בלאט 10 פון 65

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:19 pm
דורך ליפא
זיי קענען גארנישט אפשטיפן

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:21 pm
דורך איש את רעהו
די כת מהרא וויל אנטייל נעמען, נאר מען זיכט ווי צו ווייזן בעלות.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:21 pm
דורך אוהב ספרים
https://www.youtube.com/watch?v=_PRtb3F ... e=youtu.be


די אסיפה כעת בלייקוד לייוו


טויזענטער זענען זיך משתתף אדרבה קוקטס און צייגט זעך איבער :o

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:27 pm
דורך איש את רעהו
ווער רעדט דארט?

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:33 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אוהב ספרים האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=_PRtb3FtqQ8&feature=youtu.be


די אסיפה כעת בלייקוד לייוו


טויזענטער זענען זיך משתתף אדרבה קוקטס און צייגט זעך איבער :o

אין די קליפ קוקט נישט אויס ווי ס'דא דארט מער פון דריי מיט א האלב מנינים

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:23 pm
דורך שמעון וואלף
גאנצל האט געשריבן:אייגענע השערה

לעיקוואד גייט זיך אין די ענד 'נישט' משתתף זיין

איך זאג עס נישט לקנתר בעד אדער נגד הכינוס והמארגנים (ביי די וועי מ'מעג שוין צוריק מאכן נארמאלע ארגוימענטן מוז נישט פארשריגן ווערן יעדע זאך אלס א פאליטיק) נאר אלס טרוקענע השערה

די זעלבע מיט סקולען רבי און אוודאי וויזניץ-מאנסי רבי -ער האט שוין תשל"ט ארויסגעלאפן אינמיטן א מחאה צוליב רעדעס קעגן די אגודה-

עס איז לכוארה געווען א ווילדע טעות מטעם הרב יצחק שטערן זיך אזוי צו פארזיכערן אין לעיקוואד אזש זיך רעכענען אינגאנצן נאר אויף זיי קען זיין איך וועל מיך אויסשטעלן ראנג


טאמער מיינסטי נישט פאליטיק, ביטע נעם אפיר דיין אנדערע ניק.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:42 pm
דורך איש את רעהו
31.jpg

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:44 pm
דורך איש את רעהו
51.jpg

בנוגע די אסיפה ביי מהר"א מסאטמאר אין שטוב

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]דאס איז וואס איך האב געהערט פון איינע פון די אנוועזנדע אין אין שטוב פון אדמו"ר מהר"א ביים אסיפה האט מען קודם באהאנדלט די גאנצע גזירה, און אדמו"ר מהר"א האט אראפגעלייגט דעם מצב מיט א ברייטן בילד און זיין שטעלונג איבער פארשידענע ענינים בנוגע גזירת הגיוס

אינצווישן איז אריינגעקומען א גאסט פון ארץ ישראל וואס האט גערעדט בערך 10 מינוט איבער די גזירה, און איז דערנאך ארויס און רבנים האבן קאמענטירט איבער זיין שמועס
דערנאך האט מען גערעדט איבער פאררופן א גרעסערע אסיפה פון רבני הקהלות צו דן מיט א דעת תורה איבער וואס עס איז יעצט ריכטיג צו טוהן.

דערנאך איז אריינגעקומען א פאון קאל פון הרב יעקב הוירוויץ ר"י בית מאיר שליט"א צו האדמו"ר מהר"א ווי ער האט פארציילט איבער רעפארמען וואס די וועד הישבות קלערט איינצושטעלן לאור די לעצטע דרוק פון די בריוון און די שארפע דרשה פון מהר"א, און דעריבער האט ער געפרעגט דעם רבי'ן אפשר זאל מען זיי געבן צייט א וואך, אויף דעם האט דער רבי פארציילט א מעשה פון רביה"ק אין אן אנדער פאל און אוועקגעמאכט די האפענונגן

למעשה איז געבליבן אז עס וועט פארקומען די אסיפה קומענדיגע וואך

c/p אייוועלט.[/justify]

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
@גאנצל
יצחק שטערן'ס פלאן גייט אן ווי געפלאנט. ער האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט אויף ר' אהרן ביי עם איז געווען די פלאן מיט לייקוואד וואס דאס האט ער דערווייל ר' מלכיאל איז גאר שטארק ווארעם, די שאלה איז נאר צו די עולם דארט וועט ווערן אנגעווארעמט דאס וועט מען זעהן ביז א טאג צוויי.

ווי אויך סקולענער רבי האט שוין געגעבן זיין חתימה.

די אסיפה הינט ביי ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען מהיכי תיתי אויב וויל ער זיך צושטעלן זאל ער האבן א געלעגנהייט בדרך כבוד. ער טריצט ארום ווייל ער וויל זיין די אן דרייער זאל ער ווייטער בלייבן פארשטעקט אין צאנז קארט.

אויף די וויזשניצער רבי'ס חתימה האט ער בכלל נישט ערווארטעט.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 12:04 am
דורך אוהב ספרים
למעשה האט מען אין לכיקוואד געזאגט אז די אנדערע ווטך מאנטיג גייט זיין נאך א אסיפה

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 12:33 am
דורך איסר האטלקי
אוהב ספרים האט געשריבן:הגאון רבי מלכיאל קאטלער גייט בכלל נישט דאהי זיין שבת און זונטאג ער מיט הגאון רבי דוד שוסטאל פארען קיין לאס אנדזשעלעס אויף שבת לטובת הישיבה

ער קומט צוריק מיט א פליגער זונטאג מיטאג צום כינוס

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 12:35 am
דורך איסר האטלקי
עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל
יצחק שטערן'ס פלאן גייט אן ווי געפלאנט. ער האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט אויף ר' אהרן ביי עם איז געווען די פלאן מיט לייקוואד וואס דאס האט ער דערווייל ר' מלכיאל איז גאר שטארק ווארעם, די שאלה איז נאר צו די עולם דארט וועט ווערן אנגעווארעמט דאס וועט מען זעהן ביז א טאג צוויי.

ווי אויך סקולענער רבי האט שוין געגעבן זיין חתימה.

די אסיפה היינט ביי ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען מהיכי תיתי אויב וויל ער זיך צושטעלן זאל ער האבן א געלעגנהייט בדרך כבוד. ער טריצט ארום ווייל ער וויל זיין די אן דרייער זאל ער ווייטער בלייבן פארשטעקט אין צאנז קארט.

אויף די וויזשניצער רבי'ס חתימה האט ער בכלל נישט ערווארטעט.

יעדעס ווארט אמת, אויף וויזניץ האט מען גראדע געהאפט, מען האט פיל געש'תדל'ט, אבער מיט שוואכע שאנסן, כמעט ווי נישט ערווארטערט קיין חתימה.

סקולען נאכנישט גע'חתמ'ט, אבער ער איז גרייט דערפאר. די קול קורא איז שוין אין פראסעס, מען זוכט צו כאפן לעצט מינוטיגע חתימות, ווען זיין אינדרויסן מארגן צופרי.

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 1:27 am
דורך אונטער חכם
Satmar Headquarters @SatmarHQ

Just in: HaGuen Reb Malkiel Kuttler, Rosh Yeshiva Bihm"d Gvoiha Lakewood, just proclaimed at Vaad for Talmidei HaYeshiva, that everybody should attend Kinus Revuves, Sunday Shlach in Barclays! Rosh Yeshiva ordered Askunei Lakewood to Start selling tickets! >10:55 AM · Jun 5, 2017


איינער ווייסט צו דאס איז יא אמת אדער איז עס אויך פאלש אזויווי די בריוו?

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:14 am
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן: סקולען נאכנישט גע'חתמ'ט, אבער ער איז גרייט דערפאר. די קול קורא איז שוין אין פראסעס, מען זוכט צו כאפן לעצט מינוטיגע חתימות, ווען זיין אינדרויסן מארגן צופרי.


פליז, למען ה', וועק מיך אויף אזוי ווי די חתימה איז אינדערויסן, איך וויל נישט אנקומען אין ביהמד"ר ווי א האן אין בני אדם.

איסר האטלקי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:הגאון רבי מלכיאל קאטלער גייט בכלל נישט דאהי זיין שבת און זונטאג ער מיט הגאון רבי דוד שוסטאל פארען קיין לאס אנדזשעלעס אויף שבת לטובת הישיבה

ער קומט צוריק מיט א פליגער זונטאג מיטאג צום כינוס


דאס איז דער זעלבער פליגער וואס האט גענומען די צדיקים צו די פארנענפעלטע קידוש לבנה מיט יארן צירוק?

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:42 am
דורך וואלווי
מורי ורבותי! פאר אזא היימישע געשמאקע קרעמעל דא, וואלט געווען זייער פאסיג מ'זאל דא ארויסברענגען לשבח די שווערע ארבעט פון חברינו "איש את רעהו" פאר אזוי שיין ראפארטען און באגלייטן טריט נאך שריט א יעדע פרט פון קומענדיגען כינוס שלא על מנת לקבל פרס ווער ווייסט אין וועלעכע פרעמדע פעלדער מ'וואלט געדארפט פאשענען צו דערגיין תפיסת מחשבה פון צדיקים און דעת תורה פון ראשי ישיבות, ישלם ה' משכורתו בכפליים ויזכה עוד רבות בשנים להגדיל תורה ולהאדירה מתוך הרחבת הדעת, אכי"ר.

נ"ב

און יעצט א פארזענליכע בקשה, טוה מיר א טובה און נעם אין באטראכט אז היות תלי"ת מצוקים ינצחו אראלים און פון דא און ווייטער האפענטליך וועט מען שוין קענען שפאנען כאיש אחד בלב אחד צום כינוס אי"ה, אז די פאוסטערס וואס די פאוסט דא, איך מיין די רעש'דיגע בליצידיגע קאלירטע, וואס מ'קלעבט אן אויף אלע ווענט און לייטפאולס פונ'ם ציווילען שטאט אונזערע זאל בלייבען אויף די גאס און נישט אנקומען אין שטיבל.

שטעל דיך פאר די טראומע וואס א יונגערמאן א נהנה מיגיע כפו ווי איך דארף ליידער דורך גיין. מיין הויז פון דערויסען איז פארפלייצט מיט פאוסטערס, איך באקריג וויעלעישאנ'ס פונ'ם סעניטעשען דעפארטמענט ערליך פארדינטע כופר נפש פאר א יעדען קאמפיין פונ'ם בד"ץ און התאחה"ר דארה"ב וקאנאדא, אין ביהמד"ר קענען איך נישט טרעפען די צעטלעך פון די זמני התפילה ושיעורים אדער אנדערע וויכטיגע מודעות, איך וואק אין שוהל שבת מאכען מיך מיינע קינדער משוגע וואס איז פשט פון די מבהילדיגע פאוסטערס, נישט מער געדאכט, איך שטיי אויף אין מיטען נאכט פארציטערט פון נייטמערס ווי ציווילדעוועטע זעלנער ציען מיינע פאות אונטער א רויט-געיל-שווארצע בעקגראונד.

איז אזוי, עכ"פ איך קום אהיים סוף טאג אויסגעמאטערט, איך וויל רילעקסען און זיך לאזען וואול גיין סאו מאך איך אויף מיין גרויסע טריפענע דעסקטאפ קאמפיוטער אונ'ם דיינונג רום וואס פארמאגט לייטנונג ספיד שמוציגע אינטערנעט סערוויס פאר אביסעל קאמערשעל פרי ענטערטעינמענט אויב ס'שוין שטיל, אז נישט זעץ איך מיר אריין אונ'ם היכל אין צו ארויס מיין קליין עבודה זרה'לע, איך טשעק אריין אין שטיבל, והנה! די טראמעטייזונג פאוסטערס זענען שוין ווייטער דא, פארשטייסטו? ס'בליצט מיר און שווינדעלט מיר אין קאפ!

זיי זוי גוט מיין פריינט, לאז נאך אביסעל, די קאמערשעל אטמעספעריע לאז איבער פאר אייוולט.

בכבוד רב, וו, ניו יארק.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 3:51 am
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל
יצחק שטערן'ס פלאן גייט אן ווי געפלאנט. ער האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט אויף ר' אהרן ביי עם איז געווען די פלאן מיט לייקוואד וואס דאס האט ער דערווייל ר' מלכיאל איז גאר שטארק ווארעם, די שאלה איז נאר צו די עולם דארט וועט ווערן אנגעווארעמט דאס וועט מען זעהן ביז א טאג צוויי.

ווי אויך סקולענער רבי האט שוין געגעבן זיין חתימה.

די אסיפה הינט ביי ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען מהיכי תיתי אויב וויל ער זיך צושטעלן זאל ער האבן א געלעגנהייט בדרך כבוד. ער טריצט ארום ווייל ער וויל זיין די אן דרייער זאל ער ווייטער בלייבן פארשטעקט אין צאנז קארט.

אויף די וויזשניצער רבי'ס חתימה האט ער בכלל נישט ערווארטעט.


מער ווייניגער זאגסטו די זעלבע ווי מיר אויב געלונגט פאר יצחק שטערן אז די לעיקוודער עולם זאל קומען און האבן א זאל מיט האלב חסידיש און האלב לעיקוואד דעמאלט קען עס זיין א סוקסעס אויב אבער געלונגט אים אים נישט צו שלעפן א גרויסע עולם פון לעיקוואד און נאר סאטמאר-לעיקוואד קומט קען עס זיין א שטארקע דורכפאל

פארגעס נישט האבן וויזניץ מיט זיך מיינט א ציבור פון באלד 1000 מענטשן און די לופט ביים איבריגן חסידישער עולם אפי' נענטערע צו סאטמאר ווערט אפגעקילט אז מ'זעיט אז נישט אלע זענען אייניג

סאו האלט מיר די זעלבע ער האט גענומען א גרויסע ריסק מיט זיך רעכענען שטארק אויף לעיקוואד און ווי געשריבען אויבן קען זיין איך בין ראנג אבער שווער צו זאגן אז ער וועט האבן אזא גרויסע לעיקוואדע עולם ווי ער האט געהאט ביים כינוס פון אינטערנעט

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 6:46 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביים אסיפה נעכטען נאכט, ווי מ׳זעט אויפ׳ן ווידיאו, האט ר׳ משה שמעון שפירא נישט ערשיינט, ודלא כמו שפרסמו פאר דעם אז ער גייט דארט זיין. לויט וואס איך הער, האט דארט געזעסען הרב שמואל מיללער (בן ר׳ אביגדור), הרב חיים גינזבורג און ר׳ מרדכי בצלאל.
בקיצור, דער גאנצע זאך פארפאשלט.

דער גזירה נוראה פון בארד גאלען גייט ווייטער אן. איך האב טאקע געזען ביי שחרית א באנדע געשמד׳טע אידען, מיט געגאלטע בערד. צו וועמען דאווענען זיי?

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 6:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי האט געשריבן:מורי ורבותי! פאר אזא היימישע געשמאקע קרעמעל דא, וואלט געווען זייער פאסיג מ'זאל דא ארויסברענגען לשבח די שווערע ארבעט פון חברינו "איש את רעהו" פאר אזוי שיין ראפארטען און באגלייטן טריט נאך שריט א יעדע פרט פון קומענדיגען כינוס שלא על מנת לקבל פרס ווער ווייסט אין וועלעכע פרעמדע פעלדער מ'וואלט געדארפט פאשענען צו דערגיין תפיסת מחשבה פון צדיקים און דעת תורה פון ראשי ישיבות, ישלם ה' משכורתו בכפליים ויזכה עוד רבות בשנים להגדיל תורה ולהאדירה מתוך הרחבת הדעת, אכי"ר.

נ"ב

און יעצט א פארזענליכע בקשה, טוה מיר א טובה און נעם אין באטראכט אז היות תלי"ת מצוקים ינצחו אראלים און פון דא און ווייטער האפענטליך וועט מען שוין קענען שפאנען כאיש אחד בלב אחד צום כינוס אי"ה, אז די פאוסטערס וואס די פאוסט דא, איך מיין די רעש'דיגע בליצידיגע קאלירטע, וואס מ'קלעבט אן אויף אלע ווענט און לייטפאולס פונ'ם ציווילען שטאט אונזערע זאל בלייבען אויף די גאס און נישט אנקומען אין שטיבל.

שטעל דיך פאר די טראומע וואס א יונגערמאן א נהנה מיגיע כפו ווי איך דארף ליידער דורך גיין. מיין הויז פון דערויסען איז פארפלייצט מיט פאוסטערס, איך באקריג וויעלעישאנ'ס פונ'ם סעניטעשען דעפארטמענט ערליך פארדינטע כופר נפש פאר א יעדען קאמפיין פונ'ם בד"ץ און התאחה"ר דארה"ב וקאנאדא, אין ביהמד"ר קענען איך נישט טרעפען די צעטלעך פון די זמני התפילה ושיעורים אדער אנדערע וויכטיגע מודעות, איך וואק אין שוהל שבת מאכען מיך מיינע קינדער משוגע וואס איז פשט פון די מבהילדיגע פאוסטערס, נישט מער געדאכט, איך שטיי אויף אין מיטען נאכט פארציטערט פון נייטמערס ווי ציווילדעוועטע זעלנער ציען מיינע פאות אונטער א רויט-געיל-שווארצע בעקגראונד.

איז אזוי, עכ"פ איך קום אהיים סוף טאג אויסגעמאטערט, איך וויל רילעקסען און זיך לאזען וואול גיין סאו מאך איך אויף מיין גרויסע טריפענע דעסקטאפ קאמפיוטער אונ'ם דיינונג רום וואס פארמאגט לייטנונג ספיד שמוציגע אינטערנעט סערוויס פאר אביסעל קאמערשעל פרי ענטערטעינמענט אויב ס'שוין שטיל, אז נישט זעץ איך מיר אריין אונ'ם היכל אין צו ארויס מיין קליין עבודה זרה'לע, איך טשעק אריין אין שטיבל, והנה! די טראמעטייזונג פאוסטערס זענען שוין ווייטער דא, פארשטייסטו? ס'בליצט מיר און שווינדעלט מיר אין קאפ!

זיי זוי גוט מיין פריינט, לאז נאך אביסעל, די קאמערשעל אטמעספעריע לאז איבער פאר אייוולט.

בכבוד רב, וו, ניו יארק.

איך וויל נאר מעורר זיין, אז ביי אונז אין לעיקוואוד ווערען רוב די צעטלעך אראפ געריסען נאך איידער זיי הענגען. אפשר אין ב.מ.ג. הענגען זיי נאך, אבער איך בין נישט דארט. ביי אונז אין ׳סמעדרעש רייסט עס אראפ דער שמש, און איך בין נישט זוכה זיך צו פאסמאקעווען מיט די געשמאקע גזירות וואס הויערען אויף די אומשולדיגע שעף. אלזא, בעט איך מ׳זאל אונז ווייטער פארציילען פון די 12000 בארדלאזער פארכאפטע בחורים מיט יונגעלייט, מיט די מאדנע קאלירען פון געהל מיט רויט (וואס איז דער באדייט דערפון? גראפיקער?) און ברוין, און אזוי וועל איך אויך קענען מיטטיילען די ווייגעשריי פון די ערליכע אידען.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 7:20 am
דורך קאווע טרינקער
פרישע חתימות צוגעקומען:
כ"ק זקן צדיקי בית צאנז, האדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א
כ"ק אדמו"ר משפטיווקא שליט"א.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 8:18 am
דורך אוהב ספרים
אונטער חכם האט געשריבן:Satmar Headquarters @SatmarHQ

Just in: HaGuen Reb Malkiel Kuttler, Rosh Yeshiva Bihm"d Gvoiha Lakewood, just proclaimed at Vaad for Talmidei HaYeshiva, that everybody should attend Kinus Revuves, Sunday Shlach in Barclays! Rosh Yeshiva ordered Askunei Lakewood to Start selling tickets! >10:55 AM · Jun 5, 2017


איינער ווייסט צו דאס איז יא אמת אדער איז עס אויך פאלש אזויווי די בריוו?


כל כולו שקר

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 8:52 am
דורך פליקער
איין זאך איז קלאר, איינער יצחק שטערן איז א געפערליכער אנדרייער, על כן קען איינער לייגען א בילד פון אים, לאמיך כאטש זען בשלמי הרע הזה

Re: א' שלח היסטארישע כינוס אפצוהאלטן דאס דערשטיקן די קול מחא

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 9:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בילד
די דריי עסקנים, הרב שעכטער (נכדו של ר' יעקב מאיר, מסתמא די לינקע זייט, לויט זיין קאפ טראגע)), הרב וואזנער (בנו של הרב חיים, מסתמא די מיטעלסטע, לויט זיין נאז) און הרב שטערן (געבליבען איז נאר דער רעכטע)
קרעדיט: בחדרי חרדים