בלאט 10 פון 23

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:55 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס האט יעצט באמערקט אז [tag]ממי_שאמרו[/tag] איז דאהי?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:00 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וועלכער מאכט אפט א טעות צווישן די צוויי?

יא!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:10 pm
דורך שמעקעדיג
...וואס אדווערטייזמענטס רעדט נישט צו מיר? און גייט מיר זאגאר אויף די נערוון?

ווען איך וויל א רעקל, ווייס איך וואו G&G אדער זייער קאמפעטישן געפינט זיך,
ווען איך וויל א ווייטאמין, ווייס איך פון מעקסי העלט און צאהלערס אין מיין העלט פוד געשעפט,
ווען איך דארף א נייע שטריימל, ווייס איך פון מילער/קרויס/כתר/ווידער וכו',
און ווען די קינדער דארפן שיכעלעך ווייס איך אויך וואו צו גיין, (יא, דארטן ווי איך בין געווען לעצטע יאר)

צו וואס זענען די פעיפערס פול יעדע וואך מיט אדווערטייזמענטס? פארוואס די אלע בילבאורדס? פארוואס די אלע צעטלעך אויף ליע עוו. ביי די די מחיצות העכערן הייוועי? פארוואס שיקן פאסט אדער פארפלייצן מיין אינבאקס?

די איינציגסטע מאל וואס איך אפרישיעט עס, איז אויב עס איז פאראן גוטע נייעס, צב"ש א סעיל, דאן טראכט איך א מינוט אויב איך קען נהנה זיין דערפון. אדער אויב עס איז ערשינען א ברענד-ניו אייטעם.
אבער סתם לייגן יעדע וואך ווייל דער קאמפעטישן לייגט אויכעט, אין יעדע איינציגע אויסגאבע?
נעבעך וויפיל אידיש געלט זענען שוין פארפאלן געגאנגען פון די עדס נאר פון G&G און GB. זיכער מער ווי זייער גאנצע פראפיט מיט א שמוץ אריבער. איך וואלט אסאך גוטע זאכן געקענט אויפטון דערמיט!!
אבי כאטש די צייטונגען און גראפיקער מאכן אביסל פרנסה.
אבער געלט פראבלעם אין די זייט. לאמיר זאגן זיי האבן יא געלט. צו וואס פעלט עס בכלל אויס? פארוואס דארף איך יעדע וואך זעהן נאך א עד פון די זעלבע סטאר מיט א אנדערע פיקטשער? איין וואך א הארסי, די נעקסטע א בער?

און אז מען רעדט שוין פון אדוערטייזמענטס, לאמיר שוין רעדן פון די עדס אויפן קאמפיוטער.
ס'שוין נישט אזוי נוגע היינט, ווייל אין רוב פלעצער נוץ איך שוין עד בלאקערס, הגם אין מיין פאון ווייסעך נאך נישט וויאזוי דאס ארויפצולייגן (געפילטע? ביזטא? שקויעך!)
למשל איך האב מיר געקויפט א קעמערע. יעצט די נעקסטע פאר וואכן, וואו אימער איך וועל גיין (אדער וועלכע עפפ איך וועל עפענען וואס איז "אומזיסט מיט עדס") וועט מיר עדווערטייזן דעם מאדעל קעמערע!
אדער, איך האב געקויפט א פרינטער, אדער סקאטש טעיפ, אדער סיי וואס, וועט דער "קלוגער" אדווערטייזער פארשטיין אז "איך ליג אין די זאכן" (איך ליג אין סקאטש טעיפ, נישט געוואוסט?), און ממילא מיר צייגן די זעלבע זאך 101 מאל.

בינו בוערים בעם וכסילים מתי תשכילו? אז איך האב שוין געקויפט דעם קעמערע/פרינטער, מיינט אז מיין בקשה איז ערפילט געווארן, און איך האף אז לאורך ימים ושנים (הערת באלעגאלע: ונשים) טובות וועט דאס מיר דינען! פארוואס מיינט ער אז 10 מינוט ארום וויל איך נאך א פרינטער, גענוי דעם זעלבן סארט??

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז אדווערטייזמענטס איז געמאכט דורך נאראנים פאר נאראנים?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:01 pm
דורך געפילטע פיש
העי, מאך נישט אוועק אדווערטייזמענט, אנליין אדווערטייזמענט איז א מולטי ביליאן דאלער מארקעט, גוגל וואס מאכט כמעט זייער גאנצע געלט פון adsense מאכט אן ערך פון 16 ביליאן דאלער א יאר פון אנליין עדווערטייזמענט. איך ווייס טאקע נישט וויאזוי אדער פארוואס, אבער איי געס רוב מענטשען קוקן יא אויף גוגל'ס עדס. דאס וואס דו פרעגסט פארוואס זיי עדווערטייזן נאכדעם וואס דו האסט שוין געקויפט. זייער קוקי'ס זעען נאר אז דו האסט לעצטענס געזוכט א קעמרע\סקאטש טעיפ, זיי ווייסן אבער נישט אויב דו האסט שוין געקויפט אדער נישט.

נ.ב. מ'קען האבן עדבלאק אויף ענדרויד, אבער מ'דארף זיין rooted. Adaway דארף צו זיין די בעסטע.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 9:12 am
דורך יואב
קענסט מיך רופן א נאר, אבער איך קען יא קוקן אויף אדווערטייזמענטס. איך זאג נישט אז די קאלירפולע בלעטער קענען מיר נישט צוטרעטן צו די געהירן, ספעציעל אזא ערב יום טוב ווען די הענט איז שוין שווארץ פון מישן אזויפיל פארפירישע אדעווערטייזמענטס. איך ווייס דאך אויב גיי איך אריין צו זיי אין געשעפט, קען מיך דער פארווע אינגערמאן ארויסשאקלן פון ארבל אזאנע לעכערליכע תשובות ווי: "די קאמפאני מאכט דאס שוין נישט", "נאר וואס דו זעסט דא", אא"וו.

דזשי ענד דזשי און דזשי בי אינטערסירט מיר טאקע נישט, פשוט ווייל אין טעגליכן לעבן אינטערסירט מיך דאס קנאפ.

איך האב אבער תחומים וואו איך קען אריינקליקן אויב ס'קוקט אויס אינטערסאנט. זאל זיין קארס, פאני עדווערטייזמענס, עקענאמישע זאכן און נאך.

ואחרון חביב: "עסן". איך דערקוויק זיך סתם אזוי צו זען ווי ס'קאסט פינף אינגעלייט פון פאמאגרענעט צו האלטן איין ריזן בני ענק'ישן רויט שטיקל פלייש, מיט אזאנע אטראקטיווע ווייסע שטרייפן. ס'קאסט מיך עפעס קרוב צו ארגעזעם.

פארגאנגענע וואך למשל האב איך געזען עפעס א פרישע פיצא פירמע זיך אדווערטייזן. ס'האט מיך יא געכאפט די לאנגע שטיקלעך טשיז וועלכע שלענגלן זיך מיט א בא'חן'טע תמימות פון די קריספי פארקעטשאפטן טייגל. כ'האב געקלערט אולי איז דאס בעסער פון מענדלסאן'ס, לעטס גיוו איט ע טריי.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 11:30 am
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:...וואס אדווערטייזמענטס רעדט נישט צו מיר? און גייט מיר זאגאר אויף די נערוון?

ווען איך וויל א רעקל, ווייס איך וואו G&G אדער זייער קאמפעטישן געפינט זיך,
ווען איך וויל א ווייטאמין, ווייס איך פון מעקסי העלט און צאהלערס אין מיין העלט פוד געשעפט,
ווען איך דארף א נייע שטריימל, ווייס איך פון מילער/קרויס/כתר/ווידער וכו',
און ווען די קינדער דארפן שיכעלעך ווייס איך אויך וואו צו גיין, (יא, דארטן ווי איך בין געווען לעצטע יאר)

צו וואס זענען די פעיפערס פול יעדע וואך מיט אדווערטייזמענטס? פארוואס די אלע בילבאורדס? פארוואס די אלע צעטלעך אויף ליע עוו. ביי די די מחיצות העכערן הייוועי? פארוואס שיקן פאסט אדער פארפלייצן מיין אינבאקס?

די איינציגסטע מאל וואס איך אפרישיעט עס, איז אויב עס איז פאראן גוטע נייעס, צב"ש א סעיל, דאן טראכט איך א מינוט אויב איך קען נהנה זיין דערפון. אדער אויב עס איז ערשינען א ברענד-ניו אייטעם.
אבער סתם לייגן יעדע וואך ווייל דער קאמפעטישן לייגט אויכעט, אין יעדע איינציגע אויסגאבע?
נעבעך וויפיל אידיש געלט זענען שוין פארפאלן געגאנגען פון די עדס נאר פון G&G און GB. זיכער מער ווי זייער גאנצע פראפיט מיט א שמוץ אריבער. איך וואלט אסאך גוטע זאכן געקענט אויפטון דערמיט!!
אבי כאטש די צייטונגען און גראפיקער מאכן אביסל פרנסה.
אבער געלט פראבלעם אין די זייט. לאמיר זאגן זיי האבן יא געלט. צו וואס פעלט עס בכלל אויס? פארוואס דארף איך יעדע וואך זעהן נאך א עד פון די זעלבע סטאר מיט א אנדערע פיקטשער? איין וואך א הארסי, די נעקסטע א בער?
?[/b]

פאצעלע דער איינציגסטער סיבה פארוואס דו זעסט עדס איז ווייל ס'דא קאמפטישן און ווען איינער וויל דו זאלסט קויפן ביי עם וועט ער פארפלייצן אלע צייטונגען אז דו זאלסט עם זען אויב אזוי קען דער אנדערע געשעפט נישט זיין אונטערשטעלינג און מוז אויך שיסן עדס און ס'זעט אויס ווי ס'זעט אויס. פון דור ישרים איז נישט דא קיין עדס

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:31 pm
דורך מאטי
פינטל, דו וואלסט אריינגעקומען די זעלבע קלאר אויב דו וואלסט אנגעהויבן דיין תגובה מיטן צווייטן ווארט.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 1:48 pm
דורך ממרום שלח אש
מאטי האט געשריבן:און א געווינס פאר די טעראריסטן, איך האב דיר צוטראסקעט צוויי קריכערס, און דו האסט נישט די גאטס צוריק צובויען נאר איינס? הייסט מיר זענען איווען יעצט. איינס פאר מיר און איינס פאר דיר. 


ווען עס ווענדט זיך אין מיר, בוי איך ווען פיר בנינים אנשטאט צוויי, פוןן 222 שטאקן איטליכע אנשטאט 111 אויף צוויי סקוועיר בלאקס איטליכע אנשטאט איין.

דאס איז די ענפער פון א מאכטפולע געזונטע פאלק.

נאר אזוי ווי מיר האבן צו טון מיט א באנדע אותו מקום'ס, לאזן זיי ליידיג די פלאץ כדי מען זאל קענען "ריפלעקטן" אויף די טראגעדיע...

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 12:51 am
דורך ונבנתה העיר
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פאצעלע דער איינציגסטער סיבה פארוואס דו זעסט עדס איז ווייל ס'דא קאמפטישן און ווען איינער וויל דו זאלסט קויפן ביי עם וועט ער פארפלייצן אלע צייטונגען אז דו זאלסט עם זען אויב אזוי קען דער אנדערע געשעפט נישט זיין אונטערשטעלינג און מוז אויך שיסן עדס און ס'זעט אויס ווי ס'זעט אויס. פון דור ישרים איז נישט דא קיין עדס

http://en.wikipedia.org/wiki/Prisoner's ... _economics

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:00 am
דורך דער (פינטעל) איד
קיין נער בין איך נישט זעט איר

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 3:33 pm
דורך יין שרף
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:קיין נער בין איך נישט זעט איר

יא ביסט די איינציגסטע וואס זעט עס...

בין איך דער איינציגסטער?...

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 9:55 am
דורך געפילטע פיש
... וואס האט נאך קיינמאל נישט געהערט קיין קליידער שרייען?

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 1:01 am
דורך שמעקעדיג
עס איז א בחינה פון רואים את הקולות...
אוי לעינים שכך רואות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:17 pm
דורך אויפגעקלערטער
וואס פאסט נישט היינט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:26 pm
דורך מאראנצןזאפט
וואס האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין רעגן בויגן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:35 pm
דורך בעל הבית
וואס פאסט היינט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:31 pm
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט האט געשריבן:וואס האט נאך קיינמאל נישט געזען קיין רעגן בויגן?

והיינו דתנו רבנן: לא הרי [tag]מאראנצןזאפט[/tag] בדורו כהרי רשב"י בדורו. רשב"י בדורו איהו לא חזי ובני דרא לא חזו, ואילו מאראנצןזאפט בדורו איהו לא חזי אבל בני דרא חזו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:46 pm
דורך לעמיל
בעל הבית האט געשריבן:וואס פאסט היינט

ניין איך פאסט אויך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:18 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס טיפס פאר פורים גייט מיך קאסטן קרוב צו א אלף'ל?
יעדער קינד מיינע האט א רבי, טיטשער, באס דריווער, באס רבי. איו די יונגערע האבן אין פלעי גראפ א טיטשער אין העלפער אין אויך א באס דריווער.
כ'האב הערשט חנוכה געגעבען טיפס,
שוין אלץ לוינט זיך טאמער [tag]berlbalaguleh[/tag] איז מיין זוהן'ס דרייווער, איז עס א ענין פון הנותן מתנה לחבירו צריך להודיע....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:39 pm
דורך שמעקעדיג
דו טיילסט יעדן איינעם 75 טאלער?

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 12:52 am
דורך דריידל
און מיינע 5 מיידלעך דארפן געבן 15 שלח מנות'ער איטש פאר זייערע בעסט פרענדס.

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:15 am
דורך קאווע טרינקער
וואס האלט שוין נאך שחרית, און עסט א געהעריגע פרישטאג...

נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 8:10 pm
דורך פארוואס?
וואס יעדן מאל וואס איך שרייב זיך ארויס פון קאווע שטיבל, קומט ארויף:
ארויסשרייבן [פארוואס?].
א נייע משוגעת, איך דארף זיי פונקטליך שרייבן פארוואס איך וויל זיך ארויסשרייבן.