קורקלענד האט געשריבן:מ'קען חוזק מאכן. און זיך אונטערהאלטן. אבער ס'שווער אוועקצומאכן די פאקט אז זיין טוויטער איז שטארק צו באדאנקן פאר זיין סוקסעס. יא די שונאים קענען זיך אויך פרייען. אבער ווען מ'רעכנט צוזאמען אלע רעזולטאטן. וועגט זיין הצלחה מיט טוויטער איבער זיינע דורכפעלער.
קורקלענד האט געשריבן:א נארמאלע מענטש וואלט גארנישט אויפגעטאן. ווילאנג איך לעב געדענק איך נישט קייט פרעזידענט וואס האט געמאכט ערענסטע טוישונגען וואס זאל אפעקטירן די המון עם ואני בתוכם אויף בעסער. מיט טראמפ האב איך האפענונג אז זאכן וועלן זיך טוישן.
איך וויל נישט אריינגיין אין א לאנגס און ברייטס, אבער אויפ'ן שפיץ גאפל לאמיר אנאליזירן דיין סטעיטמענט.
ראשית, איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז טוויטער איז צו פארדאנקען זיין סוקסעס, אויב עפעס, איז דאס נאר נאך א געצייג וואס ער ניצט. ער קען גוט מארקעטינג און ער פארשטייסט וויאזוי צו פארדרייען א קאפ די המון עם, טוויטער איז א חלק פון די מאשין.
והשנית, קען זיין אז א נארמאלע מענטש קען גארנישט אויפטון אין וואשינגטאן, אבער פארוואס טראכסטו אז דער משוגענער יא?
איינס פון די עיקר סיבות פארוואס איך האב געהאלטן אז דער מענטש גייט נישט זיין א גוטע פרעזידענט, איז נישט צוליב די בילי בוש טעיפ, נאר פשוט אז די קוקסט אויף זיין היסטאריע, איז אלעס אני ואפסי. וואס אין זיין לעבען האט ער געטון פאר יענעם. לייג נאך צו די פאקט אז דער איז געבוירן רייך, קען ער נישט פארשטיין די מיטל קלאס, וועט ער אלע פאליסיס מאכן לטובת די רייכע.
נאך א נקודה, איינס פון זיינע שטערקסטע מעלות לויט זיינע שטיצער, איז אז ער פארשטייט צו ביזנעס און וועט אזוי פירן דאס לאנד (איך גיי נישט יעצט אריינגיין אויב עס איז אמת). ווען ער האט געווינען, האבן אסאך קעגנער אים געווינטשן א דורכפאל. איך נישט, איך וויל דאס לאנד זאל מצליח זיין, בהכרח מוז איך האפן אויף זיין הצלחה. אבער ביזדערווייל קענסטו מיר אנצייגן ווי ער אויפגעטון פארן לאנד און די מיטל קלאס? לעת עתה גייט עס פונקט פארקערט.
שוין, איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס נעמט שוין לענגער ווי איך האב געוואלט, וועלמיר דא ענדיגן.