בלאט 10 פון 11
נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 8:57 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווען א פאון וואלט געהאט פייער אין זיך וואלט עס צולאזט געווארן
נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 1:23 pm
דורך לייביששרייבער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען א פאון וואלט געהאט פייער אין זיך וואלט עס צולאזט געווארן
פאר סיי וואספארא סיבה עס האט נישט קיין פייער איז די שאלה פון אש וואס איז ביי נארמאלער עלעקטיריסיטי נישטא. און די אנדערע שאלות האב איך נישט אדורכגעטוהן אבער מפי סברה פון מיין קליינער קאפ שפיר איך עס נישט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:44 pm
דורך מחונך
עס קען זיין, איך ווייס נישט די מציאות, אז די פראססעסאר,ווען עס ווערט הייס, קען עס זיין מבשל. אזוי ווי די הלכה איז אז מרכך דבר קשה איז מבשל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
מחונך: לאמיך אויך ווייזן מיין "גאונות". (סיי אין טעכנאלאגיע און סיי אין הלכה).
א פאון ווען ער ווערט הייס כדי בישול, גייט די באטעריע און די פראסעסאר אויך קאליע. און ס'איז מקלקל. אויך מלאכה שאינה צריכה לגופה. (ער דארף נישט די היץ) אויך איז עס אינו ניחא ליה. און ממילא איז עס פטור אבל אסור. ס'קען זיין אז ס'איז א פסיק רישא. נאר אויב האט ער א שותף איז עס שניים שעשאוהו פטורין...!
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 12:39 am
דורך מחונך
ערעב בערל. מרכך דבר קשה מוז נישט זיין כדי בישול.
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 10:03 am
דורך שארפןקאפ
@לייביששרייבער
דו זאגסט
"ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד".
ענערדזשי קומט נישט פון פייער.... פייער איז איינע פון די תוצאות פון ענערדזשי, די איסור פון אש/מעבר איז צו ניצן ענערדזשי צו מאכן א פייער, נישט צו ניצן ענערדזשי.
@רביה"ק, עס דארף נישט דווקא ברענען א פייער כדי צו עובר זיין אויף מעבר, ווי די רמב"ם שרייבט אז צו אן הייצן אן אייזן מער ווי זיין בוילינג פוינט גייט אריין אין מעבר.
@לייביששרייבער, צוריק צו דיר, קיין איינע פון די מעטאלן וואס ליגן אין בעטעריס אדער קליינע עלעקטראניקס ווערט נישט אנגעהייצט אזוי ווייט אז עס זאל שיינען (וואס איז די בוילינג פוינט) קומט אויס אז קיין שום דאורייתא איז נישט דא.
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 10:05 am
דורך שארפןקאפ
Just for the record
די אלטע סארט לייט באלבס וואס האבן געארבעט מיט א ווייער וואס האט געברענט איז א דאורייתא, ווייל די ווינער ווערט הייס פאסט זיין בוילינג פוינט.
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 11:12 am
דורך סקעפטיקער
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 2:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שארפןקאפ האט געשריבן:
@רבה"ק עס דארף נישט דווקא ברענען א פייער כדי צו עובר זיין אויף מעבר
כ'האב נישט געזאגט אז יא.
שארפןקאפ האט געשריבן:ווי די רמבם שרייבט אז צו אן הייצן אן אייזן מער ווי זיין בוילינג פוינט גייט אריין אין מעבר
נישט אז ס'איז נוגע אבער סתם פאר די רעקארד, דער רמב"ם זאגט אז אן אייזן וואס ווערט רויט איז הבערה, ס'דארף נישט אנקומען צו די boiling point, איין זאך קען איך דיר צוזאגן, ווען א פאון קומט אן צו די boiling point (פון פלאסטיק?) האסטו נישט מער ווי רויעך
נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 3:59 pm
דורך לייביששרייבער
שארפןקאפ האט געשריבן:@לייביששרייבער
דו זאגסט
"ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד".
ענערדזשי קומט נישט פון פייער.... פייער איז איינע פון די תוצאות פון ענערדזשי, די איסור פון אש/מעבר איז צו ניצן ענערדזשי צו מאכן א פייער, נישט צו ניצן ענערדזשי.
ריכטיג, זיך נישט גוט אויסגעדריקט. א ישר כח פאר די הערה. און קלאר מאכן.
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 3:52 am
דורך מאיר זרח
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:49 am
דורך Yesh
קרעדיט ק"י וואכנשריפט
אויפפּאַסונגען איבער טבילה במקוה שב"ק אינדערפרי ביי גדולי ליטא
צו דער רעדאַקציע פון "קרית יואל וואָכנשריפט", שלומכן ישגא.
מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען הגה"צ מורינו שליט"א האט געוויילט אויף שב"ק בתוככי עירינו, איז בעפאָר סעודת רעוא דרעוין אָנגעקומען אין בית המדרש הגדול גרויסע קבוצות פון ליטווישע בחורים, וואָס ס'איז שוין געוואָרן ווי אַ קביעות אַז זיי פאַרברענגען אַסאַך אויף שבתים אין קרית יואל. איך האב אפגעשטעלט איינעם פון די בחורים פרעגן ווער עס האלט א השגחה אויף אזויפיל בחורים און אויב זייערע עלטערן ווייסן וואו זיי דרייען זיך, האבן זיי מיר געזאגט אז אין קרית יואל זענען זייערע עלטערן רואיג אז זייערע בחורים דרייען זיך אין אזא הייליגע שטאט... אינמיטן דעם שמועס פרעגט מיר א בחור וויאזוי די חסידים גייען אין מקוה שבת?! ס'שטייט דאך אין 'משנה ברורה' קלאר אז מען זאל נישט גיין אין מקוה וועגן דעם איסור פון 'סחיטה'.
אויפ'ן אָרט האָב איך נישט געהאַט קיין צייט אים צו ענטפערן ווייל איך האָב זיך שוין געוואָלט גיין וואַשן און מיטזינגען די וואַרימע זמירות רעוא דרעוין, אָבער שפּעטער האָב איך אים געזאָגט אַז דער מחבר פון 'משנה ברורה' זעלבסט, דער הייליגער חפץ חיים זי"ע, איז געגאַנגען אין מקוה יעדן שב"ק אינדערפרי!
אין א בחינה פון 'עם עקש', האָב איך צוגעלייגט בנוגע זיין שאלה פון 'סחיטה', אז ערשטנס האט זיין טאטע יא וואס מורא צו האבן צו שיקן בחורים אָן קיין השגחה אויף קרית יואל, צו א שטאָט וואו מען איז ליידער נישט מקפיד אויף סחיטה... און צווייטנס, די גאַנצע חשש פון 'סחיטה' איז נאָר פאַר איינער וואָס פאַרמאָגט האר, אָבער ענק, ליטווישע בחורים, גייען דאך סייווי נישט אַזויווי דער חפץ חיים, מיט באָרד און פאות, נו, אויב אַזוי האָט איר דאָך נישט דעם חשש פון 'סחיטה', זענט איר געהעריג מחויב צו גיין אין מקוה אפילו שבת, אָן קיין אויסריידן...
איך האב זיך דערמאנט פון דעם שמועס זייענדיג פארלאפענעם שבת אין וויליאַמסבורג, און כ'האָב געטראָפן אין ביהמ"ד א גליון, וואו עס ווערט אויסגערעכנט אַלע גדולי ליטא וועלכע האבן מקפיד געווען אויף א מקוה, צווישן זיי דער גר"א, דער חפץ חיים, דער חזון איש, און נאָך פילע, וואָס ליידער איז דאָס היינט נישט איינגעפירט ביי זייערע קרייזן. מ'דאַרף אָבער דערמאַנען וואָס ס'איז טאַקע געשטאַנען פאָריגע וואָך אין אייער באַלערנדע קאָלום 'שאלת חכם', וואו דער דיין הרה"ג רבי נחום אבראהאם שליט"א, האָט שטאַרק ערווענט דעם די ענין פון מקוואות אז דאָס דארף דינען דעם צוועק פון זיך הייליגן, און צווישן אנדערע דערמאנט ער אויך די פירצה פון זיך ווייקן אין מקוה אום שבת, וואס אנשטאט מוסף זיין קדושה ברענגט מען זיך צו אן איסור און חילול שבת רח"ל. איז טאקע כדאי צו זיין נזהר מיט די אַלע הלכות: סיי זיך נישט צו פארזוימען אין מקוה און סיי ביים מאכן די פיאות און טרוקענען די האר אז ס'זאל זיין עפ"י הלכה. אין דעם זכות פון שב"ק און אין דעם זכות פון קדושה וטהרה, זאָל אונז השי"ת העלפן זיך צו קענען דערהייבן און נתקדש ווערן בקדושה של מעלה.
מנחם נ.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 11:59 am
דורך קהל'ס נער
די איסור פון מקווה אין שבת האט גארנישט מיט סחיטה, דער איסור איז א איסור דרבנן פון רחיצה, וואס אונז שטייען און לאכן אין פנים פון די תנאים אז זיי זאלן אינז נישט קומען אסר'ן אזעלכע הייליגע זאכן ווי מקווה אין שבת, אמער ווי קאן מען צוגיין צום דאווענען אנע מקווה.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:02 pm
דורך Yesh
קהל'ס נער האט געשריבן:אונז שטייען און לאכן אין פנים פון די תנאים אז זיי זאלן אינז נישט קומען אסר'ן אזעלכע הייליגע זאכן ווי מקווה אין שבת, אמער ווי קאן מען צוגיין צום דאווענען אנע מקווה.
איז אמת אז די פריערדיגע צדיקים זענען געגאנגען אין מקוה?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:06 pm
דורך ערנסטגערעדט
פריערדיגע צדיקים האבן געבראכן די אייז, וואו איז שייך געווען הייסע מקואות?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:27 pm
דורך Yesh
correct
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
ביידע: זיי האבן געבראכן די אייז ווען מ'האט געדארפט, און געגאנגען אין א הייסע מקוה ווען מ'האט געדארפט, ווייל די בענעפיטן פאר ענייני קדושה וטהרה זענען אזוי גרויס אז דאס גיין אין מקוה האט איבערגעוואויגן אלע אנדערע קאנסידערעישנס. אזוי ווי ס'שטייט אין די חסיד'ישע ספרים, למשל אין ספה"ק חקל יצחק.. שרייבט ער דארט די גרויסקייט פאר בחורים און יונגעלייט פון גיין אין מקוה שבת אינדערפרי...!
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 9:50 pm
דורך ברוך שפינוזה
אוי האב איך מיך יעצט דערמאנט א זיסע מעשה וואס איז נוגע צו דעם אשכול, מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט אבער חזרה איז אלץ א גוטע זאך פלעגט דער רבי זאגן. איך בין אמאל געוועהן אויף שבת אין א געגנד וואו דער עולם גייט נישט אזוי אין מקוה... שבת צופריה האט מיר אנגעכאפט א חשק צו גיין אין מקוה, האב איך מיך געשלעפט א האלבע שעה צום נענטסטן מקוה אבער צו מיין מזל איז עס געוועהן פארשפארט (אדער האב איך פשוט נישט געוואוסט ווי צו עפענען דעם טיהר...) בקיצור, די גאסן זענען געוועהן ליידיג ווייל ס'נאך געוועהן טונקל, האב איך געמאכט אפאר סיבובים צו זעהן צו איינער קען מיר צואווייזן אן אנדערע מקוה וואס איז שוין אפן, פלוצלונג זעה איך אן אלטן ליטוואק מיט א לאנגע ווייסע בארד וואס גייט דאווענען מיט די וותיקין, איך לויף צו צו איהם מיט איין שמחה און פרעג איהם צו ער קען מיר אפשר צואווייזן א מקוה. דער גיבט מיר א קוק אן מיט זיינע שארפע אויגן און ער הייבט מיר אן זאגן אז דער גר"א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה אום שבת, זאג איך איהם, יא, אבער וואו איז דא א מקוה? זאגט ער מיר מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "איך קען דיך נישט זאגן ווייל לפני עוור לא תתן מכשול."
(אויב איינער איז נייגעריג, ביז וואס ווען וואו איז שוין לעכטיג געווארן און איך בין צוריקגעגאנגען צו די מקוה און ס'שוין געוועהן אפן.)
נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 11:25 pm
דורך זעקסטע קאפ קאווע
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אוי האב איך מיך יעצט דערמאנט א זיסע מעשה וואס איז נוגע צו דעם אשכול, מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט אבער חזרה איז אלץ א גוטע זאך פלעגט דער רבי זאגן. איך בין אמאל געוועהן אויף שבת אין א געגנד וואו דער עולם גייט נישט אזוי אין מקוה... שבת צופריה האט מיר אנגעכאפט א חשק צו גיין אין מקוה, האב איך מיך געשלעפט א האלבע שעה צום נענטסטן מקוה אבער צו מיין מזל איז עס געוועהן פארשפארט (אדער האב איך פשוט נישט געוואוסט ווי צו עפענען דעם טיהר...) בקיצור, די גאסן זענען געוועהן ליידיג ווייל ס'נאך געוועהן טונקל, האב איך געמאכט אפאר סיבובים צו זעהן צו איינער קען מיר צואווייזן אן אנדערע מקוה וואס איז שוין אפן, פלוצלונג זעה איך אן אלטן ליטוואק מיט א לאנגע ווייסע בארד וואס גייט דאווענען מיט די וותיקין, איך לויף צו צו איהם מיט איין שמחה און פרעג איהם צו ער קען מיר אפשר צואווייזן א מקוה. דער גיבט מיר א קוק אן מיט זיינע שארפע אויגן און ער הייבט מיר אן זאגן אז דער גר"א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט גיין אין מקוה אום שבת, זאג איך איהם, יא, אבער וואו איז דא א מקוה? זאגט ער מיר מיט'ן גאנצן ערנסטקייט "איך קען דיך נישט זאגן ווייל לפני עוור לא תתן מכשול."
(אויב איינער איז נייגעריג, ביז וואס ווען וואו איז שוין לעכטיג געווארן און איך בין צוריקגעגאנגען צו די מקוה און ס'שוין געוועהן אפן.)
לשיטתו איז ער דאך 100% גערעכט
וואס איז אזוי אינטערסאנט?
נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 12:26 am
דורך yesiknow
אויב עס איז דא על מי לסמוך, איז אפשר נישט דא דער איסור פון לפני עיור, אין דיס קעיס האט דער ליטוואק פיין געוויסט לכאורה אז לויט רוב פוסקים אז מען טובעלט זיך אריין אין ארויס איטס אוקיי, נאר דאס איז א טיפיקעל ליטוואק ודל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:09 am
דורך סוף טוב הכל טוב
yesiknow האט געשריבן:אויב עס איז דא על מי לסמוך, איז אפשר נישט דא דער איסור פון לפני עיור, אין דיס קעיס האט דער ליטוואק פיין געוויסט לכאורה אז לויט רוב פוסקים אז מען טובעלט זיך אריין אין ארויס איטס אוקיי, נאר דאס איז א טיפיקעל ליטוואק ודל
גראדע לויט "רוב" פוסקים איז עס אסור, לויט א מיעוט (מיעוטא דמיעוטא) פוסקים איז מותר (קרבן נתנאל הוא כמעט היחיד שמתיר)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:19 am
דורך yesiknow
קים אריין קלאר אויב מעגליך , וואס פונקטליך איז זיין (איסור)היתר?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
yesiknow האט געשריבן:קים אריין קלאר אויב מעגליך , וואס פונקטליך איז זיין (איסור)היתר?
קר"נ שרייבט אז "טבילה" איז נישט "רחיצה", דערפאר איז מותר אפילו בחמין