בלאט 10 פון 10
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 5:43 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טראמפ דארף נישט פאלגען. דער וואס זיצט אין לופטפעלד דארף פאלגען.
ער וואלט געוואלט זיין דיקטאטור, און ער גייט נאך היבש חרוב מאכען פאר דער פלאן, אבער דיקטאטור וועט ער נישט ווערען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אה נישט קיין דיקטאטור נחמתנו
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 6:07 pm
דורך החוקר
גר ותושב האט געשריבן:האסט גענטפערט שלא מן הענין איך גלייב אז די ווייסט דאס.
א שאד צו פרובירן ענטפערן. יא מן הענין נישט מן הענין, מאכט עס דען אויס?
מען רעדט דא פון א וועלט פון אלטערנאטיווע פאקטן, פאבריצירטע פאקטן, א וועלט ווי יעדע קריטיק איז פאלש, ווי מען איז א
חכם מכל אדם, נישט בדרך משל נאר ממש במלוא מובן המילה. רעאליטעט איז נישט מחייב, איז אויף וואס ארויף ענטפערן.
די אשכול ציעט זיך שוין באלד 10 דפים, דאכט זיך מיר אז די שטיצער האבן נאך נישט געברענגט אפילו
איין פאקטישע באווייז אז די בען פעלט זיך אויס. ביי זיי איז זייער מיינונג גענוג באווייז אז עס איז אמת.
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 6:15 pm
דורך גאנצל
משא"כ די קעגנער'ס האלטן אין איין ברענגען פאקטן ............ (אפשר אייגענע)
די נייעס פון די לעצטע פאר טאג צו אין טערקיי צו אין לאנג איילענד ווייזט אויך אויף גארנישט
א זשאוק די דעמאקראטן
עניוועי ס'איז ביי יעדן ברור אפילו די קעגנערס צווישן די שורות האט עס שוין יעדער מודה געווען אז די בען פאר זיך איז א גוטע און וויכטיגע זאך דאס איז נישט סתם אז טראמפ האט זיך ארויפגעלייגט אויף די מוסולמענער מכח ראסע סאו די ווערסיע איז שוין ביי יעדעם געשטארבן דעס איז די פוינט וואס איך און נאך אנדערע האבן זיך געשטעלט
יעצט איז שוין נאר די מחלוקה צו יעצט אויף די מינוט איז די מצב אזוי שווער אויף דעם שיק איך דיר שוין צוריק צו טראמפ טענה דיך מיט אים אבער די אויסגעזויגענע פעיק טעירס אז טראמפ מיינט דא בלויז צו ארויסווארפן די מוסולמענער דאס איז שוין ביי יעדעם מוחלט אז נישט
אבער דעס אז ווייל טראמפ האט נאך נישט אין די לעצטע פאר טעג מחליט געווען ווי זוי צו גיין ווייטער מיט זיין פלאן פאר סעקיוריטי -וואס זיין ערשט"ע שריט האט מען אים אפגעהאלטן- איז א סימן אויף סיי וואס דעס איז קטנות וואס עס שרייט ביז'ן הימל
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 7:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נאך נישט געטראפען דער דעמאקראט וואס האלט אז די ביז יעצטיגע פארשונגען האבען נישט געטויגט. וועמען האסטו געטראפען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 9:14 pm
דורך אייז קריעם
טראמפ איז א כיטערע יונג:
ער ווייסט אז ער קען נישט פארמיידן קיין טעראריטישע אטאקעס איבער די פיר אדער אכט יאר פון זיין פרעזידענציע איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן. מען גייט אויפקומען מיט דאס מערסטע ראדיקאלע צוימינגען אויף מוסלימענע אימיגראנטן, די ריכטער וועלן דאס אפווארפן.
ווען אימער אן אטעקע קומט וועט איר הערן טראפ טראמפייטערן "העי חברה, איך האב ענק געווארנט, איר האט ניט געפאלגט, דאס איז אייער שולד. אני את נפשי הצלתי"
באמת שרייט ער שוין יעצט אז די ריכטער וועלן זיין שולדיג אויב אן אטאקע קומט.
רבותי, טראמפ האט אינז אלע און ביזעם.
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:08 pm
דורך החוקר
גאנצל האט געשריבן:אה נישט קיין דיקטאטור נחמתנו
טאקע נאכנישט, אבער די טאן וואס ווערט גענוצט דורכ'ן ווייסן הויז קוקט אויס ווי גאר אנפאנג פונעם וועג אהין.
[youtube]
https://www.youtube.com/watch?v=7wRIAXc_w2E[/youtube]
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:11 pm
דורך גאנצל
נע ווילאנג מ'האב מיר ריכטער וועט עס נישט געשען.......
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:18 am
דורך שבת אחים
אמעריקא די לאנד וואס האט א רעכט צוטוהן אלעס!!! אפילו הארגענען קינדער אין סוריא און נאכדעם לייקענען.
לאמיר זעהן אויב א קריסטליכע קירכע אין אמעריקע זאל ווערן באמבעדירט און הארגענען צענדליגער ציווילע וואס אמעריקעס ריעקשאון וואלט געוועהן...
U.S. Rebuts Charge That Strike Hit a Mosque
The Defense Department denied that an airstrike targeting Qaeda leaders in rural Syria on Thursday hit a mosque. But locals and activists disagreed, contending that dozens of civilians were killed
https://www.nytimes.com/video/world/mid ... grid-click
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 1:52 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: נאר א קליינע הערה. ס'איז דא א חילוק פון ..."ציווילע"... ביז ..."ציוויליזירטע"... און אן אינטעלעקטואל וועכער גלייבט נישט אין מעשה בראשית וואלט געמעגט וויסן דעם חילוק...ייש"כ...!
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 4:10 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: נאר א קליינע הערה. ס'איז דא א חילוק פון ..."ציווילע"... ביז ..."ציוויליזירטע"... און אן אינטעלעקטואל וועכער גלייבט נישט אין מעשה בראשית וואלט געמעגט וויסן דעם חילוק...ייש"כ...!
סירעסלי?
און אפשר איז עס א טעות הדפוס??? Auto correct וכודומה נישט אפשר נאר זיכער? פארוואס געסטו מיר נישט קיין מעריט?
איך האב דאך אט די ביידע ווערטער גענוצט אויף קאווע שטיבל אפאר מאל, מאך א סורטש וועסטו זעהן, דארפסט אבער נישט שטיין מיט א פארגרעסרונג גלאז און יעדע קליינע ספעללינג מיסטעיק שפרינגן מיט דיין OCD, איך בין נישט קיין באצאלטע שרייבער... מעשה בראשית קומט נישט אריין דא...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 3:11 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דאכט זיך אז דו נוצט דאס אומריכטיגע ווארט 2 מאל אין די זעלבע תגובה/פאוסט. און במציאות איז א גרויסער חילוק פון די 2 ווערטער. ציוויל מיינט אויסצושליסן מיליטעריש. און ציוויליזירט מיינט אויסגעמענטשל(יכ)ט. און איינער וועלכער האלט זיך פאר אן אינטעלעקטואל דארף וויסן דעם חילוק פון די 2 ווערטער.
פרעזידענט בילל קלינטאן, וועלכער איז געווען א ..."רהאודס"...סקאללער האט קיינמאל נישט געמאכט אזא טעות אין זיינע ספיעטשעס. לעומת א 2'טן פרעזידענט, וועלכער איז נישט געווען אן אינטעלעקטואל האט זייער א סאך מאל אויסגעמישט ענליך-קלינגענדע ווערטער...!
ספעללן א ווארט ריכטיג און נוצן דאס ריכטיגע ווארט אין די ריכטיגע צייט הייסט נישט או.סי.די...!
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 6:11 am
דורך שבת אחים
שכוח פארן אויסקלארן די גרויסע צומישניש דא.
יעצט ביטע זאג נאכמאל איבער די טייטשן פון ביידע ווערטער אויף פראנצויזש... כאילו קיינער ווייסט נישט די חילוק פון די צוויי ווערטער...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 11:46 am
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דו מאכסט חוזק. והמשנה במקומה עומדת...

...Don't take life (or yourself) so seriously...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 5:38 pm
דורך אישתישבי
לאז אים, נעם אים נישט צו זיין זעלבסט זיכערהייט, ער קען חלילה פין דעת אראפ.