונגערמאן וואס הייבט אן צו עפענען די אויגן.


20. אחרון אחרון חביב, ובך חותמים, דער קנאקעדיגער אנרייצנדיגער שפאנענדער המשך 'דער ראדימנער פראצעס', פרי עמלו של החוקר הנפלא החכם הגדול [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], זעצט פאר מיט אן אימפעט, ווען דער געוואגטער האט גענוג געוואגטקייט אנצורירן האקעלע נקודות, און נאכמער געוואגטקייט אונז איבערצולאזן אנגעצויגן נאכן ענדיגן ליינען אין איין אטעם. פארפאלן, 'המשך יבוא' שרייט ער...


יובל העשרים יקרא!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דברי המאסף ספר האסיף:[/center]

ווי יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן, שטייען מיר דא בעפאר א גורל'דיגער מאמענט, ווען מיר גייען אמת'דיג שליסן א קאפיטל היסטאריע אין אידישער [ווי כלליות'דיגער] זשורנאליזם, פון יעדן אספעקט און ריכטונג.


1. מיר וועלן ארויסגעבן דעם זעקסטן אויסגאבע פונעם 'וועקער', אפצייכענענדיג א 'האלבע יאר' זינט איר ערשיינונג, מדי חודש בחודשו אן קיין אפהאלט, און ערשיינט גענצליך בחינם!


2. מיר וועלן ארויסגעבן א גאר הויך פרעסטיזשפולן זשורנאל, וואס וועט אנטהאלטן נאר לענגערע ארטיקלן און אבזערוואציעס, געשריבן דורך די גרעסטע לייבן און קאנאנען פון שטיבל, אונטער מיין פערזענליכן הגהה, רעדאגירונג, און באגאבטע שטאב פון מגיהים ועורכים ומחפשי תמונות.


3. די ארטיקלן, נישט ווייניגער ווי צוואנציג לענגערע מעכטיגע ווערק, עקסקלוסיוו געשריבן צום יעצטיגן 'אסיף', וועלן אייגנטליך מאכן דעם 'זשורנאל' אין א געהעריגע 'בוך' לכל דבר, באשטייענדיג פון אריבער צוויי הונדערט זייטן!!!


4. איך דארף דא טאקע באדאנקן פאר אלע חברי המערכת, ובעיקר לידידי החכם הגדול [tag]פיקאסא[/tag], ואיתם עמם החכמים הגדולים [tag]ליפא[/tag], [tag]פליקער[/tag], און [tag]שמעקעדיג[/tag], וואס האבן ארויסגעהאלפן בהגהה וחיפוש תמונות.


5. ווער עס פארשטייט וואס דאס נעמט אלץ אריין, וויפיל שעות ע"ג שעות זענען אריינגעגאנגען דערין, וויפיל חדשים [יא, ח-ד-ש-י-ם] איך האב געארבעט אונטער די קוליסן, איינשפאנענדיג די גרעסטע לייבן צו שרייבן וואונדערליכע ווערק פארן 'אסיף', און אפילו וויפיל אנדערע ארבעט איך האב מדחה געווען צוליב דעם, אזא איינער וועט זיכער פארשטיין אז די מינימאלע הכרת הטוב איז דורכן שטיצן די מערכת - אפילו מיט א מינימאלע סכום געלט. שיקט אייער באשטייערונג צום פעיפעל אקאונט: info@derveker.com.


6. מיר קוקן ארויס פאר דעם גרויסן טאג, וואס וועט האפנטליך זיין אנהייב קומענדיגן וואך, ווען דער 'אסיף' וועט ערשיינען כליל ביופיו בעז"ה.


ידידכם ואוהבכם,
אדנירם.



------
אה, שיער פארגעסן, א גוטע נאכט ברידער. ס'איז פערטל צו פינף אינדערפרי...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]נייע אפדעיטס איבערן 'אסיף'.[/center]

כדי שלא יאמרו מדשתק אדנירם שמע מינה אז ער איז יא געגאנגען שלאפן אין צייט, וועל איך שרייבן אפאר שורות... :D


איך האב היינט זוכה געווען אריינצובאקומען דריי מעכטיגע ארטיקלן, פון א חוט המשולש פון דריי גאר גוטע פריינד: החכם הגדול געוואלדיג, החכם הגדול רויטע וואנצעס, ואני הקטן.

ידידי הרב [tag]געוואלדיג[/tag] האט מיר נישט אנטוישט. זיין ארטיקל איז גאר גאר שארף, ווייטאגליך און ציפעדיג, און דארף אונז אויפשאקלן ווי עס דארף צו זיין. גראדע האט ער מיר יא אנטוישט, ווייל אויב ער קען דאך יא - פארוואס שרייבט ער נישט אפטער לענגערע זאכן אויף ק"ש?!...

ידידי הרב [tag]רויטע וואנצעס[/tag] האט מיך אויפגעשאקלט. אויב געוויסע אידן אין בארא פארק והגלילות האבן געשפירט א טרייסל אינמיטן נאכט, זייט וויסן אז ס'איז קלאר דעם אדמדם'ס שולד! ער האט מיר געשיקט א שטיק פאעזיע - גאנצע 46 קטעים אויסגעשפרייט איבער פילצאליגע בלעטער, אבער איך האב מיך אייגנטליך געשטיקט פאר געלעכטער. רבותי, נישט ליינען אום תשעה באב, אדער לחלופין אינמיטן עסן. אוודאי נישט ווען דער באסס קומט אריין!

ידידי הרב, עהממ, קיצער, אדנירם האט אריינגעשיקט א מאסיווער עדיטאריעל פון אריבער 15,000 קערעקטערס. כ'האב אביסל אריינגעבליקט, און צווישן אברהם אבינו און יעקב אבינו, האט ער איבערגעלאזט פלאץ פאר א שארף דינערנדן רעדע. איינער הערט אים נאך אויס?!...

מיט דעם האבן מיר טעכניש פארענדיגט אריינצובאקומען אלע אויבנדערמאנטע ארטיקלן, אלעס איז שוין מוגה, און ליגט שוין ביים גראפיקער אויפן טיש, ברוך ה' ושליחיו ועבדיו.


אבער צוויי ארטיקלן האבן [tag]פליקער[/tag], [tag]הוגה[/tag], [tag]רויטע וואנצעס[/tag], און [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] אויך צוגעשטעלט. פאסט'ך מיך נישט.

נו, כ'נעם זיך אונטער בלי נדר ומערצעשעם, ובזכות לוי יצחק בן שרה סאשע והצדיק הפלא משטיפינעשט, צדקה לקופת רמבעה"נ וקופת העיר, נר לע"נ ר' מענדעלע רימינובער, ואמירת שיר השירים ונשמת ופרק שירה ותהלים החיד"א ארבעים יום רצופים, וטבילה במקוה האר"י וספסופה ומי גיחון, וטבעת כסף וזהב עם צירופי שמות, ועין דג ובן פורת יוסף, אז מ'עמיר צושטעלן א דריטער ארטיקל.

ובזה נזכה לכ"א כתבות, ונזכה לבחינת א"ך טוב לישראל, אכי"ר, אמן אמן אמן נצח סלה ועד.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך פליקער »

איך הייב אן מורא האבן צי אדנירם איז א יומען אדער עפעס פון די בייזע, ווי אזוי איז דאס מעגלעך, וויפיל קען איין מענטש באווייזען, דער שש וועט אונז אלע מחייב זיין בעלמא דקשיט, מיין תירוץ וועט זיין אז ער איז א סופער יומען, מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון אזעלעכץ.
שש אויב לייגסטו דריטע, וויל איך אויך לייגען דריטע, זאג האסט נישט מורא פון קיין עין הרע, דו ווייסט קען געשען, דו קענסט נאך מער צי'משזרט ווערן, קענסט נאך ווערן שמונה משזר, היט זיך דיינע פעידעמער, משביע אני עליך עיני בישא עיני חיכי עיני טלילי.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:נו, כ'נעם זיך אונטער בלי נדר ומערצעשעם, ובזכות לוי יצחק בן שרה סאשע והצדיק הפלא משטיפינעשט, צדקה לקופת רמבעה"נ וקופת העיר, נר לע"נ ר' מענדעלע רימינובער, ואמירת שיר השירים ונשמת ופרק שירה ותהלים החיד"א ארבעים יום רצופים, וטבילה במקוה האר"י וספסופה ומי גיחון, וטבעת כסף וזהב עם צירופי שמות, ועין דג ובן פורת יוסף, אז מ'עמיר צושטעלן א דריטער ארטיקל.

ובזה נזכה לכ"א כתבות, ונזכה לבחינת א"ך טוב לישראל, אכי"ר, אמן אמן אמן נצח סלה ועד.

נו, וואס מיינט עטס? אז כ'וועל זאגן אז כ'שטעל צו א דריטער ארטיקל און איך דעליווער נישט?

פרייטאג האט [tag]פיקאסא[/tag] שוין ערהאלטן מיין דריטער ארטיקל, טאקע קורץ, אבער פארט איבער 10,000 קערעקטערס. אה, די נאמען פונעם ארטיקל ווילט איר וויסן? ס'הייסט: "דריי מאל געוואונטשן"...

מיט גאנצע איין און צוואנציג [כ"א] ארטיקלן, קענען מיר רואיג האפקן אין די גאסן; והיית א"ך שמח...
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אדער אפשר זאל עס ארויסקומען אויף כ''א כסלו...
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

אפשר קען מען שוין ארויסשעלן א (קלארע) בילד פון די דעקל ?

שכח פאר אלע וואס טוען פאר די וועקער, איך קוק ארויס עס צו קויפן אין געשעפט אין מאנסי .
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

כבר היה לעולמים

שליחה דורך תנחום »

בילד
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

כבר היה לעולמים

שליחה דורך געוואלדיג »

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]לעצטיגע קרישקעלעך איבערן מאסיוון אויסגאבע - דער "אסיף".[/center]

מיט גרויס פרייד קען איך דא מעלדן פאר די חברים שיחיו, אז בעז"ה האלטן מיר שוין ביי די סאמע לעצטע שטאפלען פון אויסשטעלן דעם אויסגאבע, און גאר בקרוב האפן מיר עס ארויסצוגעבן צום ברייטן פובליקום. אויפדערווייל, דא האט איר אפאר אפדעיטס איבערן 'אסיף':


1. דער מעכטיגער קונטרס 'אסיף', וועט אי"ה אנטהאלטן גאנצע 220 [יא, צוויי-הונדערט-און-צוואנציג] זייטן!!!


2. דער אסיף באשטייט פון גאנצע 21 ארטיקלן. אלע אויסשליסליכע ארטיקלן צום 'אסיף' [למעט המשכים פונעם וועקער], באשטייען פון לענגערע ארטיקלן צווישן 10,000 קערעקטערס און 50,000 קערעקטערס.


3. פערצן אידן - חוץ פון די בריוון צום רעדאקציע - האבן אפגעשריבן זייערע ארטיקלן צום וועקער, בי"ד חזקה ויד הגדולה.

ואלו שמות האנשים החכמים ההם: [tag]רויטע וואנצעס[/tag] [צוויי], [tag]הוגה[/tag] [צוויי], [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] [צוויי], [tag]פליקער[/tag] [צוויי], אדנירם [דריי], [tag]געוואלדיג[/tag], [tag]גראדעמעכעלע[/tag], [tag]בעל מדות[/tag], [tag]אבטולמוס[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]ביבער[/tag], חכם אחד פון גאס, און [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag].


4. אלו שמות העוזרים ומסייעים בהגהה, חיפוש תמונות, ושאר ירקות, החכמים החשובים: פליקער, שמעקעדיג, ראובן, ליטוואק פון בודאפעסט, געוואלדיג, [tag]ליפא[/tag], ואחרון אחרון חביב - הרב [tag]פיקאסא[/tag] שליט"א.


5. געלט איז אריינגעקומען היבש ווייניג. ווער עס קען זיך משתתף זיין בממונו, אפילו מינימאל, זאל דאס ביטע טון מיטן אריינשיקן זיין נדבה [ברוח נדיבה] צום פעיפעל אקאונט: info@derveker.com. א דאנק.


מיר האפן נאך היינט נאכט צו קענען ארויפלייגן א בילד פונעם דעקל, פונעם מאסיוון אויסגאבע - "אסיף".


ידידכם ואוהבכם,
אדנירם.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך mevakesh »

ווי איז שטיסעל נעלם געווארען ? ער איז טאקע באליידיגט און אויפגעהערט וועקן?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=352879
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זעהט אויס אז מען אקצעפטירט נאר ארטיקלן פון סתם חכמים, נישט פון אויבער-חכמים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

העניך האט געשריבן:אויך דארף מען דערמאנען אז החכם [tag]העניך[/tag] האט געשריבן א ריזיגן מאמר פאר'ן 'אסיף' נאכ'ן דורכאקערן פון דעקל צו דעקל דעם נייעם ספר פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל, נאר החכם [tag]אדנירם[/tag] האט עס נישט אקצעפטירט ווייל עס קריטיקירט האדמו"ר ר' בן ציון.


ר' העניך, ווען שש האט דעס געשריבן בין איך געווען זעכער אז ער מיינט דיין ארטיקעל:

"דעם צווייטן מעדאל וואלט איך געגעבן פאר, נו, ווי הייסט ער דארט. יאויש, איך בלאש אוועק: אדנירם. אן ארטיקל וואס איז אויך ריזיג גרויס - 50,000 קערעקטערס, אן אנשי שם ארטיקל וואס באנעמט א באקאנטע פערזענליכקייט, זיין היסטאריע, זיינע שיטות א.א.וו. א זאך וואס וואלט געדארפט זיין אויף ק"ש מימים ימימה - אבער וועט ווי פארשטענדליך קיינמאל נישט זיין אין א טיפישע חרד'ישע אויסגאבע."

סארי העניך, נישט באשערט געווען אז די זאלסט בלאשען...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

שליחה דורך קל וחומר »

/
(כ'צוה צוריק)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העניך'ל, איך טראג גראדע דיין איידעלע אטאקע מיט שטאלץ.

יעדער ווייסט וואספארא הייסע חסיד איך בין פון דעם אדמו"ר [געבטס נאר א קוק], און אפילו הכי פארשטיי איך - וואס העניך האט ליידער נישט פארשטאנען - אז אטאקעס אויף פערזענליכע מענטשן, אין אן עמטליכער אויסגאבע, איז אן אוממעגליכער זאך צו טון.

העניך האט אויך נישט באוויזן צו פארשטיין, אז ער האט די מעגליכקייט אריינצולייגן זיין שיינעם ארטיקל אן די אטאקעס - אינעם 'אסיף', און שפעטער מיט די אטאקעס - אויף קאווע שטיבל. אבער ביי העניך'ן ארבעט עס נישט אזוי, ס'מוז זיין פונקט מיט זיינע פארשריפטן.

און צולעצט, העניך האט ליידער נישט פארשטאנען, אז סיי וועלכע ארטיקל גייט יא אדער נישט אריין אינעם וועקער/אסיף, איז צווישן מיר און דעם שרייבער, און עס איז אויסדריקליך נישט געמאכט ארויסצושרייבן אויף ק"ש. עס איז אומעטיש און אוממענטשליך. פארט אבער פארשטיי איך אז ער איז אויפגעברויזט, און איך בין צופרידן אז מ'זעט כאטש ווי שווער עס איז פאר מיר צו גיין נגד רוחו של כל אחד ואחד - זאל זיין אזא חשוב'ע ניק ווי העניך.

איך בין אויך צופרידן אז כ'האב נישט נאכגעלאזט פון די עקרון וואס האט מיך באגלייט פונעם ערשטן וועקער ביזן אסיף, אז קיין איין ארטיקל זאל נישט זיין קעגן קיין שום יחיד, און די ארטיקלן זאלן באופן כללי נישט זיין נעגאטיוו נאר פאזיטיוו. יעצט זעט מען כאטש אז אדורכצופירן אזא זאך איז נישט געווען גרינג, אבער חפץ ה' בידי הצליח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אט האט איר א בילד פונעם דעקל פונעם "אסיף" (דער וועקער #6):
פארשפארט