בלאט 10 פון 18

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:07 pm
דורך צומישט און צוחישט
הקטן האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט.
ער זאגט נישט דאס, ער זאגט אז די ליינערס פון יענע תקופה האבן נאר פארשטאנען די נאמען רעמסס און נישט די נאמען אוואריס, פונקט ווי מ'רעדט היינט ווער עס האט געגרינדעט ניו יארק אפילו ארגינעל האט עס געהייסן אנדערש, ער זאגט קלאר אנפאנג פון די ווידיא אז ער איז אן אגנאסטיק און קוקט אן די תורה ווי יעדע אנדערע אלטע טעקסט
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
איך זעה דו הייבטס נישט אן צו פארשטיין ואס דא גייט פאר, רעמסס 1 איז געווען דער ערשטער פון די 19טע דינאסטיע און איז לויט ראול געווען בערך אין די צייט פון דוד ושלמה. בעפאר אים האט די נאמען רעמסס נישט געהאט קיין שום משמעות
זאגט יארמע רב:
לכבודו פין דעם דעברעצינער רב וואס איז געווען רב אין דעברעצין האט מען אזוי א נאמען געגעבן דעם גאנצע שטאט.
עי' כתובות דף י' ע"ב,ומי כתיב קרא לעתיד אין דכתיב ושם הנהר השלישי חדקל וכו' עיי'ש כל הסוגיא ובתוס' שם ד"ה ותנא רב יוסף אשור זו סליקא ומי הואי וכו'.

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:12 pm
דורך הקטן
צומישט און צוחישט האט געשריבן:

צי מען ריפט דאס נאך היינט אן חדקל (אדער בזמן התלמיד שוין אויך נישט) איז זייער ווייניג נוגע ווייל אלע ווייסען דאס ס'האט געהייסען חדקל

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:30 pm
דורך סקעפטיקער
הקטן האט געשריבן: צי מען ריפט דאס נאך היינט אן חדקל (אדער בזמן התלמיד שוין אויך נישט) איז זייער ווייניג נוגע ווייל אלע ווייסען דאס ס'האט געהייסען חדקל
מ'רעדט דארט פון אשור און נישט חידקל. לויט רש"י איז די קשיא אויף בשעת בריאת העולם, אבער בשעת כתיבת התורה האט עס שוין אזוי געהייסן, לפי"ז איז עס נישט דומה אהער. אבער אפילו לויט תוספות איז עס אויך נישט דומה, ווייל דארט רעדט מען פון עפעס וואס איז שפעטער געבויעט געווארן און די תורה קען עס נאר מציין זיין מיט די שפעטערע נאמען, אבער אזאך וואס שטייט בשעת מעשה פארוואס נוצן א נאמען פון הונדערטער יארן שפעטער?

בכלל איז דאס א שוועריגקייט, אויב איינער וויל אבדזשעקטיוולי וויסן אויב די תורה איז געשריבן געווארן בימי משה, איז זייער שווער צו גיין מיט אזא מהלך. דאס מיינט אז אלע וועגן וויאזוי מ'ווייסט ווען עפעס איז געשריבן געווארן האסטו צואווארפן. פאר א סיבה פרובירן אסאך נישט צו נוצן די מהלך על פי פשטות

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 3:00 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:קאסא, בתוך הדברים דערמאנסטו אז עס איז דא ראיות וועגן א מכות דם און א חושך, איך האב דאס נישט באמערקט, אפשר צייכנסטו דאס צו?

דאס איז לדעתי די עיקר וואס מען דארף טרעפן, דהיינו ראיות פון די חלק הניסים (אלטע שריפטן וואס רעדן וועגן דעם, וכדומה) ווייל סתם צו ווייזן אז געוויסע זאכן פון די תורה שטימען מיט די ארכילאגיע און געשעענישן פון יענע תקופה מיינט נאך גארנישט, מען קען נאכאלץ זאגן אז דער שרייבער האט טאקע נישט אויסגעטראכט א מעשה פון סקרעטש, נאר ער האט עס געבעיסט אויף געוויסע היסטארישע פאסורונגען וואס האבן טאקע פאסירט. קען זיין אז געוויסע אידישע קנעכטן האבן טאקע געארבעט אין מצרים, עפעס א יוסף האט דארטן פארדינט כבוד, שפעטער האט מען גאמאכט א מרודה וכ' און אויף דעם ארויף האט דער שרייבער געבויעט א געשיכטעלע. דהיינו ס'איז גאנץ מעגליך אז אסאך פרטים זענען טאקע פארגעקומען, און דער שרייבער וואס האט געגרינדעט די רעליגיע האט טאקע אריינגעלייגט באוויסטע היסטארישע מעשיות, נאר די חלק פון די ניסים און געטליכקייט האט ער צוגעלייגט. (אזוי ווי טייל זאגן אויפן מבול, אז ס'איז פשוט געווען א שטיקל קלענערע פלאד, און עפעס א העארויאישן פאסטוך האט אפגעראטעוועט אפאר הינער און רינדער... און מיט די יארן האט די מעשה באקומען א בארד מיט אסאך פרישע פרטים...)

אויב זאלן מיר אבער האבן פרוף אויף די חלק הניסים וואלט דאס געווען א געוואונטשענע זאך.
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0 הייב אן ביי בערך זיבן און א האלב מינוט. וואטשן ביז סעקשן 9 און צעהן מכת חושך און פרויען סלעיווס גייען ארום מיט אלע טייערע זשולערי
איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים, דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט

איינע פון די פראבלעמען צו זאגן אז די איפוור פאפירוס האט מיט די מכות איז, אנטשאט צו דערמאנען אז אידן/קנעכט גייען ארויס פון מצרים, רעדט עס פון אריינדרינגער וואס קומען "אריין" אין מצרים, זעה אויך דא
ס'איז טאקע אינטערסאנט, די קריסטליכע טעאלאגן פון די ווידיאוס פיקן ארויס די פאר זאכן וואס עס שטימט אביסל מיט יציאת מצרים, און פארציילן אפילו נישט אז ס'איז פארהאן א גאנצע לאנגע מגילה וואס דער שרייבער רעדט צאם פון כל'ערליי זאכן.

מיר שטערט אזוי, אויב קומט דער שרייבער טאקע דא פארציילן די מעשה פון יציאת מצרים, דאן וואט די העל איז ער ביזי מיט נערישע לאנגע מגילות פון פיסטע פראזן מיט נאטורליכע קאטוסטראפעס, האלא! די יסודות פון מעשה בראשית האבן זיך דאך דא איבערגעקערט פאר וואכן לאנג לעין כול! גאנץ מצרים איז פאר א וואך צייט פול געווארן מיט פרעש! דאן איז פלוצלונג יעדער באדעקט געווארן מיט כנים! גאנצע דריי טפחים אויף די ערד... מיסטער... פארצייל עפעס... פליז... פארוואס דערמאנסטו נישט אז א גאנצע זו פון אלע סארטן חיות פון אלע עקן וועלט זענען פלוצלונג אנגעקומען קיין מצרים? עס פאלט דיר נישט ביי אז האגל וואס האט פייער און וואסער אינאיינעם איז ווערד צו דערמאנען? אפשר דערמאן אז מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג אין א צוה ביי מכות חושך...? פליז... גארנישט פון די אלע זאכן איז דיר נישט געווען אינטערסאנט אפצושרייבן?

אקעי... מען וועט מוזן זאגן אז עכט האט ער עס יא פארשריבן, נאר די חלק איז פשוט פארלוירן געגאנגען... א שאד... איך קען אבער ניטאמאל פארשטיין פארוואס ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן ווען אן איינמאליגע איבערנאטורליכע צייט אפשניט פון לאנגע חדשים נעמט ארום גאנץ מצרים!!! און... ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן... ליפטיגע פראזן...

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 3:01 pm
דורך שמן למאור
דא שמועסט מעט דילאהאנטי אויס די גאנצע נושא.
https://youtu.be/nhewqDE79y4

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 9:55 pm
דורך קאסא גראנדע
פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר געבן א קלארקייט אין נאך א וויכטיגע יסוד וואס די עולם דארף שטודירן.
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אויף וועלעכע בעסיס די חוקרי הדורות אדער ארכיאולוגין בויען זייער סדר השנים. וועסט עס קענען פארשטיין נאכן שטודירן די צד שכנגד איבער א וויכטיגע תקופה וואס די וועלט איז פארנומען אז עס איז סותר די דברי חז"ל און ספרי עזרא און נחמיה און נאך.
ביטע שטודירט די עטעטשט פייל נישט פון א (אזא פרימע מקור) און זעהט וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף ויקיפדיה אדער אויף אנדערע מקורות מחליט צו זיין פאר אונז. אדער זעהט מען פון דא אז מען דארף עס אליין שטודירן און צולייגן קאפ אויסצוקלארן היסטאריע פון באלד 4 טויזענט יאר.

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:02 pm
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:

הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:19 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר געבן א קלארקייט אין נאך א וויכטיגע יסוד וואס די עולם דארף שטודירן.
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אויף וועלעכע בעסיס די חוקרי הדורות אדער ארכיאולוגין בויען זייער סדר השנים. וועסט עס קענען פארשטיין נאכן שטודירן די צד שכנגד איבער א וויכטיגע תקופה וואס די וועלט איז פארנומען אז עס איז סותר די דברי חז"ל און ספרי עזרא און נחמיה און נאך.
ביטע שטודירט די עטעטשט פייל נישט פון א (אזא פרימע מקור) און זעהט וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף ויקיפדיה אדער אויף אנדערע מקורות מחליט צו זיין פאר אונז. אדער זעהט מען פון דא אז מען דארף עס אליין שטודירן און צולייגן קאפ אויסצוקלארן היסטאריע פון באלד 4 טויזענט יאר.
מ'האט שוין גערעדט דעפון דא און דא, די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע פון די פרס'ישע תקופה איז לדעתי זייער קלאר מבוסס. די מאמר פון יצחק הראל האב איך שוין געזעהן, איך בין נישט קיין אסטראנאמיקער אבער זיין גאצע קשיא איז געבויעט אויף זיין אפטייטש פון איין אסטראנאמישע אבזערוואציע, וואס לויט ווי איך פארשטיי איז זיין אפטייטש נישט מוכרח. און אפילו יא זענען די ראיות אויף פארקערט פי כמה

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:21 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן: איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים, דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט

ביסט דאך דעמאלטס אויך מודה אז כדי צו זאגן אז דאס ווייזט אויף די מכות גייט מען מוזן צוקומען צו פשט'לעך. און דאס איז גאר דיין ראי'?

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:30 pm
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: ער ריקט נישט רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה. ער ריקט אלעס מיט א ערך פון צוויי הונדערט יאר אינגאנצן (און לדעתי וואס איך ווען אנקומען שפעטער {איינמאל די עולם שלינגט אֿראפ וואס ער זאגט} האלט איך אז עס איז געווען א חילוק פון אינגאנצן הונדערט יאר איך וועל נאך אנקומען צו דעם שפעטער בס"ד.
לגבי שישק איז אויך נישט עפעס וואס מוז יעצט ווערן פארעענטפערט עס איז לגמרינישט מוכרח צו אפפרעגן זיינע הנחות לגבי יציאת מצרים. ועוד חזון למועד צו דיסקוסירן שישק אין זיין פלאץ כסודרן. ווי איידער זיך יעצט צו פארלירן טרעק פון ווי מען האלט יעצט.
עס זעהט אויס אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיין ערשטע חלק, אוודאי ריקט ער רעממס השני צו די צייטן פון שלמה, לדעתו איז ער שישק פון תנ"ך. נאר אזויווי שמן למאור זאגט אז די עולם דא איז נישט באקאנט מיט די כראנאלאגיע, כאפסטו נישט אז מ'קען נישט דרייען מיט די קעניגן וויאזוי מ'וויל אנדעם וואס אלע חלקים שטימען. און וועגן דעם האט ראול א גאנצע הקדמה וויאזוי ער טוישט די כראנאלאגיע צו קענען אריינזעצן זיין מהלך. דאס איז קריטיש וויכטיג צו קענען פלאצירן יציאת מצרים אין די דרייצענטע דינאסטיע וואס לויט די אלגעמיינע כראנאלאגיע איז געווען אסאך פריער. דא איז א טשארט וויאזוי ער טוישט פון די קאנוועציאנאלע כראנאלאגיע
קאסא גראנדע האט געשריבן:און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט.
ער זאגט נישט דאס, ער זאגט אז די ליינערס פון יענע תקופה האבן נאר פארשטאנען די נאמען רעמסס און נישט די נאמען אוואריס, פונקט ווי מ'רעדט היינט ווער עס האט געגרינדעט ניו יארק אפילו ארגינעל האט עס געהייסן אנדערש, ער זאגט קלאר אנפאנג פון די ווידיא אז ער איז אן אגנאסטיק און קוקט אן די תורה ווי יעדע אנדערע אלטע טעקסט
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
איך זעה דו הייבטס נישט אן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, רעמסס 1 איז געווען דער ערשטער פון די 19טע דינאסטיע און איז לויט ראול געווען בערך אין די צייט פון דוד ושלמה. בעפאר אים האט די נאמען רעמסס נישט געהאט קיין שום משמעות
בכלל, דיין הבנה איז מאדנע, מיר זענען דען נישט קיין "ליינער" פון די תורה? אפשר זאל די תורה עס אנרופן מיטן הייינטיגן נאמען? מה זכה יענע תקופה אז עס איז נקרא על שמו?
קאסא גראנדע האט געשריבן:די אלע קליינע דעטאלן זענען נישט סתם גארביזש עס זענען פאקטן וואס פארמירן און שטעלן צוזאם א הערליכע פאזל. נישטא נאך א פרעה פון יענע דיינעסטי וואס האט נישט קיין מאנומענט אדער (אויך) א קבר. די האסט אזינע קנעכט מיט נעמען ווי יששכר און מנחם און אשר אדער שפרה? און ווער נאך איז ארויס פון דארט אן קיין מלחמה? און ווי נאך האסטו א קנעכט פאלק זאל וואקסן צו אזא גרויסע פארנעם מיט אזא גרויסע פאפולאציע? און די פאלאץ און קברים פון יוסף הצדיק איז אויך א קלייניגקייט? און די נאמען פון די טייך יוסוף איז אויך א פערצופאל? וכו' און פינקט אין יענע צייט האסטו עפעס א די וואסער איז געווארן בלוט און א מכה פון חושך און נאך אבער וואס זאגסטו דאס איז אלעס א פערצופאל געשען אין די זעלבע לאנד מיט נעמען פון די זעלבע מענטשן און נאך זאכן שטימען אבער עפעס שטימט נישט מיט א הונדערט צוויי הונדערט יאר לויט א בערךדיגע חשבון פון דריי א האלב טויזענט יאר צוריק א צייט ווען "קיינער" האט נישט געציילט קיין יארן דאס איז א פירכא אויף אלעס? די כאפסט וואס דו זאגסט? אלע גרויסגקייטן זענען ביי דיר קליין און אלע קליינגקייטן (וואס זיי אליין שרייבן יעדע מאל אז די יארן זענען נאר בערך ווייל עס איז זיי נישט מעגליך צו וויסן פינקטליך) דאס איז ביי דיר א גרויסע פירכא!?
ווייטער שאצסטו אונטער וויפיל מ'ווייסט פון עגיפטישע היסטאריע און די יארן וואס זיי זענען געווען, מ'ווייסט גאר אסאך און מ'קען זיך נישט מתעלם זיין פון אפאר הונדערט יאר דיפערענץ, און ראול האלט אויך אזוי, ער קומט נאר אויף מיט א ריקאנסטראקשען אויף די גאנצע כראנאלאגיע
די ראי' פון א קבר וואס פעלט איז כמובן זייער שוואך, עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס דאס זאל זיין, און ביי אנדערע דינאסטיעס זענען אויך דא פרעה'ס וואס פעלן, און קיינער האלט נישט אז מצרים האט נישט ענסלעיווד קיין סעמיטישע מענטשן, און זייער מעגליך אז די נעמען וואס דו דערמאנסט זענען שוין דעמאלטס געווען גאנגבאר, די נאמען פון די טייך איז מסתם א שפעטערע זאך, אויב ווילסטו דאס נוצן פאר א ראי' קענסטו ברענגען א ראי' פון אלע מסעות אין מדבר וכדו'. המשך יבוא אויף אנדערע ראיות

און אגב, א סטאדי וואס האט דורגעפירט רעדיאמעטריק דעטינג קאנפירמד מער ווייניגער די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע וואס איז נישט מיוסד אויף דעטינג, דאס מיינט אז צוויי אנדערע מהלכים ווייזן אויף די זעלבע (איך שטעל מיך פאר אז יעצט גייט קומען א רענט אויף רעדיאמעטריק דעטינג)
נאכאמאל. למאי נפקא מינה וואס ער האלט לגבי שישק אדער לגבי די נאמען רעמסס. (קען גאר זיין אז די שטאט האט שוין געהייסן רעמסס נאך פאר די קעניג רעמסס ממש נעקסט קאנעקטעט מיט אוואריס וואס אידן האבן געבויעט. אדער האט מען עס שפעטער איבערגעבויעט ווי די חז"ל זאגן אז די באשעפער האט חרוב געמאכט די שטאט) עס איז אשאהד אריינצוגיין אין אלע אנדערע זאכן וואס ער זאגט וואס דו ווילסט נישט אננעמען ווייל עס שטימט דיר נישט.

און לגבי דעטינג וויל איך נישט יעצט אריינגיין (איך וועל שפעטער אנקומען צו עס ווען עס איז צער נוגע) אבער איך האב פריער געפויעסט א וויכטיגע עטעטשמענט לגבי וויאזוי זייערע חשבונות זענען היבש וואקעלדיג

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:31 pm
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן: איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים, דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט

איינע פון די פראבלעמען צו זאגן אז די איפוור פאפירוס האט מיט די מכות איז, אנטשאט צו דערמאנען אז אידן/קנעכט גייען ארויס פון מצרים, רעדט עס פון אריינדרינגער וואס קומען "אריין" אין מצרים, זעה אויך דא
ס'איז טאקע אינטערסאנט, די קריסטליכע טעאלאגן פון די ווידיאוס פיקן ארויס די פאר זאכן וואס עס שטימט אביסל מיט יציאת מצרים, און פארציילן אפילו נישט אז ס'איז פארהאן א גאנצע לאנגע מגילה וואס דער שרייבער רעדט צאם פון כל'ערליי זאכן.

מיר שטערט אזוי, אויב קומט דער שרייבער טאקע דא פארציילן די מעשה פון יציאת מצרים, דאן וואט די העל איז ער ביזי מיט נערישע לאנגע מגילות פון פיסטע פראזן מיט נאטורליכע קאטוסטראפעס, האלא! די יסודות פון מעשה בראשית האבן זיך דאך דא איבערגעקערט פאר וואכן לאנג לעין כול! גאנץ מצרים איז פאר א וואך צייט פול געווארן מיט פרעש! דאן איז פלוצלונג יעדער באדעקט געווארן מיט כנים! גאנצע דריי טפחים אויף די ערד... מיסטער... פארצייל עפעס... פליז... פארוואס דערמאנסטו נישט אז א גאנצע זו פון אלע סארטן חיות פון אלע עקן וועלט זענען פלוצלונג אנגעקומען קיין מצרים? עס פאלט דיר נישט ביי אז האגל וואס האט פייער און וואסער אינאיינעם איז ווערד צו דערמאנען? אפשר דערמאן אז מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג אין א צוה ביי מכות חושך...? פליז... גארנישט פון די אלע זאכן איז דיר נישט געווען אינטערסאנט אפצושרייבן?

אקעי... מען וועט מוזן זאגן אז עכט האט ער עס יא פארשריבן, נאר די חלק איז פשוט פארלוירן געגאנגען... א שאד... איך קען אבער ניטאמאל פארשטיין פארוואס ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן ווען אן איינמאליגע איבערנאטורליכע צייט אפשניט פון לאנגע חדשים נעמט ארום גאנץ מצרים!!! און... ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן... ליפטיגע פראזן...
הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
ביסט דאך דעמאלטס אויך מודה אז כדי צו זאגן אז דאס ווייזט אויף די מכות גייט מען מוזן צוקומען צו פשט'לעך. און דאס איז גאר דיין ראי'?
פארקערט. אפצואווענדן אז אלע הוכחות אין ארץ ישראל. און אויך אז מען האט פון (בערך) יענע תקופה אין מצרים דאקומענטירטע קנעכט מיט נעמען פון ישראל. און אז עס איז דא א דאקומענט פון (בערך) יענע תקופה מיט א שיינע חלק מאדנע געשעהנישן וואס שטימט ממש ווארט ביי ווארט מיט די תורה. און נאך אסאך ארכיאולוגישע געםינסן וואס שטימען מיט דאס וואס שטייט אין א בוך וואס הייסט תורה און איז כאטש 2 טויזענט יאר אלט (עפ לשונם) אויף דאס אפצואווענדן דארף מען מאכן פשעטליך.

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 11:15 pm
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר געבן א קלארקייט אין נאך א וויכטיגע יסוד וואס די עולם דארף שטודירן.
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אויף וועלעכע בעסיס די חוקרי הדורות אדער ארכיאולוגין בויען זייער סדר השנים. וועסט עס קענען פארשטיין נאכן שטודירן די צד שכנגד איבער א וויכטיגע תקופה וואס די וועלט איז פארנומען אז עס איז סותר די דברי חז"ל און ספרי עזרא און נחמיה און נאך.
ביטע שטודירט די עטעטשט פייל נישט פון א (אזא פרימע מקור) און זעהט וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף ויקיפדיה אדער אויף אנדערע מקורות מחליט צו זיין פאר אונז. אדער זעהט מען פון דא אז מען דארף עס אליין שטודירן און צולייגן קאפ אויסצוקלארן היסטאריע פון באלד 4 טויזענט יאר.
מ'האט שוין גערעדט דעפון דא און דא, די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע פון די פרס'ישע תקופה איז לדעתי זייער קלאר מבוסס. די מאמר פון יצחק הראל האב איך שוין געזעהן, איך בין נישט קיין אסטראנאמיקער אבער זיין גאצע קשיא איז געבויעט אויף זיין אפטייטש פון איין אסטראנאמישע אבזערוואציע, וואס לויט ווי איך פארשטיי איז זיין אפטייטש נישט מוכרח. און אפילו יא זענען די ראיות אויף פארקערט פי כמה
איך וויל בעסער דיסקוסירן די סאבזשעקטס מיט איינער וואס פארשטייט יא וואס ער זאגט און נאכאלץ דינגט ער זיך. אויב דו פארשטייסט עס נישט און אהן עס פארשטיין האסטו שוין מחליט געווען צו אננעמען וואס אנדערע זאגן סתם ווייל יענר זאגט.
דאן איז אשאהד מיין ויכוח מיט דיר. באלד וועסטו זאגן אז עס איז נישט קיין נ"מ וואס איך זאג ווייל א צווייטער זאגט אז איך ווייס נישט וואס איך רעד.
אדרבה איך האב שוין אין א פריערדיגע תגובה ערווענט אז אין די סאבזשעקט קען מען נאר אנקומען צום אמת אויב מען לייגט אוועק עני עצלות (פויעלקייט) צו שטודירן. און מען פארלאזט זיך גארנישט אויף וואס איינער זאגט סתם ווייל ער איז א פעימיס נאמען. נאר הער וואס ער זאגט און קבל את האמת ממי שאומרו!
אויב ביזטו פויל ביטע שטיי אוועק פון דא דיסקוסירן קענסט ליינען און מיטהאלטן אבער שרייבן גייט זיין א וועיסט און מאכן מיד די וואס ווילן עס יא שטודירן. (אזוי ווי איך וועל טוהן אויב איך וועל ווערן פויל)

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 11:20 pm
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:דא שמועסט מעט דילאהאנטי אויס די גאנצע נושא.
https://youtu.be/nhewqDE79y4
ארבייט נישט ביי מיר

נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 11:48 pm
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:דא שמועסט מעט דילאהאנטי אויס די גאנצע נושא.
https://youtu.be/nhewqDE79y4
ארבייט נישט ביי מיר
די לינק ארבעט פיין, עפעס איז די פראבלעם אויף דיין זייט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:01 am
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן: הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
דיין תירוץ אז דער שרייבער האט זיך דא געדארפט רעכענען מיט עפעס א צענזור איז נישט מסתבר. ער לייגט אראפ די מצב אז ס'איז עק וועלט פון אנפאנג ביזן סוף פונעם בריוו. עס זעט אויס ווי ער וויל דווקא יא ארויסברענגען די ריכטיגע מצב מיט אלע קאלירן. על צד מען נעמט אן אז דאס וואס ער שרייבט אז די וואסער איז געווארן בלוט מיינט כפשוטו און ס'איז נישט בלויז א מליצה (וואס דאס וויל מען דאך אננעמען אויב וויל מען עס ניצן פאר א פרוף) דאן וואס איז די סברה אז אזא מכה זאל מען אים יא לאזן שרייבן אבער ווען עס קומט צו צפרדע... דא שוין נישט...!!! איז דען מכת דם בעסער ווי ערוב... אז דאס זאל ער יא מעגן שרייבן און דאס נישט? כ'מיין אז ס'איז שווער אזוי צו זאגן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:56 am
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן: איך האב שוין דערמאנט די איפוור פאפיראס, קודם ער מיסרעפרעזענט עס כאילו עס שטייט דארט "נאר" די זאכן וואס ער דערמאנט, אבער באמת איז עס א ליסט פון זייער אסאך זאכן וואס האבן קיין שייכות מיט יציאת מצרים, דא קענסטו זעהן די גאנצע זאך. רוב זאכן זענען זייער טיפיקל זאכן אין די צייט פון א קאטאסטראפע ווען עס איז נישטא קיין שום הערשאפט, די איינציגסטע זאך וואס שטארט ארויס איז אז די טייך איז געווארן בלוט, דאס קען זיין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט פאסירט, אדער א מעטאפאר פאר א קאטאסטראפע אזויווי מ'טרעפט די אויסדרוק אין אנדערע פלעצער (זעה דא פעידזש 6-7), אדער האט דאס צו טוהן מיט די טויטע קערפער וואס געפינען זיך אין וואסער וואס ווערט דארט דערמאנט

איינע פון די פראבלעמען צו זאגן אז די איפוור פאפירוס האט מיט די מכות איז, אנטשאט צו דערמאנען אז אידן/קנעכט גייען ארויס פון מצרים, רעדט עס פון אריינדרינגער וואס קומען "אריין" אין מצרים, זעה אויך דא
ס'איז טאקע אינטערסאנט, די קריסטליכע טעאלאגן פון די ווידיאוס פיקן ארויס די פאר זאכן וואס עס שטימט אביסל מיט יציאת מצרים, און פארציילן אפילו נישט אז ס'איז פארהאן א גאנצע לאנגע מגילה וואס דער שרייבער רעדט צאם פון כל'ערליי זאכן.

מיר שטערט אזוי, אויב קומט דער שרייבער טאקע דא פארציילן די מעשה פון יציאת מצרים, דאן וואט די העל איז ער ביזי מיט נערישע לאנגע מגילות פון פיסטע פראזן מיט נאטורליכע קאטוסטראפעס, האלא! די יסודות פון מעשה בראשית האבן זיך דאך דא איבערגעקערט פאר וואכן לאנג לעין כול! גאנץ מצרים איז פאר א וואך צייט פול געווארן מיט פרעש! דאן איז פלוצלונג יעדער באדעקט געווארן מיט כנים! גאנצע דריי טפחים אויף די ערד... מיסטער... פארצייל עפעס... פליז... פארוואס דערמאנסטו נישט אז א גאנצע זו פון אלע סארטן חיות פון אלע עקן וועלט זענען פלוצלונג אנגעקומען קיין מצרים? עס פאלט דיר נישט ביי אז האגל וואס האט פייער און וואסער אינאיינעם איז ווערד צו דערמאנען? אפשר דערמאן אז מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג אין א צוה ביי מכות חושך...? פליז... גארנישט פון די אלע זאכן איז דיר נישט געווען אינטערסאנט אפצושרייבן?

אקעי... מען וועט מוזן זאגן אז עכט האט ער עס יא פארשריבן, נאר די חלק איז פשוט פארלוירן געגאנגען... א שאד... איך קען אבער ניטאמאל פארשטיין פארוואס ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן ווען אן איינמאליגע איבערנאטורליכע צייט אפשניט פון לאנגע חדשים נעמט ארום גאנץ מצרים!!! און... ער איז ביזי מיט אנדערע זאכן... ליפטיגע פראזן...
הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
ביסט דאך דעמאלטס אויך מודה אז כדי צו זאגן אז דאס ווייזט אויף די מכות גייט מען מוזן צוקומען צו פשט'לעך. און דאס איז גאר דיין ראי'?
https://youtu.be/STXc43Oo6mw

https://youtu.be/wc3zQwY-hnA

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:23 am
דורך קאסא גראנדע
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: ער ריקט נישט רעמסס השני צו די צייטן פון דוד ושלמה. ער ריקט אלעס מיט א ערך פון צוויי הונדערט יאר אינגאנצן (און לדעתי וואס איך ווען אנקומען שפעטער {איינמאל די עולם שלינגט אֿראפ וואס ער זאגט} האלט איך אז עס איז געווען א חילוק פון אינגאנצן הונדערט יאר איך וועל נאך אנקומען צו דעם שפעטער בס"ד.
לגבי שישק איז אויך נישט עפעס וואס מוז יעצט ווערן פארעענטפערט עס איז לגמרינישט מוכרח צו אפפרעגן זיינע הנחות לגבי יציאת מצרים. ועוד חזון למועד צו דיסקוסירן שישק אין זיין פלאץ כסודרן. ווי איידער זיך יעצט צו פארלירן טרעק פון ווי מען האלט יעצט.
עס זעהט אויס אז דו האסט נישט אויסגעהערט זיין ערשטע חלק, אוודאי ריקט ער רעממס השני צו די צייטן פון שלמה, לדעתו איז ער שישק פון תנ"ך. נאר אזויווי שמן למאור זאגט אז די עולם דא איז נישט באקאנט מיט די כראנאלאגיע, כאפסטו נישט אז מ'קען נישט דרייען מיט די קעניגן וויאזוי מ'וויל אנדעם וואס אלע חלקים שטימען. און וועגן דעם האט ראול א גאנצע הקדמה וויאזוי ער טוישט די כראנאלאגיע צו קענען אריינזעצן זיין מהלך. דאס איז קריטיש וויכטיג צו קענען פלאצירן יציאת מצרים אין די דרייצענטע דינאסטיע וואס לויט די אלגעמיינע כראנאלאגיע איז געווען אסאך פריער. דא איז א טשארט וויאזוי ער טוישט פון די קאנוועציאנאלע כראנאלאגיע
קאסא גראנדע האט געשריבן:און ביטע הער אים אויס ביי 25 מינוט און 52 סעקונדעס אדרבה ער איז א גרעסערע מאמין ווי איך (כביכול) ער זאגט אז די תורה איז געשריבן ברוה"ק אויף אזוי ווייט אז זי האט געניצט די נאמען וואס רוב זשענערעישענס ווייטער וועלן וויסן פון וואס מען רעדט.
ער זאגט נישט דאס, ער זאגט אז די ליינערס פון יענע תקופה האבן נאר פארשטאנען די נאמען רעמסס און נישט די נאמען אוואריס, פונקט ווי מ'רעדט היינט ווער עס האט געגרינדעט ניו יארק אפילו ארגינעל האט עס געהייסן אנדערש, ער זאגט קלאר אנפאנג פון די ווידיא אז ער איז אן אגנאסטיק און קוקט אן די תורה ווי יעדע אנדערע אלטע טעקסט
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך געראדע האלט אז מען קען ענטפערן בעסערע תירוצים ווי אז רעמסס 1 האט שוין געהאט דארט די שטאט אויף זיין נאמען א.ד.ג. אבער ווייטער איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן איידער עס גייט אריין אין קאפ און ווערט אויסגעקלארט צו/אז עס זענען דא הוכחות אז בני ישראל זענען יא געווען אין מצרים אלץ קנעכט און די מעשה מיט יוסף הצדיק האט פאסירט וכו'. אנדערש ווי די חוקרים טענה'ן
איך זעה דו הייבטס נישט אן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, רעמסס 1 איז געווען דער ערשטער פון די 19טע דינאסטיע און איז לויט ראול געווען בערך אין די צייט פון דוד ושלמה. בעפאר אים האט די נאמען רעמסס נישט געהאט קיין שום משמעות
בכלל, דיין הבנה איז מאדנע, מיר זענען דען נישט קיין "ליינער" פון די תורה? אפשר זאל די תורה עס אנרופן מיטן הייינטיגן נאמען? מה זכה יענע תקופה אז עס איז נקרא על שמו?
קאסא גראנדע האט געשריבן:די אלע קליינע דעטאלן זענען נישט סתם גארביזש עס זענען פאקטן וואס פארמירן און שטעלן צוזאם א הערליכע פאזל. נישטא נאך א פרעה פון יענע דיינעסטי וואס האט נישט קיין מאנומענט אדער (אויך) א קבר. די האסט אזינע קנעכט מיט נעמען ווי יששכר און מנחם און אשר אדער שפרה? און ווער נאך איז ארויס פון דארט אן קיין מלחמה? און ווי נאך האסטו א קנעכט פאלק זאל וואקסן צו אזא גרויסע פארנעם מיט אזא גרויסע פאפולאציע? און די פאלאץ און קברים פון יוסף הצדיק איז אויך א קלייניגקייט? און די נאמען פון די טייך יוסוף איז אויך א פערצופאל? וכו' און פינקט אין יענע צייט האסטו עפעס א די וואסער איז געווארן בלוט און א מכה פון חושך און נאך אבער וואס זאגסטו דאס איז אלעס א פערצופאל געשען אין די זעלבע לאנד מיט נעמען פון די זעלבע מענטשן און נאך זאכן שטימען אבער עפעס שטימט נישט מיט א הונדערט צוויי הונדערט יאר לויט א בערךדיגע חשבון פון דריי א האלב טויזענט יאר צוריק א צייט ווען "קיינער" האט נישט געציילט קיין יארן דאס איז א פירכא אויף אלעס? די כאפסט וואס דו זאגסט? אלע גרויסגקייטן זענען ביי דיר קליין און אלע קליינגקייטן (וואס זיי אליין שרייבן יעדע מאל אז די יארן זענען נאר בערך ווייל עס איז זיי נישט מעגליך צו וויסן פינקטליך) דאס איז ביי דיר א גרויסע פירכא!?
ווייטער שאצסטו אונטער וויפיל מ'ווייסט פון עגיפטישע היסטאריע און די יארן וואס זיי זענען געווען, מ'ווייסט גאר אסאך און מ'קען זיך נישט מתעלם זיין פון אפאר הונדערט יאר דיפערענץ, און ראול האלט אויך אזוי, ער קומט נאר אויף מיט א ריקאנסטראקשען אויף די גאנצע כראנאלאגיע
די ראי' פון א קבר וואס פעלט איז כמובן זייער שוואך, עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס דאס זאל זיין, און ביי אנדערע דינאסטיעס זענען אויך דא פרעה'ס וואס פעלן, און קיינער האלט נישט אז מצרים האט נישט ענסלעיווד קיין סעמיטישע מענטשן, און זייער מעגליך אז די נעמען וואס דו דערמאנסט זענען שוין דעמאלטס געווען גאנגבאר, די נאמען פון די טייך איז מסתם א שפעטערע זאך, אויב ווילסטו דאס נוצן פאר א ראי' קענסטו ברענגען א ראי' פון אלע מסעות אין מדבר וכדו'. המשך יבוא אויף אנדערע ראיות

און אגב, א סטאדי וואס האט דורגעפירט רעדיאמעטריק דעטינג קאנפירמד מער ווייניגער די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע וואס איז נישט מיוסד אויף דעטינג, דאס מיינט אז צוויי אנדערע מהלכים ווייזן אויף די זעלבע (איך שטעל מיך פאר אז יעצט גייט קומען א רענט אויף רעדיאמעטריק דעטינג)
האסטו שוין געזעהן די טאבלעט פון נבוכדנצר ווי עס ווערט אויסגערעכנט פינקטליך וויפיל עסן יהויכין מלך יהודה האט באקומען פון קעניג נ"נ זייענדיג אין בבל. http://cojs.org/babylonian_ration_list- ... 592-1_bce/ עס ווערט אויסגערעכנט א שיינע מאס עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער פינקטליך אזוי ווי עס שטייט די לעצטע פסוק פון ספר מלכים "וארוחתו ארוחת תמיד נתנה לו מאת המלך דבר יום ביומו כל ימי חייו" ועיין רש"י "והיה למאכל לאנשי ביתו, כי הוא בעצמו אכל לחם לפני המלך תמיד".
ווי קומט דאס דא אריין, ווייל עס איז פשוט אז וואס א שפעטערע תקופה טרעפט מען מער זאכן. אבער קוק די פאקט לגבי דעיטינג, כלל ישראל ציילט שוין יארן און האט פארשריבן זאכן מיט היסטאריע לענגער פון עני (רוב) פאלק (פעלקער), און ווען די פראבירסט צו מעטשן עני אידישע אנגענומענע דאטום לגבי גלות יהויכין אדער חורבן ביהמ"ק. וואס איז בלי פקפוק פון די סאמע וויכטיגסטע פאסירונגן ביי כלל ישראל. און זיכער וואלטן אונז געדארפט זיין פארלעסליך כאטש אויף די איינע דאטום. און דאך שטימט עס נישט און איז אפגעריקט מיט 159 (ליינסט גוט 159) יאר פון די אנגענומענע דאטום אין די וועלט.
די מעשה פון יהויכין איז א פאקט. עס זענען דא 4 אזעלעכע טאבלעט'ן עס ליגט אין א מוזיאון אין דייטשלאנד און עס שטימט פינקטליך מיט די פסוק אין נביא (לעצטע פסוק אין ספר מלכים ב') וואס די ספר מלכים איז ערשינען לאור זיכער (אפילו לויט ווער עס וויל זאגן אז מען האט עס געשריבן שפעטער) מיט כאטש 2,000 יאר איידער מען האט אנטדעקט די טאבלעט'ן אין בבל!

אבער נישט דאס איז די עיקר פון דעם תגובה. נאר צו דיין ענטפער ביטע גיב מיר צו פארשטיין וויאזוי די פארעענטפערסט די סעקולארע וועלט ביי די טאבלעט ווען זיי דעיטן עס צו bc592 און אידן דעיטן עס צו bc433.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jehoiac ... ns_Tablets

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:47 am
דורך קאסא גראנדע
שמן למאור האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן: הסברים קען זיין א סאך. אבער טראכט אליין אריין וויאזוי א פאלטישן שרייבט. ער רעדט נאר פון וואס די עולם וואס ער רעפרעזענטירט אדער די אזשענדע וואס ער וויל. און אפשר גאר האט די רעגירונג נישט געלאזט זאגן אלעס און מען האט געמוזט וואטשן וויאזוי מען שרייבט סוף כל סוף רעדט מען דאך נישט פון א דעמאקראטישע תקופה אדרבה מען רעדט פון א מלך וואס איז גאט כביכול. אויב מיינסטו אז סטאלין איז געווען א דיקטאטור און מען האט געדארפט וואטשן וויאזוי מען האט געשריבן זאכן. גיי צוריק אין היסטאריע וועסטו שוין זעהן אז סטאלין איז אפשר געווען א צדיק.
דו האסט א הוא אמינה אז מען קען זיך פארלאזן אויף זייערע ווערטער געשריבן פינקטליך אלץ תורה מן השמים איז עס אפשר געווען אין אמעריקא? (אויב אין אמעריקא קען מען יא אננעמען יעדע ארטיקל מיט א תמימות)
דיין תירוץ אז דער שרייבער האט זיך דא געדארפט רעכענען מיט עפעס א צענזור איז נישט מסתבר. ער לייגט אראפ די מצב אז ס'איז עק וועלט פון אנפאנג ביזן סוף פונעם בריוו. עס זעט אויס ווי ער וויל דווקא יא ארויסברענגען די ריכטיגע מצב מיט אלע קאלירן. על צד מען נעמט אן אז דאס וואס ער שרייבט אז די וואסער איז געווארן בלוט מיינט כפשוטו און ס'איז נישט בלויז א מליצה (וואס דאס וויל מען דאך אננעמען אויב וויל מען עס ניצן פאר א פרוף) דאן וואס איז די סברה אז אזא מכה זאל מען אים יא לאזן שרייבן אבער ווען עס קומט צו צפרדע... דא שוין נישט...!!! איז דען מכת דם בעסער ווי ערוב... אז דאס זאל ער יא מעגן שרייבן און דאס נישט? כ'מיין אז ס'איז שווער אזוי צו זאגן.
אינטרעסאנט אז ער רעכנט אויס דוקא 5 מכות וועלעכע האבן געהאט די שווערסטע פינאעציעלע אפעקט און געברענגט די מערסטע הונגער און דארשט. דאס זענען דם.דבר. ברד. ארבה. און חושך. און צו דעם לייגט ער צו אז די קנעכט גייען מיט טייערע צירונג. וואס דאס ברענגט ארויס די מהפיכה, ווייל אויב דו קוקסט אריין אין היסטאריע פון קנעכט. א קנעכט האט נישט געטארט גיין מיט קיין זשולערי. און דא פלוצים איז געווארן א מהפיכה וואס ווייזט אז די מצרי מיטשעט זיך און די קנעכט איז גאר געווארן דער עושר וואס זייערע פרויען דרייען זיך ארום מיט צירונג. (וואס איז לכאורה טאקע געקומען פון נאטירליכע דיזעסטער? איינער קען אפשר מסביר זיין וועלעכע נעטוראל דיזעסטער מאכט די סיטיזענס ארים און די סלעיווס רייך?) וואס איז געקומען ווי חז"ל זאגן אז ביי מכת דם האבן אידן פארקויפט וואסער פאר אזעלעכע פרייזן אז מצרים איז געווארן ארים.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז שרייבן איז נישט געווען א זאך וואס יעדער איינער האט געקענט אזוי ווי היינט. עס איז געווען ספעציעלע שרייבער וואס זענען געניצט געווארן נאר פאר מלוכה עניינים אדער די חרטומים וואס פלעגן זיך געווענטליך דרייען ארום די מלוכה.
יעצט. דער שרייבער פון דעם בריוו האט געמוזט זיין ערגעץ ארום די פאלאץ און דאס איז געווען א בריוו מיט א געוויסע ציהל ער האט עס נישט געשריבן (צו דיר אדער צו מיר) צו זיין קאזין אין כוש אדער צו זיין מאמע אין אנדערע עק לאנד... סאו זאג די מיר ביטע וואס איז געווען די ציהל פון די פאפירוס? און פארוואס זאל ער אויסרעכענען אלעס. איינער אין פרעה'ס פאלאץ ווייסט דען נישט אז עס זענען אויך געווען נאך מכות? נאר זיין צ'יל איז זיכער געווען עקאנאמיע. עסן. טרינקן. די פיוטשער פון דאס לאנד. (פרעה האט דאך געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט שוין קעיר נעמען פון די עברים און פון דעם משה ואהרן) און די מצריים האבן געשריגן (געשריבן) הטרם תדע כי אבדה הארץ. עס שטייט נישט אין פסוק אז זיי האבן אויסגערעכנט פאר פרעה אז עס איז געווען כינים מיט ערוב אדער א צפרדע. נאר אז אונז האבן אלעס פארלוירן.
אדרבה, איך זעה אין די בריוו א שטארקע צושטעל צו די פסוקים.
דו האסט א אנדערע סיבה פארוואס ער האט געשריבן דעם פאפירוס און פארוואס ער וואלט געדארפט שרייבן אלעס?
נעם אין אכט עס איז נאך זיכער געווען פאר מכת בכורות. אפשר גאר האט ער עס געשריבן פסח ביינאכט פאר חצות און היות ער איז געווען א בכור איז ער געשטארבן אינמיטן שרייבן הארט איידערן קענען אפשרייבן די איבעריגע 4 מכות :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:52 am

קודם כל, צו זאגן אז ער רעכנט אויס 5 מכות איז א פשוטע ספין, חוץ פון דם און חושך רעכנט ער גארנישט אויס. מען קען דרייען און פארטייטשן אז די מאנגל אין עסן און געוואוקסן קומט פון דעם, אבער קלאר שטייט עס נישט. חוץ פון צוויי מכות רעכנט ער נישט אויס קיין אנדערע מכות אין זיין גאנצע לאנגע מגילה.

וראה זה פלה, פינקט די צוויי מכות וואס קען מיינען א מליצה פאר דיזעסטער, נאר דאס דערמאנט ער. די וואסער איז בלוט קען געהעריג מיינען אז אזוי פיל גופים זענען דארטן באגראבן געווארן (ווי ער זאגט אליין אינעם בריוו) אז ס'איז ממש געווארן בלוט, און טינקל קען פשוט מיינען א שווארצקייט, א דעפרעסטקייט. ער דערמאנט אז עס פעלט תבואה אבער די וואונדערליכע האר אויפשטעלנדע סארס פון די מכה פארציילט ער נישט... ער דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן מאדנע מחנות פון היישעריקן אדער אז אין מצרים ווי עס רעגנט ניטאמאל איז פלוצלונג געקומען א מאדנע -שלא כדרך הטבע'דיגע- האגל, וואס דאס איז די סיבה פארוואס עס פעלט עסן... העיקר חסר מן הספר.

ווי געשריבן איז צירונגען אויף קנעכט נישט קיין ראיה, ווייל עס איז מעגליך אז די בייבל איז טאקע געבעיסט אויף פארשידענע געשעענישן וואס האבן באמת פארגעקומען, כאטש אין טייל. ווילסט וויסן וועלכע נאטורליכע דיזעסטערס מאכן די ארומע רייך און די רייכע ארעם? עס הייסט מלחמה... אויפשטאנד... טאקע נישט ממש נאטורליך, אבער אין היסטאריע איז דאס פארגעקומען זייער אפט. עס זענען געקומען -ווי די בריוו צייגן אן 'אריינדרינגער' פיינט פון אנדערע שטעט און חרוב געמאכט מצרים, פארברענגט די עסן זאפאסן, גע'רצח'ט מענטשן און זיי אריינגעשליידערט אין די טייך, און גע'הרג'עט די בהמות און באפרייט זייער קנעכט... און גאר געגעבן פאר די קנעכט די צירונג פון די רייכע... גארנישט עפעס אזוי אויסערארנטלעך פאר אמאליגע צייטן.

כ'מיין אז דו האסט נאר געקוקט די ווידיאו און נישט געליינט די גאנצע בריוו, ווייל אז דו וועסט קוקן וועסטו זען אז ער איז בכלל נישט דא דווקא צו רעדן צו פינאנציעלע פראבלעמען... ער רעדט פון אלעס. דו אליין ווילסט ניצן חושך כפשוטו, דו ווילסט זאגן אז דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז געווארן טינקל אין מצרים מיינט ממש די חושך פון די פסוק, הגם דאס איז נישט ממש עפעס וואס האט מיט פינאנציעלע זאכן. אבער אפילו דו ווילסט דווקא אריינטייטשן אז טינקל פאר א וואך שטערט כאטש די פינאנציעלע טאש פאר דעם צייט אפשניט, האט ער אבער אויסגעלאזט די עיקר חלק וואס וואלט אפגעהאלטן פראדוקציע, און דאס איז די חלק ווי מען האט זיך נישט געקענט ריקן פאר דריי טעג... דאס דערמאנט ער נישט...

אגב די זאך וואס וואלט די 'מערסטע' געשטערט די אקאנאמיע און דאס איז אז 'אלע' בהימות זענען געשטארבן ביי דבר... דאס דערמאנט ער נישט...

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:06 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
קאסא גראנדע האט געשריבן:פאר איך גיי ווייטער וויל איך נאר געבן א קלארקייט אין נאך א וויכטיגע יסוד וואס די עולם דארף שטודירן.
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אויף וועלעכע בעסיס די חוקרי הדורות אדער ארכיאולוגין בויען זייער סדר השנים. וועסט עס קענען פארשטיין נאכן שטודירן די צד שכנגד איבער א וויכטיגע תקופה וואס די וועלט איז פארנומען אז עס איז סותר די דברי חז"ל און ספרי עזרא און נחמיה און נאך.
ביטע שטודירט די עטעטשט פייל נישט פון א (אזא פרימע מקור) און זעהט וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף ויקיפדיה אדער אויף אנדערע מקורות מחליט צו זיין פאר אונז. אדער זעהט מען פון דא אז מען דארף עס אליין שטודירן און צולייגן קאפ אויסצוקלארן היסטאריע פון באלד 4 טויזענט יאר.
מ'האט שוין גערעדט דעפון דא און דא, די קאנווענציאנאלע כראנאלאגיע פון די פרס'ישע תקופה איז לדעתי זייער קלאר מבוסס. די מאמר פון יצחק הראל האב איך שוין געזעהן, איך בין נישט קיין אסטראנאמיקער אבער זיין גאצע קשיא איז געבויעט אויף זיין אפטייטש פון איין אסטראנאמישע אבזערוואציע, וואס לויט ווי איך פארשטיי איז זיין אפטייטש נישט מוכרח. און אפילו יא זענען די ראיות אויף פארקערט פי כמה
איך וויל בעסער דיסקוסירן די סאבזשעקטס מיט איינער וואס פארשטייט יא וואס ער זאגט און נאכאלץ דינגט ער זיך. אויב דו פארשטייסט עס נישט און אהן עס פארשטיין האסטו שוין מחליט געווען צו אננעמען וואס אנדערע זאגן סתם ווייל יענר זאגט.
דאן איז אשאהד מיין ויכוח מיט דיר. באלד וועסטו זאגן אז עס איז נישט קיין נ"מ וואס איך זאג ווייל א צווייטער זאגט אז איך ווייס נישט וואס איך רעד.
אדרבה איך האב שוין אין א פריערדיגע תגובה ערווענט אז אין די סאבזשעקט קען מען נאר אנקומען צום אמת אויב מען לייגט אוועק עני עצלות (פויעלקייט) צו שטודירן. און מען פארלאזט זיך גארנישט אויף וואס איינער זאגט סתם ווייל ער איז א פעימיס נאמען. נאר הער וואס ער זאגט און קבל את האמת ממי שאומרו!
אויב ביזטו פויל ביטע שטיי אוועק פון דא דיסקוסירן קענסט ליינען און מיטהאלטן אבער שרייבן גייט זיין א וועיסט און מאכן מיד די וואס ווילן עס יא שטודירן. (אזוי ווי איך וועל טוהן אויב איך וועל ווערן פויל)
איך ווייס נישט ווי די האסט געזעהן אז איך בין פויל צו מעיין זיין, די פרס'ישע תקופה איז דוקא אזאך וואס איך האב אסאך געפילעוועט אין דעם, און מיט א שטארקן רצון צו פארענטפערן דעת חז"ל, ולא עלתה בידי. איך האב צוגעצייכנט די מקורות ווי דארט האב איך שוין מסביר געווען מיין שטעלונג

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:17 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן: האסטו שוין געזעהן די טאבלעט פון נבוכדנצר ווי עס ווערט אויסגערעכנט פינקטליך וויפיל עסן יהויכין מלך יהודה האט באקומען פון קעניג נ"נ זייענדיג אין בבל. http://cojs.org/babylonian_ration_list- ... 592-1_bce/ עס ווערט אויסגערעכנט א שיינע מאס עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער פינקטליך אזוי ווי עס שטייט די לעצטע פסוק פון ספר מלכים "וארוחתו ארוחת תמיד נתנה לו מאת המלך דבר יום ביומו כל ימי חייו" ועיין רש"י "והיה למאכל לאנשי ביתו, כי הוא בעצמו אכל לחם לפני המלך תמיד".
ווי קומט דאס דא אריין, ווייל עס איז פשוט אז וואס א שפעטערע תקופה טרעפט מען מער זאכן. אבער קוק די פאקט לגבי דעיטינג, כלל ישראל ציילט שוין יארן און האט פארשריבן זאכן מיט היסטאריע לענגער פון עני (רוב) פאלק (פעלקער), און ווען די פראבירסט צו מעטשן עני אידישע אנגענומענע דאטום לגבי גלות יהויכין אדער חורבן ביהמ"ק. וואס איז בלי פקפוק פון די סאמע וויכטיגסטע פאסירונגן ביי כלל ישראל. און זיכער וואלטן אונז געדארפט זיין פארלעסליך כאטש אויף די איינע דאטום. און דאך שטימט עס נישט און איז אפגעריקט מיט 159 (ליינסט גוט 159) יאר פון די אנגענומענע דאטום אין די וועלט.
די מעשה פון יהויכין איז א פאקט. עס זענען דא 4 אזעלעכע טאבלעט'ן עס ליגט אין א מוזיאון אין דייטשלאנד און עס שטימט פינקטליך מיט די פסוק אין נביא (לעצטע פסוק אין ספר מלכים ב') וואס די ספר מלכים איז ערשינען לאור זיכער (אפילו לויט ווער עס וויל זאגן אז מען האט עס געשריבן שפעטער) מיט כאטש 2,000 יאר איידער מען האט אנטדעקט די טאבלעט'ן אין בבל!

אבער נישט דאס איז די עיקר פון דעם תגובה. נאר צו דיין ענטפער ביטע גיב מיר צו פארשטיין וויאזוי די פארעענטפערסט די סעקולארע וועלט ביי די טאבלעט ווען זיי דעיטן עס צו bc592 און אידן דעיטן עס צו bc433.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jehoiac ... ns_Tablets
איך האב דאס שוין געזעהן. וואס איז דיין ראי' פון דעם? וואס דארף איך פארענטפערן? איך האלט אז גלות יויכין איז געווען 598/597 BCE, וואס זעסטו פון די טאבלעט אנדערש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:59 pm
דורך סקעפטיקער
קאסא גראנדע האט געשריבן: נאכאמאל. למאי נפקא מינה וואס ער האלט לגבי שישק אדער לגבי די נאמען רעמסס. (קען גאר זיין אז די שטאט האט שוין געהייסן רעמסס נאך פאר די קעניג רעמסס ממש נעקסט קאנעקטעט מיט אוואריס וואס אידן האבן געבויעט. אדער האט מען עס שפעטער איבערגעבויעט ווי די חז"ל זאגן אז די באשעפער האט חרוב געמאכט די שטאט) עס איז אשאהד אריינצוגיין אין אלע אנדערע זאכן וואס ער זאגט וואס דו ווילסט נישט אננעמען ווייל עס שטימט דיר נישט.
די אלע "עווידענס" וואס דו האסט, זענען נישט היינט געבוירן. און פאר דעם האסטו נישט געדארפט ברענגען דעויד ראול. די פראבלעם מיט די אלע זאכן איז אז מ'קען עס נישט אריינזעצן אין א טיימליין. איך האב פארשטאנען אז דו ברענגטס דעויד ראול פאר די סיבה. אויב דו ברענגסט אים נאר פאר די אלע באווייזן, פיין. אויף די באווייזן גופא קען מען רעדן. אבער די טיימליין פראבלעם איז נאכאלס דא

נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:40 pm
דורך סיסטעם
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4336351
א חידוש נפלא וואס איז נאכנישט געוועהן אין די היסטאריע פון אייוועלט!