בלאט 10 פון 27
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2013 10:07 pm
דורך געפילטע פיש
קודם כל איז די נייע מעפ נאר א פריוויו, און האט נאכנישט אלע פיטשורס, אבער די זאכן וואס דו זוכסט איז גראדע יא דא.
1. יעדע סוירטש איז א סוירטש נערביי, אויב דו ביסט אריינגעזומט צו דיין הויז, און דו זוכסט סושי, וועסטו זען אלע סושי פלעצער אין דיין געגענט, אויב ווילסטו דוקא אריינלייגן אין די סוירטש באר, די אלטע "loc:" קיווארד ארבעט נאך, למשל זוך grocery stores loc: 11211.
2. יעדע קליק איז בעצם וואטס הער, אויבן אויפן לינקע זייט וועט ארויפקומען וואס יענע פלאץ איז.
3. ס'פעלט שוין נישט אויס, ווייל די אדרעס באר האלט זיך אין איין טוישן ווען דו רוקסט די מעפ, דארפסט נישט מער ווי קאפיען די URL פון די אדרעס באר און שיק עס.
וואס איך בענק זיך, און אנליין זע איך אז איך בין נישט אליין, איז די מאלטיפעל דעסטינעישען דירעקשאנס. לאמיר האפן אז זיי גייען עס צוריק לייגן בקרוב.
נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2013 11:25 pm
דורך סאשי פיש
געפילטע פיש האט געשריבן: און דו זוכסט סושי, וועסטו זען אלע סושי פלעצער אין דיין געגענט, אויב ווילסטו דוקא
אבי איינער טראכט פון מיר...........
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:55 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע, קאפי איך די url, ווי אזוי שיק איך עס צי מיין סעלפאן?
אמאל פלעגט זיין די אפשען פון שיקען צי gps , mobil, car.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:15 pm
דורך געפילטע פיש
אויף דעם האב איך נישט קיין נייצע, אדער קענסטו צוריק גיין צו די אלטע מעפס, אדער פאר יעצט קענסטו עס שיקן מיט א טעקסט צו דיין פאון. (דו ווייסט ווי אזוי מ'שיקט א טעקס פון ג'ימעיל טשעט\גוגל טאלק, יא?)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 9:54 pm
דורך נולד מאוחר
מיין נייע נעקסאס 7 טעבלעט קומט נישט מיט קיין קעמרע עפפ אינסטאלט אויך נישט מיט א עפפ ווי כקען זען מיין סעוועד דאקס.
כהאב געסעוועד אן אימעיל עטטשמענט, כקען עס נישט טרעפן.
סמאכט סענס האט נאך איינער די פראבלעם?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:00 am
דורך דעת תורה
זעהסט נישט א עפפ "דאונלאודס"?
קעמערע עפפ זאל פעלן מאכט נישט קיין סענס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:09 am
דורך נולד מאוחר
כהאב יא א עפפ''דאנלאדס'' סאיז נאר אויב כדאנלאוד פון די וועב. אויב שיקסט מיר א אימעיל און כוויל סעיווען די עטעטשמענט סעוועט זיך עס נישט און דאנלאד פאלדער . דאס איז אויף מיין ענדרויד פאן אויך סאיז דא א download app דערנאך איז דא א file app דארט איז דא אלע פאלדערס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:12 am
דורך גנדי
דעת תורה האט געשריבן:זעהסט נישט א עפפ "דאונלאודס"?
קעמערע עפפ זאל פעלן מאכט נישט קיין סענס.
אפשר איז דאס א KDC טעבלעט?
מען האט דאס גע׳כשרט און ארויסגענומען די קאמערא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:13 am
דורך דעת תורה
לכאורה ליגט די אטעטשמענט אין דעם ספעציפישן פייל רידער. א פיקטשער / ווידיא אין גאלערי, (אין גאלערי איז דא א אפטיילונג פאר דאונלאודס, ווי אויך פאר סקרין שאטס). א פדף אין אדאובי רידער א.א.וו.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:35 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:16 am
דורך געפילטע פיש
Download ES file explorer or Astro, both are good file explorers.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:10 am
דורך ונבנתה העיר
ערגעץ האט דער עולם זיך אפגערעדט אויף יו-טוב, איך גלייב אז די עקסטענשען קען העלפן.
http://smartvideo.ashishmishra.in/
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:42 am
דורך שמעקעדיג
פון מיין עקספיריענס אויף עטליכע קאמפיוטערס, איך וויל נישט ח"ו מורה היתר זיין, אבער פאקטן בלייבן פאקטן-
דער יוטוב פראבלעם קומט פון דעם K9 פילטער צו פילטערן יוטוב. איינמאל דו נעמסט אראפ דעם סעטינג, ארבעט אלעס צוריק כדבעי למהוי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:53 pm
דורך שמעקעדיג
ווען איך גיי אין א בעסט-ביי געשעפט אדער אנדערע טעכנאלאגיע געשעפטן, ווי סטעיפלס און אפיס דיפאו, און איך וויל באטראכטן א קאמפיוטער, גיבן זיי מיר א לימיטעד אויסוואל פון פונקציעס וואס איך קען פרובירן. אויב אבער וויל איך באבערן אינעם "קאנטראל פאנעל" וכדומה, קומט ארויף א שארפן מעסעדזש אז איך בין נישט ערלויבט דא צו אריינשטעקן מיין נאז, נאר דער אדמיניסטראטאר קען דאס טון.
מיין שאלה איז, איך וויל עס טון אויף מיין אייגענעם קאמפיוטער. קיינער זאל נישט קענען טאטשן, נאר איך.
ווייסט איינער ווי אזוי מען מאכט דאס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:19 am
דורך נייגעריגער
ביי יוזער אקאונטס אין קאנטראל פענעל קענסטו קריעיטן א יוזער נאמען וואס זאל נישט זיין קיין אדמיניסטרעיטאר
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:06 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:26 pm
דורך געפילטע פיש
איי דאונט טינק סאו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:07 am
דורך נייגעריגער
סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
איך נוץ דערפאר א פראגראם וואס הייסט encrypt on click, וואס לייגט ארויף א שלאס אויף סיי וועלכע פייל, דער פראבלעם איז נאר אז כדי אויפצושפארן דעם פייל דארף האבן דעם פראגראם אינסטאלירט!
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:32 am
דורך סאשי פיש
ישר כח! [tag]נייגעריגער[/tag]
אפאר קשיות האב איך נאך
ער גייט עס קענען עפענען/נוצען אן די פעסווארט? אויב געב איך עם די פעסווארט קען ער שוין טון וואס ער וויל דערמיט, ניין ?
איך האב נישט געהעריג פארשטאנען ער מוז אויך האבען די פראגרעם צו קענען עפענען די פייל?
אויב דו קענסט אביסעל מער מסביר ולמצוה גדולה יחשב!
די פראגרעם קאסט געלט? איין פלאץ זע איך אז יא און איין פלאץ אז נישט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:27 am
דורך נייגעריגער
סאשי פיש האט געשריבן:ישר כח! [tag]נייגעריגער[/tag]
אפאר קשיות האב איךנאך
ער גייט עס קענען עפענען/נוצען אן די פעסווארט? אויב געב איך עם די פעסווארט קען ער שוין טון וואס ער וויל דערמיט, ניין ?
איך האב נישט געהעריג פארשטאנען ער מוז אויך האבען די פראגרעם צו קענען עפענען די פייל?
אויב דו קענסט אביסעל מער מסביר ולמצוה גדולה יחשב!
די פראגרעם קאסט געלט? איין פלאץ זע איך אז יא און איין פלאץ אז נישט
דער פראגראם וואס איך נוץ קאסט נישט קיין געלט, קען זיין אז ס'איז דא אנדערע מיטן זעלבן נאמען וואס קאסט יא.
דער פראגראם טוט ענקריפטען [כמו קאנווערטען] סיי וועלכע פייל צו א פייל מיט אן אייגענע פייל עקסטענטשאן וואס עפענט זיך נאר מיט זייער פראגראם, און דאן פארלאנגט עס דער קאוד כדי עס צוריק צו קאנווערטען און ס'ווערט נארמאל צוריק אפען.
סאו, ער גייט עס נישט קענען נוצן אן דעם פעסווארד בכלל, און ווען ער עפענט עס איז עס אינגאנצן אפען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:11 pm
דורך שלום על ישראל
סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:25 pm
דורך סאשי פיש
ווי למשל מוזיק, פיקטשערס, ווידיאס,
א דאנק פארען וועלן העלפען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:27 pm
דורך נייגעריגער
שלום על ישראל האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?
אדרבה דו האסט מהלכים? שרייב עס דא!
עס קען ביי מיר נוגע זיין "אלע" ערליי פייל'ס!