רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בין אלץ אויפגעוואקסן וויסנדיג אז אין בעלזא פלעגט מען באהאלטן די מסכתא פון דף היומי. כ'האב אמאל געפרעגט א מאכנובקער דערוועגן, זאגט ער מיר אז ער האט קיינמאל נישט געהערט דערפון. ס'איז מיר געווען א פלא, ווייל אויב אין בעלזא ווייסט מען נישט פון אזעלכע זאכן מיינט עס אז בפשטות איז עס נישט אמת, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז די סאטמארע זאלן סתם אויפבאקן אזעלכע מעשיות. ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די סיבה פארוואס די בעלזע יושבים זענען געווען קעגן די אגודה איז פשוט געווען אלץ שווענצערישקייט, זיי האבן נישט פארגינט אז אנדערע פירן אן א ווערטשאפט און זיי בלייבן פונדרויסן. עיין ערך סיטיפילד, בארקלעיס, ועוד, ואכמ"ל. איז עס געבליבן אזויווי אסאך אנדערע זאכן וואס די בעלזע יושבים האבן געטון און קיינער ווייסט נישט דערפון ווייל מ'שעמט זיך דערמיט.
איני יודע אם אכן הטמינו גמרות וכולי, אבל שמעתי מהרב (-) ששמע מזקינו שהיה על חג השבועות בבעלזא ממש לפני המלחמה ושמע איך שלפני הטיש אמר מהר''א להרב הנקרא ''פעטריווע דיין'' ממונקאטש שלא יגיד שיעור בדף היומי, ואמר שאגודת ישראל הוא אכן דבר טוב בפולין ובקונגרס פולין, אבל אצלינו לא צריכים את זה.
און די פארטיי ספין איז שוין צוריק. מ׳שטעלט די נושא כאילו ׳עס איז פון די תרי"ג מצוות׳ און דערנאך פאדערט מען א ראיה. מ׳רעדט פון פשוט עקסטרעמיזם און דער מהלך פון אני ואפסי עוד. יא, אין בעלזא האט מען גערעדט עקסטרעם קעגען ערשיינונגען וואס דער תורה האט נישט פארווערט. דאס איז נישט עקסטרעמיזם? יא, אין בעלזא האט מען גערודפ׳ט די וואס גייען נישט אין שפאן. דאס איז נישט עקסטרעמיזם?
שוואנצאנות איז נישט קיין סאטמארער חידוש. יעדער באשרייבונג פון בעלזא אינדערהיים, כולל וואס בעלזא אליינס דרוקען, איז פול דערמיט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מצפה לישועה האט געשריבן:בעלזא האט קיינמאל נישט געהאט קיין שיטה פון קנאות. דאס איז איינע פון די זאכן וואס די סאטמערע פראבירן איבער צו שרייבן די היסטאריע כדאי האבן מיט וואס זיך פארענטפערן זייער שיטה, און מיט וואס צו האקן אויף בעלזא.
נעמען א חסידות וואס עס איז נישט פארהאן דארט קיין תורה אדער יר"ש, נאר קנאות אלס א 'דרך' און יידישקייט. און פראבירן צו צוגלייכן צו א חסידות וואס איז געוועהן באווסט אלס מלא וגדוש תורה ויר"ש, אסאך פאר ווען מ'רעדט פון קנאות, איז נישט מער ווי א חוכא ואיטטלולא.
(נישט אומזיסט האט דער רב געזאגט פארשטאפטע גענז, דאס האט אין זיך א טאפלטע משמעות. א חסידות וואס איז זיך מחמיר נהנה זיין פון אלע תאוות העוה"ז, זאלן נישט קומען אויסלערנען קנאות פאר ווער עס זייפט זיך איין און תורה און יר"ש)
קען זיין אז בעלזא איז טאקע נישט באשטאנען פון ׳קנאות׳ זעלבסט אזויווי סאטמאר. וואס איך האב געזאגט איז אז די מעהר פארפרומטע און פארחאניאקטער קנאים האבן זיך געטראפן דאס פלאץ אין בעלזא. בעלזא איז געוועהן די טייפ חסידות אמאל. היינט איז עס מעהר סאטמאר.
צווייטענס בעלזא איז טאקע אפשר נישט געוועהן קנאותדיג געשטימט אויף די זעלבע מדריגה ווי סאטמאר דאך זענען זיי געוועהן אנטי-ציונים. מהאט נישט געדארפט זיין קיין קנאי פארדעם. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין?
קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער? לאמיר קלוגער ווערן. כקען באשטיין.
גראדע איז דער ערשטער רב/רבי/ראש ישיבה אין דער וועלט וואס האט געשריבן קעגן ציונות נאך אין די 1800 יאהרן איז געוועהן מיין זיידע הרה״ק ר׳ שמעלקע סעלישער בעל צרור החיים (פון די הויפט רבנים אין אונגארן) די סאטמארער רב האט קיינמאל נישט געוואוסט פון דעם בריוו פון ר׳ שמעלקע הערשט נאכן פארענדיגן שרייבן דעם ״ויואל משה״ איז ער געוואר געווארן פון די בריוו. ער האט זיך דאן ערנסט געישובט איבערצודריקן די ספר און אריינלייגן ר׳ שמעלקע סעלישער בריוו.
די דעמאלטסדיגע ציונים פאר די קריג זענען אלע כמעט געוועהן פרייע. מיין עלטער זיידע האט געהאט א טאכטער וואס איז ארויפגעפארן פון רומעניע קיין אר״י מיט די ציוניסטישע עולים ערגעץ אין אנהייב פון די 1900. מיין עלטער זיידע א וויזניצער חסיד מיט שטריימל און ווייסע זאקן (יענע צייטן איז נישט אלע וויזנצער חסידים געגאנגען אזוי-רוב נישט) האט זיך געזעצט שבעה נאך זיין טאכטער. למעשה איז זי ארויפגעקומען קיין אר״י און לכבוד דעם איבערגעלעבט די קריג. מיין זיידע האט איר גלייך אויפגעזוכט ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ישראל נאכן קריג. זי האט חתונה געהאט מיט א מזרחיסט און געוואוינט אין פתח תקוה. ווען איך האב איר איינמאל באזוכט אלץ בחור האב איך איר אויסגעפערגט פארשידנע קשיות וועגן אינדערהיים, (וויזניצער מנהגים וכו׳) האט זי זיך געגעבן אזא רוף אן אביסל אויפגערעגטערהייט ״וואס א חילוק מיט וועלכע קאליר זאקן מאיז געגאנגען אינדערהעים דער עיקר איז אז מ׳איז א ציוניסט״, און אז אונז אידן האבן אויפגעשטעלט א אייגען לאנד...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:. וויזניץ און נאך צענדליגער חסידותן פאר די קריג זענען געוועהן ווייט פון קנאות דאך זענען זיי געוועהן שארף קעגן די רעיון הציוני. יא צי ניין?
ווענדט זיך וואס דו רופסט אן 'רעיון הציווני', כמו שהערתי למעלה כ"פ.
כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט! די רעיון הציוני מיינט פשוט וישוט אז אידן דארפן האבן א אייגען לאנד. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין? קיין איין חסידישע פרומע רבי אדער ראש ישיבה וואס איך האב געהערט האט געשטיצט די רעיון פאר די קריג. אדרבה לאמיר הערן ווער?
ביי די דריטע כנסייה הגדולה פון די אגודה האט מען באשלאסן אז מ'טאר נישט אויפגעבן אויף קיין איין שטיקל לאנד פון ארץ ישראל, און ווער ס'קען זאל פאקן פעק און ארויפקומען אויף ארץ ישראל.
ר' מאיר שמחה פון דווינסק שרייבט אז ס'נישט דא וואס צו מורא האבן פאר די שלש שבועות, אזויווי מ'זעהט אז עזרא הסופר האט נישט מורא געהאט.
ווען מ'האט צוריקגעגעבן סיני האט די בעלזע רב זי"ע געזאגט אז מ'האט עס נישט געדארפט צוריקגעבן ווייל כיבוש איז קונה. און ער האט געהאלטן אז אין אילת דארף מען נישט האלטן יו"ט שני מהאי טעמא.
קוקט אויס ווי מ'האמיר שוין א בעלזע מנין דא אין שטיבל, דאס מאכט די קאווע געמיינדע מער קאלערפול. יהא בואכם לברכה. איך האב א קשיא פאר די בעלזע חברים. וואס האט עטץ מורא צו זאגן אז היינטיגע בעלז איז אנדערש ווי פאר'ן קריג? יא ס'איז אנדערש און מ'דארף זיין אנדערש ווייל די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט און א גדול בישראל קען מחליט זיין לפי הזמן צו טוישן - עת לעשות לה' הפרו תורתך. נעם למשל שייטלעך. לכו"ע, בעלז אינדערהיים זענען נישט געגאנגן נאר מיט טיכלעך, אעפ"כ נאכ'ן קריג האט בעלזע רב עס נישט פארלאנגט ווייל ער האט פארשטאנען אז לפי המצב והזמן דארף מען נאכלאזן. ק"ו וב"ב של ק"ו לגבי די מדינה, ווי ס'איז קיינמאל נישט געווען נוגע אזא שאלה צו מ'זאל גיין צו בחירות אדער נישט, איז אודאי נישט שייך צו זאגן אז מ'האט משנה געווען פון אמאל. קען זיין אמאל האט מען זיך געדארפט דערווייטערן און נישט האבן קיין שייכות מיט ציונים אבער איינמאל ס'איז געווארן א מדינה דארף מען דן זיין פון פריש וואס די צוגאנג זאל זיין.
יעצט איין בקשה צו מיינע בעלזע חברים. טראכטס נישט אז די בעלזע רבי'ס ווערן גרעסער ווייל ענק רעדן דברי זלזול אויף סאטמאר רב און מונקאטשע רב. אפילו טאמער לעניות דעתכם האבן זיי געמאכט טעותים, קען מען אבער נישט אוועק נעמען זייער גדלות. זיי זענען נישט געווען קיין מגושמים אדער פוסטע יונגן. אל תהי בז לכל אדם, טייטשט די שינאווע רב, טאמער זעסטי א פעלער ביי איינעם, מאך אים נישט אינגאנצן אוועק, זיינע מעלות זענען מעלות און חסרונות זענען חסרונות. בכלל וואלט געפאסט פאר איינער וואס דרייט זיך אויף ק"ש אביסול ארויסגיין פון די קינדערישע צמצום און מ'דארף נישט האלטן אז יעדער וואס שטימט נישט מיט מיין פארטיי דארף איך אראפקלאפן.
ס'איז נישט קיין שום שאלה אז בעלזא היינט איז אנדערש פון אמאל, ווי א מאכנובקער האט מיר עס אמאל מגדיר געווען, "ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און ס'דא בעלזא נאך תרפ"ז", דאס זענען צוויי אנדערע עולמות. און די רב האט אליינס געזאגט נאך בחייו פון זיין טאטע אז לגבי די אגודה האלט ער אנדערש פון זיין טאטע. און ער האט אויך געטוישט נאכ'ן קומען קיין ארץ ישראל ווייל ער האט 'איינגעזען דעם אמת', כלשונו. אבער לגבי דער ענין פון קנאות האט די רב קלאר געזאגט אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that