בלאט 10 פון 15

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 10:54 am
דורך אפטעמיסט
Hosting maintenance

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:05 am
דורך קעלנער
מיר אפדעיטן איבער דעם אויף טוויטער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 11:09 am
דורך קאווע טרינקער
פונקט אין אזא פארנומענע טאג ווי פורים?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:04 pm
דורך לעיקוואד
לעצטנס ווארפט מיר דער שטיבל ארויס יעדער מאל איך באזוך דארף איך פון פריש אריינסיינען הגם איך האב געדרוקט די קנעפל ער זאל מיר געדענקען.
נאך איינער האט דער פראבלעם? עס איז דא דערפאר אן עצה?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:13 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפילו ביזט א גאנצן צייט מיט די זעלבע אינטערנעט קאנעקשען?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:19 pm
דורך לעיקוואד
יא.
עס מאכט א חילוק טאמער איז עס אן אנדערע קענעקשין?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 7:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא ביי מיר אויך. אויב טוישט זיך פון איינס צום אנדערן ווער איך ארויסגעסיינט אויטאמאטיש

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:51 pm
דורך אפטעמיסט
און איך האב יעצט אויסגעפונען אז די אראנדזשע קנעפל מיינט דאס! רבש"ע צוויי מאל!

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:54 pm
דורך שמעקעדיג
אוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:58 pm
דורך אפטעמיסט
אמן.

אויב נישט קענסטו די נומער פון תהלים-כולל.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 11:06 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אן אנדער סארט פראבלעם די לעצטע פאר וואכן.
ס'רוב מאל ווען איך דרוק דעם אראנדזשן קנעפל פאר מיינע נייע אומגעלייענטע הודעות, אנשטאט מיר אהין טראגן, נעמט ער מיר צו א פעידזש בעפאר דעם...
וואס איז פשט. רבש"ע?

יואש כ'האב געמיינט נאר איך בין משוגע.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 11:16 pm
דורך גראדעמעכעלע
גם אני בחלומי

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 11:25 pm
דורך שמערל
איך האב עס נאר געהאט אין די וועטער אשכול, כ'האב געהאלטן אז די פילע בילדער לייגט אן עפעס שוועריקייטן אויפן סיסטעם, היינט איז דער פראבלעם איבעראל.

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 11:10 am
דורך משולם שטיינפעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי מיי גאש.
נו שוין, אצינד זעה איך שוין די סיבה פון מיין פראבלעם. אלזא אז די מטרה איז אויסגעפירט געווארן און דו ביסט שוין געוואר געווארן, מובטחני אז מיין פראבלעם איז א פארגאנגענהייט און איך בין א געהאלפענער.

וואס איז די סיבה צום פראבלעם? עני אשכול מיט אסאך בלעטער קומט מען אן צו איינס אדער צוויי בלעטער פארן סוף

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 3:12 pm
דורך געוואלדיג
גם אני מצטרף, צרת רבים נחמת שוטים

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:05 am
דורך יאיר
עפעס א מכשף האט געזאגט א לחש און אפגעטון דעם כח פון מיין יו טוב קנעפל. איינער קען מיר ארויסהעלפן?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:13 am
דורך שמעקעדיג
מאך דיר א אשכול 'פרטיות'דיגע פראבלעם'.... וואס עפעס לייגסטו עס דא?...
קידינג עסייד. עס איז אן אומדערהערטע פראבלעם. פרוביר צו ריסטארטן די בראוזער.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:עפעס א מכשף האט געזאגט א לחש און אפגעטון דעם כח פון מיין יו טוב קנעפל. איינער קען מיר ארויסהעלפן?

נעם ארויס די s פון https.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:42 am
דורך petergrifin
פארװאס קען איך נישט זעהן קײן יו טוב קליפס אין קאװע שטיבל? איך קען זעהן געהעריג אין יו טוב אבער נישט
דא. אלעס װאס איך זעה איז א תגובה אין גענוג לײדיג פלאץ פאר א קליפ.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 3:48 pm
דורך גראדעמעכעלע
גם אני בחלומי, איך קען מיר נישט א עצה געבן מיט דעם יוטוב קנעפל, העלפ פליז,

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 3:52 pm
דורך איך אויך
ביסט נאך צו יונג.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 4:10 pm
דורך מנחם
לכאורה צוליב'ן נייעם 'גייסט' אין שטיבל.