בלאט 10 פון 18
נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 1:51 am
דורך קאווע טרינקער
דאס אז ער האט איינגעזעהן אין סוטשינע חסידות איז זיין שטארקע זייט. ווידער, דאס אז ער געהערט צום מזרחי איז זיין שוואכע זייט.
או אינו, אפשר פארקערט?
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 5:40 pm
דורך מאראנצןזאפט
ניין.
עס איז מיר א פלא, ווייל כאטש רבי מאטל'ס שיעורים אויף תניא זענען אוצרות אדירים אויף מושגי חסידות און זענען בשעתו געווען גאר פאפולער ביי בחורי חמד מבקשי ה', האט מען נאך גארנישט געטון דערמיט לעת עתה, און עס איז יעצט פרעזענטירט דורך א פרעמדן, בלויז פאר אן ענגלישן רעדנדער קליענטעל.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 5:52 pm
דורך מאראנצןזאפט
יא, ער איז אן איידעם פון הרב בעק.
ער איז אויך דער פארפאסער פון תורת אמת, א ספר איבער דעם חומר הענין פון לערנען חידושי תורה פון אומאויסגעהאלטענע מחברים און אפילו פון דרוקן וואס פאררופן זיך אויף פערזענליכקייטן מיט דעות נפסדות.
דער ספר קומט באקרוינט מיט א שיינעם צאל הסכמות, צווישן אנדערע פונעם מהרנ"ץ מבאבוב, וועלכער האט ווי באקאנט געהאט קנאישע אנשויאונגען פון זיינע יארן אין סלאנים.
דער מחבר איז אן אינטערעסאנטער פערזענליכקייט, ער איז א קענער; ער דינט אלס נאכט וועכטער אין א ישיבה אין מאנסי, און לערנט א גאנצע נאכט נ"ך מיט מלבי"ם וכו'.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 6:22 pm
דורך יין שרף
פיין, וועל איך טוהן ווי
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ער איז אויך דער פארפאסער פון תורת אמת, א ספר איבער דעם חומר הענין פון לערנען חידושי תורה פון אומאויסגעהאלטענע מחברים און אפילו פון דרוקן וואס פאררופן זיך אויף פערזענליכקייטן מיט דעות נפסדות.
נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
צו לערנען נך מיט מלבים דארף מען זיין אויפגעקלערט ביי משה בער בער נישט אזוי?
נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 3:36 pm
דורך קאווע טרינקער
א נייע ספר, "עין תחת עין", פון א חב"ד'סקע חסיד, ערשטער פרק איז ווען דער רמב"ם, און דער צווייטער פרק איז א תגובה אויף דוד אסף מחקר אין נאחז בסבך איבער דעם משה, דער זוהן פונעם בעל התניא. אסף ווייזט אויף אז משה האט זיך געשמד'ט, און דער טענה'ט להד"ם.
נישט געהאט קיין געלעגנהייט דורכצוטוהן, און קיין געלט צו קויפן.
נשלח: מאנטאג אפריל 07, 2014 10:43 pm
דורך ונבנתה העיר
'ויאמר הנני', 639 זייטן איבער הגאון האדיר, עיניו למעלה ולבו למטה, מו"ר, ר' אברהם גנחובסקי זצ"ל.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 1:32 am
דורך יאיר
זייענדיג אין ירושלים אויף א באזוך האב איך געהאט די געלעגנהייט צו הערן א שיעור פון ר' אברהם ז"ל. די צורה פון דעם מעיין המתגבר וואס אויף יעדן אדער זיינעם איז אויסגעקריצט ש"ס ופוסקים וועט מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון.
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:25 pm
דורך איש עברי
פון די מאדנע נאמען פון די ספר זעהט מען דעם שווערן פראבלעם אז מען לויפט אויס פון נעמען פאר די אלע הירוגראפיעס אויף די גדולי ישראל, מער ווייניגער זענען אלע גוטע נעמען שוין אקופירט, פאר הדור, רבן של ישראל, שר התורה, אוצר היראה, רבא דעמיה...
איך מיין אז צום סוף וועט מען מוזן נוצן די אפציע וואס מען טוט ביי אימעיל אדרעסן, און עס וועלן ארויס קומען ספרים ווי פאר הדור23 אדער מושיען של ישראל11..
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:40 pm
דורך הוגה
איש עברי האט געשריבן:איך מיין אז צום סוף וועט מען מוזן נוצן די אפציע וואס מען טוט ביי אימעיל אדרעסן, און עס וועלן ארויס קומען ספרים ווי פאר הדור23 אדער מושיען של ישראל11..
"פאר_הדור69" אדער "ווילי_רבן_של_ישראל".
נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 12:43 pm
דורך פארוואס?
אבטולמוס האט געשריבן:הרב אהרן ראזענבערג (דוכט זיך אן איידעם פון הרב משה בער בעק) איז דער ארויסגעבער פון די דריי בענדער "משכנות הרועים" קעגן ציונים, אגודה, עברית, בחירות, התבדלות, ועוד.
אויף פסח תשע"ד קען מען נהנה זיין פון די הערליכע ליקוטים בשעת'ן זאגן די הגדה ביים סדר, צו בליקן און נאכזאגן פאסיגע דברי תורה אויף יעדן שטיקל פון דער הגדה קעגן ציונות ואביזרייהו.
ער טוהט למשל ערקלערן פארוואס די צעהן מכות איז נישט קיין התגרות באומות ח"ו?
נשלח: פרייטאג אפריל 18, 2014 12:59 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון
הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש
ווייסט איינער אוואו מ'קען עס באקומען [פאר געלט פארשטייט זיך] אין ווימסב''ג והגלילות???
שמעתי ממקור בלתי מוסמך אז ס'איז דא אין הצלחה אויף דיוויזשאן עוועניו.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 4:21 pm
דורך קאווע טרינקער
נייע ספר אוצר הזהב פון בורשטינע רבי אויף מסכת אבות.
מעשה'לעך, אלטע און נייע, ארויפגעלייגט אויף די משנה - בערך ווי אונזער באליבטע [tag]פישל'ע העררינג[/tag] האט געטראפן א רמז אין די הגדה צו אלע גוטע ארטיקלן פון קאווע שטיבל... (מעשה ברבי = ברסלב)
אויסער הנצחות און מפתחות איז איבערגעבליבען עטליכע עמודים פאר די מעשה'ס גופא.
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 4:42 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:(מעשה ברבי = ברסלב)
באמת וואלט מען געדארפט א 'רבינו', 'רבי' איז שוין א שטיקל בדיעבד.
נאך גוט עס שטייט נישט אין די הגדה 'וירבו: פרינו ורבינו', עפעס אזא אק"סי-מר"ן...
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 12:10 am
דורך פישלע העררינג
"מכירת חמץ על פי שיטת רבינו הזקן".
נשלח: מאנטאג מאי 05, 2014 1:25 pm
דורך [NAMELESS]
איז הרב פאל'ס ספר אויף מ"ח מידות דא צי באקימען אין די היימישע געשעפטן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון
הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש
ווייסט איינער אוואו מ'קען עס באקומען [פאר געלט פארשטייט זיך] אין ווימסב''ג והגלילות???
עס ווייסט אויס אז די געשעפטן אין וומסבג האבן עס פארבאטן בית הספר האט דערקלערט בפה מלא אז ער גייט דאס ח"ו נישט אריינברענגן. אין איוך קיין אנדערע געשעפט האט עס נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:01 pm
דורך היסטאריקער
מאורות פארקויפט עס יא
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואו איז "מאורות"?
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:14 am
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון
הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש
ווייסט איינער אוואו מ'קען עס באקומען [פאר געלט פארשטייט זיך] אין ווימסב''ג והגלילות???
עס ווייסט אויס אז די געשעפטן אין וומסבג האבן עס פארבאטן בית הספר האט דערקלערט בפה מלא אז ער גייט דאס ח"ו נישט אריינברענגן. אין איוך קיין אנדערע געשעפט האט עס נישט
ריכטיג האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:ערשינען דעם ספר מורה נבוכים מיטן פירוש חשב האפוד פון הגאון
הרב אליעזר דוד פאל ז"ל מגדולי תלמידי הגאון ר' גדלי' נדל ז"ל,
מתוך ההסכמות: הרב יצחק שילת ולהבדיל אב"ד דקה"י וואדרידזש
ווייסט איינער אוואו מ'קען עס באקומען [פאר געלט פארשטייט זיך] אין ווימסב''ג והגלילות???
שמעתי ממקור בלתי מוסמך אז ס'איז דא אין הצלחה אויף דיוויזשאן עוועניו.
יעצט פעסגעשטעלט ממקור מוסמך
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:15 am
דורך [NAMELESS]
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואו איז "מאורות"?
דוכט זיך וואלאבאוט ביי ליע
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:17 am
דורך ממרום שלח אש
וויפיל קאסט עס? און איז טאקע דא עפעס חידושים וואס ווערן נישט דערמאנט ערגעץ אנדערש?
ר' יצחק לעבאוויטש זז"ג האט מיר אמאל פארשפראכן אז אלע אמונה ספקות וועלן ווערן פארענפערט אין זיין מחותן'ס ספר.
נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:42 am
דורך [NAMELESS]
ממרום שלח אש האט געשריבן:וויפיל קאסט עס? און איז טאקע דא עפעס חידושים וואס ווערן נישט דערמאנט ערגעץ אנדערש?
ר' יצחק לעבאוויטש זז"ג האט מיר אמאל פארשפראכן אז אלע אמונה ספקות וועלן ווערן פארענפערט אין זיין מחותן'ס ספר.
כדרכו בקודש וואס ער האט מקבל געווען פון רבו הגדול הגר''ג נדל זצ''ל הדרך בעומק הפשט, בצירוף הקולמוסו הזהב שהקורא רץ בה.
איך ווייס נישט צו עס איז דא גרויסע חידושים בכלליות אבער בפרטיות הפי' המילות וההמשך איז ער מלא חידושים,
אגב די בריוון אויסטויש מיט הגר''יק שוורץ צום סוף, איז עפעס געוואלדיג דארט זעהט זיך זייער שטארק אהן זיין מחודש'דיגע דרך הלימוד,
בנוגע הגר''י לייבאוויץ כידוע איז ער שטארק מגזם זייענדיג א איש מרוגש.
אגב מיר האט ער פארשפראכן אז אין זיין הסכמה וועט ער מאריך זיין פארוואס היינט מעג מען לערנן מורה, און פארוואס קבלה איז אסאך מער סכנה,
שוין די ערשטע זאך איך מיש אויף צו זיין הסכמה ואיננו זייער א שוואכע ארבייט, מעגליך בנו חביבו האט עס נישט צוגעלאזט מורה האבענדיג אז ס'וועט נישט מוסיף זיין צופיל כבוד פאר עם.