היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 11:24 am
היום האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 8:24 pm
"ס'עקלט דיר!!!"
"בעל מחלוקת???"
יא! א גרויסע בעל מחלוקת! דו קענסט איהם פערזענליך ? איך יא פאר אסאך יארען
עניוואן וואס האט אמאל געהאנדעלט מיט איהם ביזנעס אדער אפילו עסקנות וועט דיר זאגען די זעלבע.
איך גיי נישט מאריך בפרטיות ווייל איך מיין א ס'איז אקעגען די תקנות, אבער איך האב הנאה אז איינער האט זיך אנגערופען, וויסען זאלט איר אז די אלע מעשים טובים זענען א שלייער פאר אלע מעשים מגונים, איך נעם נישט אוועק קיין שום קרעדיט פון עפעס וואס ער האט יא אויפגעטוען, אבער ! one cannot be a cover up for the other
איך וויל נישט אוועק נעמען פון בעלי חסדים, איז ביטע נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, אבער זייער אסאך מאל ווען איינער האט א urge צו העלפען אנדערע אויף א עקסטרעמע אופן, קומט עס פון עפעס...
די ביסט אווער אז די שרייבסט דא ״פאטשקעוויל סטייל״…
אנשטאטס רעדן פון א נושא, אטאקירסטו דעם מענטש דיירעקט…
און נאך אויף א אופן וואס מען קען נישט ענפערן, ווייל סאיז כאילו זאכן אינטערן טיש וואס מען קען נישט פארציילן… אבער די שרייבסט עס ווי א פאקט…
אויב די האסט עפעס צו פארציילן, זאג!
אויב די האלטסט אנדערש פון עפעס וואס ער זאגט, קום אריין קלאר.
אבער סתם האקן אויף א מענטש, עהם אנרופן מיט טיטלעך?
בסטעמפלען אלץ איינער וואס באהאלט עפעס?
איך וועל דיר זאגן קלאר - אזא סטייל איז מיר עקעלדיג - סשמעקט פון בעלי מחלוקת…