בלאט 10 פון 12

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 2:52 am
דורך פאַטשיילע
@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.

דעיס איז וואס איך זעי.

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:45 am
דורך ערנסטגערעדט
פינקע בלומען האט געשריבן:
קידוש האט געשריבן:עס איז זייער שווער, יעדע בחור וואס approached א מיידל ווערט אנגעקוקט מיט פארדאכט אין די מיידל פילט uncomfortable,
די בעסטע איז נישט צו approachen directly העי וואס טוט זיך, וכו',
נאר צו אריינבאמפען אומוועלנדיג, אזוי צופעליג, און געבן אן אויפריכטיגע- נישט דירעקטע- קאמפלימענט,
אדער בעסער ארבעטן צוזאמען אויף עפעס (וואלונטירן - ארבעטן אויף א פראיעקט) אדער טרעפן סיי וועלכע זאך וואס האט gender natural אינטערעסן, און צוביסלעך פארמירן א שמועס,
די עיקר זיין אויפריכטיג און אמת'דיג, והשם יעזר.

אויב מעג איך אריינקומען מיט מיין perspective,
סיי וועלכע אפענע חסידישע מיידל/ פרוי האט נישט קיין פראבלעם צו אויסטוישן ווערטער מיט א בחור, די פראבלעם איז די ארומיגע פרעשור, און אויך מורא ווי די בחור צילט, וואס וויל ער פון מיר? פארוואס וויל ער רעדן צו מיר?
אויב איז דאס פארענטפערט אין מיין קאפ דורך דיין body language אין וויאזוי די שמועס פאנגט זיך אן, בין איך רואיג.
איך מיין אז טאקע צוליב וואס ממאכט אזא עסק ביי אונזער עולם ווי שלעכט סאיז אויב א מאנספערזאן רעדט צו א פרוי, אויטאמאטיש ווערט יעדע אויסטויש צווישן די צוויי א שלעכטע אדער שמוציגע זאך.

דערמאנט מיר די מנהל אין ישיבה קטנה אין קעמפ רופט אויס נאכן סעודה אז צוויי בחורים זאלן נישט שפאצירן אליין אין די וואלד, וויסאך בחורים האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס ער האט געוואלט?
מלייגט עס אריין אין קאפ און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס אלעס איז one track minded

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:19 am
דורך שעפטאל
ס'קומט נישט אינגאנצען אריין..
כ'דערמאן זיך די ערשטע מאל כ'האב פארברענגט מיט א מיידל. די פחד, און גילט וואס כ'האב געהאט... ביז כ'האב זי געזאגט: בדוו, ס'איז די ערשטע מאל כ'טוה אזא גרויסע עבירה ווי שמועסן מיט א מיידל.
זי האט נישט פארשטאנען פארוואס כ'רוף עס אהן עבירה.. דו ביסט זייער אפּראופּיעט, וואסי שלעכט אז אונז זענען פריינט?

אויב דו ביסט נישט דערינען פאר שמיץ, גייט זי נישט פיהלן אז עפעס איז ראונג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:53 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען וואקסט אויף מיט אזעלכע בריוון צו די מערכת, איז פארשטענדליך פארוואס מען שפירט אזוי...

אריין אין "אכשר דרא" אשכול...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:01 pm
דורך סאנטיאגא
איך וויל דא פארשלאגן א וויסנשאפטליכע עקספירימענט:
@שמעון וואלף האט געפרעגט אויב ס'איז דא סטאטיסטיקס פון ווער ס'איז העפילי מעריד און ווער נישט. איך מיין דאס איז זייער א tall order ווייל ס'איז שווער צו האבן אויפריכיטיגע אינפארמאציע.

איך שלאג פאר א פשוטע'רן געדאנק: יעדער דא זאל זיך נעמען דורכגיין אלע קאנטעקטס, און פארצייכענען אין א נאטפעד וויפיל פון זיי זענען דיווארסד, סעפערעיטעד, אדער זיוויג שני צוליב א דיווארס. איך האלט ביי 30 נעמען! און איך בין נאכנישט אריבער 50% פון מיינע קאנטעקטס.
און מ'קען דעס טוהן מיט די פעיסבוק פריינט און ווארקמעיטס וכו' ענדערש האבן אנעקדאטן ווי גארנישט. ס'איז א שיינע התחלה. קודם דערהייב ווי prevalent ס'מיינט ווי פארשפרייט די פראבלעם איז, און פון דארט קען מען זיך ווייטער טענה'ן אויב די ליטוואק איז בעסער מקיים די מצוה ווי דיר...

ס'וועט אוודאי זיין ריפיטס, ווייל מ'קען אויך פאפולערע מענטשן ווי ליפא און אנדערע, אבער די אאדס אז יעדער צווייטער קען כאטש צען אנדערע חברים, שכנים, קאזינען, קליענטן, און עקוועינטענסעס פון די זעלבע מנין, איז גאנץ הויעך. איך האב עס נישט אנגעהויבן פון באורדעם, איך האב באמערקט אז די טענה האלט אין איין ארויסקומען אין שמועסן מיט חברים, האב איך דיסיידעט לאמיר זעהן וואס פאסירט, און די רעזאלטס האט מיר געשאפן פערספעקטיוו.

ווער ס'קען לייגן די העכסטע נומבער געווינט א פינעווער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:29 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
איך האלט ביי 30 נעמען! און איך בין נאכנישט אריבער 50% פון מיינע קאנטעקטס.
30 פון וויפיל?
אויב דו האסט 10,000 קאנטעקטס אידאס נישט קיין חידוש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:22 pm
דורך פינקע בלומען
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.

דעיס איז וואס איך זעי.
קוק אהער, אונז זענען נישט אזוי שרעקעדיג.....
איך פארשטיי פינקטלעך וואס די זאגסט, ווען א בחור וואקט אין בעיק פון מיר מיך איך זייער uncomfortable,

און מיין הארץ פלעגט האקען שטארק, דאס קומט ווייל איך בין אויפגעוואקסן אז אויב א בחור זעהט/ באטראכט מיר וועט ער ווערן אנגעהיצט

BTW עטליכע חדשים צוריק האב איך געוואקט אין א שמאלע shortcut און א פרומע בחור קומט מיך אקעגן, באטראכט מיר פון קאפ ביז פיס, און ווען ער קומט אן נעבען מיר רופט ער זיך אן " האסט א שיינע מאמע בויך" אין ווייזט אויף מיין brest, מיין בלוט איז מיך ארויף אין קאפ,

איך בין נאך יעצט traumatized צו וואקען אין יענע shortcut

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:24 pm
דורך פינקע בלומען
איך האב שוין געהאט נאך מעשיות, דעיס מאכט מיך זייער מורא האבן פון random מענער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:34 pm
דורך ברוך שפינוזה
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.
אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס זענען מענער פונקט אזוי, אויב נישט מער, פראסטרעיטעט צו רעדן צו פרויען, און מיט רעכט. ווען איך וואלט געוועהן א פרוי מיין איך וואלט איך אויך געציטערט פון מענער פאר פארשטענדליכע סיבות (דערפאר זאגט מען דאך שלא עשני אישה...), און כמים הפנים לפנים פילן מענער ווי פרויען מיידן זיי אויס הענס די פראסטרעישן. אבער דער אמת איז אז ס'נישט פון וואס צו ווערן פראסטרעיטעד, שטעל זיך פאר פאר איין מינוט אז דו ביזט א פרוי וואלסטו דען נישט פונקט אזוי געציטערט פון מענער וואס זענען אין אלגעמיין שטערקער און מער אגרעסיוו בתוך שאר חולי ישראל? איז לאז געמאכט, לאז די פרוי דיך עוואוידן, איך זאג דיר צו אז אויב זי וואלט געפילט אז דו קענסט איר עפעס צוגעבן אין לעבן וואלט זי דיך קעגנגעקומען, איז שלונג אראפ דיין כבוד און גיי ווייטער hang out with the boys.

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:16 pm
דורך פאַטשיילע
אמת אז רעדן מיט דאס פארקערטע ג'ענדער איז א "סטראגל" נישט נאר ביי היימישע נאר אויך אין די סעקיולער גאס, און מן הסתם אין יעדע קולטור, איין פלאץ מער איין פלאץ ווייניגער.

איך האב אמאל מיטגעהאלטן ביי א משפחה שמחה ווי א בחור (זייער אהערגעשטעלט, האט קאנפידענץ, א סארט "פערסינעלעטי" וואס קען זיך אויפשטעלן רעדן פאר אן עולם. אין די גוישע וועלט וואלט ער געווען א קנאק פון א זכר ווען עס קומט צו סאשעלייזן מיט מיידלעך) ביים סוף פונעם שמחה ווען די מחיצות זענען שוין האלב אפן אין עס אנטוויקלט זיך משפחה שמעוסן, האבן עטליכע פרויען אים אויסגעפרעגט וועגן א געוויסע געשעעניש וואס ס'איז געווען מיט אים אפאר טעג פאר די שמחה.

עס זענען אפילו נישט געווען קיין מיידלעך זיין עידז אינעם שמעוס, אפשר א מימע און צוויי ווייבלעך קאזינס. דער בחור איז ממש געווען א בלאסער, ער האט זיך געשאקלט פאר שרעק...

איך מיין אז ביי אונדז איז דא א גרעסערע פחד מענער פון פרויען און פרויען פון מענער ווי אין די פרייע וועלט, אזוי מיין איך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
דו רעדסט פון צוויי זאכן אויפאמאל אז ס'שווער צו כאפן דיין עיקר פוינט, פראסטרעישן ווי געזאגט וועט אלץ זיין, יעצט רעדסטו פון א צווייטע ענין וועגן נישט זיין צוגעוואוינט צום פארקערטן גענדער וואס דאס האט פשוט מיט געוואוינהייט, אפילו אין די ישיבישע וועלט איז נישט דא דיעס פרעמדקייט צווישן די גענדערס ווי ביי חסידים ווייל מ'איז צוגעוואוינט איינער צום אנדערן. ביי א חסידישע שבת סעודה זיצן געווענליך די מענער אויף איין עק טיש און די פרויען אויפ'ן צווייטן עק, ביי א ישיבישע שבת סעודה זיצן די מענער אויף איין זייט און די פרויען קעגנאיבער אויפ'ן אנדערן זייט, אויטאמאטיש איז מען מער צוגעוואוינט איינער צום אנדערן, א ישיבישער בחור האט גארנישט מיט וואס זיך צו שעמען פונעם גוי ווען ס'קומט צו סאושעלייזן מיט מיידלעך. כ'רעד שוין אפילו נישט פון די מער "מאדערנע" קרייזן וואו מ'זיצט האלבוועגס אויסגעמישט (געווענליך ווען ס'מער אן עולם פון סינגלס און מ'וויל מער סאושעלייזן), ווער רעדט נאך פון די נאכמער מאדערנע וואו מ'שיקט לכתחילה די קינדער אין COED מוסדות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:01 am
דורך ערנסטגערעדט
פינקע בלומען האט געשריבן:
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.

דעיס איז וואס איך זעי.
קוק אהער, אונז זענען נישט אזוי שרעקעדיג.....
איך פארשטיי פינקטלעך וואס די זאגסט, ווען א בחור וואקט אין בעיק פון מיר מיך איך זייער uncomfortable,

און מיין הארץ פלעגט האקען שטארק, דאס קומט ווייל איך בין אויפגעוואקסן אז אויב א בחור זעהט/ באטראכט מיר וועט ער ווערן אנגעהיצט

BTW עטליכע חדשים צוריק האב איך געוואקט אין א שמאלע shortcut און א פרומע בחור קומט מיך אקעגן, באטראכט מיר פון קאפ ביז פיס, און ווען ער קומט אן נעבען מיר רופט ער זיך אן " האסט א שיינע מאמע בויך" אין ווייזט אויף מיין brest, מיין בלוט איז מיך ארויף אין קאפ,

איך בין נאך יעצט traumatized צו וואקען אין יענע shortcut
די פראבלעם דאס הייסט harassment איז נישט קיין אידישע פראבלעם, מיידלעך און פרויען איבעראל ווערן harassed
וואס ספעלט ביי חסידים מער איז אז וויבאלד מאיז צוגעוואוינט אז רעדן מיט די אנדערע דזשענדער איז טריפה, גייט די ערשטע קאמענט צו א מיידל זיין א נישט איידעלע inappropriate comment

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:06 am
דורך ברוך שפינוזה
דאס איז אויך זייער א שטארקע פוינט, ס'איז אזויווי ווען דו שטעלסט זיך ביים עק דאך פון א הויעכן געביידע, דו ציטערסט אזוי שטארק אז דו גייסט אראפפאלן אז די פחד אליין ברענגט צו אז דו זאלסט פארלירן דעם באלאנס און פאלן, אדער אזויווי איינער וואס האט stage fright וואס ציטערט אזוי שטארק אז זיינע ווערטער גייען ארויסקומען אומבאלומפערט אז ס'קומט טאקע אזוי ארויס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:30 am
דורך דוד שריפטליך
פינקע בלומען האט געשריבן:
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.

דעיס איז וואס איך זעי.
קוק אהער, אונז זענען נישט אזוי שרעקעדיג.....
איך פארשטיי פינקטלעך וואס די זאגסט, ווען א בחור וואקט אין בעיק פון מיר מיך איך זייער uncomfortable,

און מיין הארץ פלעגט האקען שטארק, דאס קומט ווייל איך בין אויפגעוואקסן אז אויב א בחור זעהט/ באטראכט מיר וועט ער ווערן אנגעהיצט

BTW עטליכע חדשים צוריק האב איך געוואקט אין א שמאלע shortcut און א פרומע בחור קומט מיך אקעגן, באטראכט מיר פון קאפ ביז פיס, און ווען ער קומט אן נעבען מיר רופט ער זיך אן " האסט א שיינע מאמע בויך" אין ווייזט אויף מיין brest, מיין בלוט איז מיך ארויף אין קאפ,

איך בין נאך יעצט traumatized צו וואקען אין יענע shortcut
מיין רבי אין חדר האט געטייטשט רחם מוטערטראכט....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:36 am
דורך דוד שריפטליך
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.
אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס זענען מענער פונקט אזוי, אויב נישט מער, פראסטרעיטעט צו רעדן צו פרויען, און מיט רעכט. ווען איך וואלט געוועהן א פרוי מיין איך וואלט איך אויך געציטערט פון מענער פאר פארשטענדליכע סיבות (דערפאר זאגט מען דאך שלא עשני אישה...), און כמים הפנים לפנים פילן מענער ווי פרויען מיידן זיי אויס הענס די פראסטרעישן. אבער דער אמת איז אז ס'נישט פון וואס צו ווערן פראסטרעיטעד, שטעל זיך פאר פאר איין מינוט אז דו ביזט א פרוי וואלסטו דען נישט פונקט אזוי געציטערט פון מענער וואס זענען אין אלגעמיין שטערקער און מער אגרעסיוו בתוך שאר חולי ישראל? איז לאז געמאכט, לאז די פרוי דיך עוואוידן, איך זאג דיר צו אז אויב זי וואלט געפילט אז דו קענסט איר עפעס צוגעבן אין לעבן וואלט זי דיך קעגנגעקומען, איז שלונג אראפ דיין כבוד און גיי ווייטער hang out with the boys.
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט צו ליינען די גאנצע טעמע און איך וויל פשוט צולייגן אז איך בין געווען צוגאסט ביי א משפחה עטליכע וואכן צוריק און די ווייב פון דער מענטש האט מיר געהאלטן קאמפעני גאנץ שבת ביי אלע סעודות געמיטלעך געשמועסט אויסגעפרעגט גע'עצה'ט און איך האב בכלל נישט געפילט פראסטרעיטעט......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:30 pm
דורך יעקב מענטש
שעפטאל האט געשריבן:ס'קומט נישט אינגאנצען אריין..
כ'דערמאן זיך די ערשטע מאל כ'האב פארברענגט מיט א מיידל. די פחד, און גילט וואס כ'האב געהאט... ביז כ'האב זי געזאגט: בדוו, ס'איז די ערשטע מאל כ'טוה אזא גרויסע עבירה ווי שמועסן מיט א מיידל.
זי האט נישט פארשטאנען פארוואס כ'רוף עס אהן עבירה.. דו ביסט זייער אפּראופּיעט, וואסי שלעכט אז אונז זענען פריינט?

אויב דו ביסט נישט דערינען פאר שמיץ, גייט זי נישט פיהלן אז עפעס איז ראונג.
ס'רופט זיך קירוב הדעת, און איז אסור.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:56 pm
דורך שמן למאור
יעקב מענטש האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן:ס'קומט נישט אינגאנצען אריין..
כ'דערמאן זיך די ערשטע מאל כ'האב פארברענגט מיט א מיידל. די פחד, און גילט וואס כ'האב געהאט... ביז כ'האב זי געזאגט: בדוו, ס'איז די ערשטע מאל כ'טוה אזא גרויסע עבירה ווי שמועסן מיט א מיידל.
זי האט נישט פארשטאנען פארוואס כ'רוף עס אהן עבירה.. דו ביסט זייער אפּראופּיעט, וואסי שלעכט אז אונז זענען פריינט?

אויב דו ביסט נישט דערינען פאר שמיץ, גייט זי נישט פיהלן אז עפעס איז ראונג.
ס'רופט זיך קירוב הדעת, און איז אסור.
וואס איז די איסור פון קירוב הדעת?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:01 pm
דורך שעפטאל
כשמו כן הוא: ווערען נאנט צום דעת..
ווער רעדט נאך פון האבן דעת ח"ו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:29 pm
דורך ברוך שפינוזה
שעפטאל האט געשריבן:כשמו כן הוא: ווערען נאנט צום דעת..
ווער רעדט נאך פון האבן דעת ח"ו
לויט דעם פארשטייט מען שוין אויך פשט אין די גערע תקנות, שנאמר וידע אדם עוד את אשתו, ובמקום דת (שלהם) אי אתה מוצא דעת.

און אז מ'איז שוין יא אריין אינעם מענטעל אינסטיטושען דעפארטמענט איז ווערד צו באצייכענען אז אין גער זאגט מען אז די אייגענע ווייב איז אויך אן אשת איש :lol:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:24 am
דורך פינקע בלומען
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
פינקע בלומען האט געשריבן:
פאַטשיילע האט געשריבן:@פינקע בלומען די היימישע עולם איז "פראסטרעיטעט" צו רעדן צום אנדערע מין.

דעיס איז וואס איך זעי.
קוק אהער, אונז זענען נישט אזוי שרעקעדיג.....
איך פארשטיי פינקטלעך וואס די זאגסט, ווען א בחור וואקט אין בעיק פון מיר מיך איך זייער uncomfortable,

און מיין הארץ פלעגט האקען שטארק, דאס קומט ווייל איך בין אויפגעוואקסן אז אויב א בחור זעהט/ באטראכט מיר וועט ער ווערן אנגעהיצט

BTW עטליכע חדשים צוריק האב איך געוואקט אין א שמאלע shortcut און א פרומע בחור קומט מיך אקעגן, באטראכט מיר פון קאפ ביז פיס, און ווען ער קומט אן נעבען מיר רופט ער זיך אן " האסט א שיינע מאמע בויך" אין ווייזט אויף מיין brest, מיין בלוט איז מיך ארויף אין קאפ,

איך בין נאך יעצט traumatized צו וואקען אין יענע shortcut
די פראבלעם דאס הייסט harassment איז נישט קיין אידישע פראבלעם, מיידלעך און פרויען איבעראל ווערן harassed
וואס ספעלט ביי חסידים מער איז אז וויבאלד מאיז צוגעוואוינט אז רעדן מיט די אנדערע דזשענדער איז טריפה, גייט די ערשטע קאמענט צו א מיידל זיין א נישט איידעלע inappropriate comment
עס נישט נישט שיין צו אפשטעמפלען אלע מענער אלץ חז....
אבער אלע מיינע מעשיות איז געווען מיט פרומע בחורים/ מענער וואס האבן זיך אפילו נישט געקענט געהעריג expression,

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 2:56 am
דורך כספי
שמן למאור האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן:ס'קומט נישט אינגאנצען אריין..
כ'דערמאן זיך די ערשטע מאל כ'האב פארברענגט מיט א מיידל. די פחד, און גילט וואס כ'האב געהאט... ביז כ'האב זי געזאגט: בדוו, ס'איז די ערשטע מאל כ'טוה אזא גרויסע עבירה ווי שמועסן מיט א מיידל.
זי האט נישט פארשטאנען פארוואס כ'רוף עס אהן עבירה.. דו ביסט זייער אפּראופּיעט, וואסי שלעכט אז אונז זענען פריינט?

אויב דו ביסט נישט דערינען פאר שמיץ, גייט זי נישט פיהלן אז עפעס איז ראונג.
ס'רופט זיך קירוב הדעת, און איז אסור.
וואס איז די איסור פון קירוב הדעת?
זעט מיר אויס דאס:
צריך אדם להתרחק מנשים מאד מאד
שו"ע אבהע"ז סי' כ"א סעי' א'

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:39 am
דורך ברוך שפינוזה
יענע שטיקל מחבר איז טאקע פון די שווערע שטיקלעך (כ'מיין שווער צו פארשטיין זיין כוונה), טאקע אין געוויסע תקופות אין געוויסע פלעצער פלעגן געוויסע מענטשן האבן אזא סארט התנהגות אבער היסטאריש גערעדט האבן פרומע אידן as a whole זיך קיינמאל נישט געפירט אזוי עקסטרעם, איינמאל מ'גייט ארויס פון ישיבה/כולל צו דער גרויסער וועלט איז אוממעגליך צו לעבן אזוי און ארויסקומען מיט גאנצע ביינער. ס'איז לכאורה פון די עובדישע שטיקלעך וואס זענען אריינגעפאלן אינעם שולחן ערוך (זייענדיג אז ר' יוסף קארו איז געוועהן א מעמבער אין א חבורה פון עובדים), א שטייגער ווי די פתיחה פונעם שולחן ערוך יתגבר כארי לעמוד בבוקר לעבודת בוראו שיהא הוא מעורר השחר, און ס'מיינט נישט אונז פשוט'ע מענטשן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 6:01 am
דורך כספי
@ברוך שפינוזה וויאזוי וואלסטו עס איינגעטיילט?