בלאט 10 פון 12
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 3:19 pm
דורך אלע צוזאמען
אויב
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:דהיינו, ביטע זאג מיר וואס איך זאל טוהן.
פארהערן ר' הילל וויינבערגער? דעם וואלאווער?
פרעגן ווער די משגיחים זענען, און זיי אריבעררופן צו מיר אהיים און אויספרעגן צו זייערע 'שטובער' גייען מיט ביי-האר?
'ביי-האר' איז ביי דיך אידישקייט, דאן יא, פיגער אויס וואס די מצב ביי זיי אין שטוב איז.
ס'נישט אזוי שווער ווי דו מאכסט עס, מ'קלינגט אריין צו זייער אפיס און מ'פרעגט קשיות, נארמאלע, אזוי אז זיי זאלן נישט אראפהאקן.
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 4:07 pm
דורך יצחק אייזיק
קהל'ס נער האט געשריבן:ותורת אלוהים מושפלת עד שאול תחתיה…..
אמת'ע צעטל?
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 5:25 pm
דורך קהל'ס נער
קהל'ס נער האט געשריבן:מקור פונעם צעטיל איז נישט קלאר האב איך עס פארמעקט פאר דערווייל
@יצחק אייזיק
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 8:44 pm
דורך אלע צוזאמען
הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 9:11 pm
דורך בעל אחריות
איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 10:30 pm
דורך מתבודד
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
@בעל אחריות...
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 10:47 pm
דורך יאסל ראקאווער
אויב די פייט גייט זיך נישט סעטלען שנעל, איז דא א גוטע טשאנס די פעדעראלע גאווערמענט אנטי טראָסט דיוויזיע זאל זיך אריינמישן! די מלכות של חסד, די הייליגע אמעריקאנער גאווערמענט האט הארבע געזעצן קעגען אזוינע מאַפיאָסע מאנאפאלי געימס. השם זאל האלטן זיין יד החזקה וילמדו תועים בינה.
און אויב נישט איז דא א פייט וואס הייבט אן א טיילונג. די ערשטע זאך וואס די חכמים האבן געטון צו פייטן די נוצרים איז געווען צו אסרן זייער וויין. מ'זאל זיך נישט מישען! טאקע נישט געווען נאך אזוינס אין היסטאריע פון כלל ישראל אז מ'זאל אסרן א הכשר פאר געלט גייציגע פערזענלעכע אינטערעס, אבער בסיעתא דשמיא אכשר דרא ואשרינו שיש לנו רבי כזה. גייט ביידע זייטען האפענטליך אסרן די אנדערע הכשר ולא ישאר ספק בהיסטאריע האיך דרך אבותינו הגיע לידינו, כי מעשה אבות סימן לבנים.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 11:31 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז אמת אז וויענער רב האט מוחה געווען אויף סאטמאר?
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 11:34 pm
דורך צומישט און צוחישט
חתם סופר האט געשריבן:ס'איז אמת אז וויענער רב האט מוחה געווען אויף סאטמאר?
גם אני שמעתי.
נאכגעזאגט די באקאנטע טייטש: שוחט משום מאי מיחייב משום צובע...
(דהיינו מ'פארבט עבירות ס'זאל אויסקוקן ווי מצוות)
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 11:59 pm
דורך אלע צוזאמען
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
גא''מ, ביי מיר אינדערהיים ווייסט מען שוין פון פאר די פרשה, אז התאחדות איז א גאר שוואכע הכשר, און ס'איז נאר א בדיעבד שבדיעבד.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:49 am
דורך שמעון וואלף
אינטערסאנטער האט געשריבן:
נישט אומזינסט האט וועד הכשרות קרית יואל עטליכע יאר צוריק געוואלט ארויסקומען מיט אן אפיציעלע מעלדונג אז מען סטאפט צו נעמען סאכדעס פרודאקטן, טאקע וויבאלד זיי האבן איינגעזעהן וואס פאר א ריזיגע קוראפשען און הפקירות עס טוט זיך דארט, ביז ר' הלל וויינבערגער האט זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל דאס נישט טוהן, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויפנעמען נייע משגיחים און מען גייט זיך פארבעסערן. זייט דעמאלס האט מען אנגעפאנגען צו שיקן אביסל משגיחים "בלויז אין די היימישע געגנטער" ווי מען קוקט זיי נאך, ער האט שפעטער אויך לעצטנס צוגעלייגט ר' ישי ליבערמאן.
און פארוואס האט ער דאס געטוהן? נאר נאכדעם וואס ער האט געציטערט אז מען גייט ארויסקומען קעגן אים, דאס הייסט א הכשר? אויף אזעלכע מענטשן דארף מען זיך פארלאזן? און אפילו יעצט איז דאס נאך אלס א שיף אן א רודער, קענסט מאכן א קאמפעני אין פענסילוועניע און טוהן דארט וואס די ווילסט, ווילאנג די שיקסט די טשעק צו התאחדות גייען זיי ניטאמאל אראפקומען צו דיר, זיי זענען איין שטיק קוראפשען.
איך בין אויך סוספיסיש אויף התאחדות הכשר, נישט וויסענדיג ווער ס'איז די בעל אחראי דארט און וואס זייערע סטאנדארטן זענען, אבער וואס ברענגסטי מיר א ראי' פון וועד הכשרות קר"י? ווייסטי דען נישט אז די ארונים זענען שוין לאנג נישט אויף איין פעיזש מיט התאחדות? ובפרט אין כשרות ווי די וואלאווע רב'ס זון איז פון די פירער פון ועד כשרות דקר"י.
און נאכאמאל, איך זאג נישט אז התאחדות הכשר איז נישט קאראפטירט, ובפרט נאכ'ן יעצטיגע סומאטוכע, ווי ס'נתגלה געווארן קלונם ברבים.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:52 am
דורך שמעון וואלף
yn.NY האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:וויאזוי שטייט אין רש"י דער וואך?
ווואלאווע רב שפיקח היה מה ראה לשטות זו?
ווען אין וואלאווע ישיבה לאזט מען נישט אריין מיט התאחדות הכשר און סאטמאר פלייש פארשטיי איך, אבער דערווייל האט די וואלאווע ישיבה נאכנישט ג'אסרט...
וואלאווע רב'ס בעק-אפ פלאן איז אז די ארונים וועלן איהם שטיצען אנשטאט...
ארונים מאכן שבת פאר זיך מיט זייער אייגענע ועד הכשרות. צופיל קען ער נישט פארדינען פון זיי. איך גלייב אז ער האט זיך געמאכט די חשבון אז ער וועט נישט צופיל שאדן האבן פון א זלונישע בויקאט. און איך מיין אז חוץ די מוסדות איז נישטא קיינער וואס צעקראצט זיך פון די בויקאט
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 12:53 am
דורך שמעון וואלף
אלע צוזאמען האט געשריבן:הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
וואס האבן זיי געקויפט פון פריינד'ס? רויע פיש?
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:31 am
דורך מקץ שנתים
חתם סופר האט געשריבן:ס'איז אמת אז וויענער רב האט מוחה געווען אויף סאטמאר?
ניין. סתם אן עלילת דם על אדם כשר אז ער מישט א טאפ וואס האט נישט מיט עם. זיך באצויגן צו גאר אן אנדערן ענין.
Re: וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 10:46 am
דורך מקץ שנתים
צומישט און צוחישט האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ס'איז אמת אז וויענער רב האט מוחה געווען אויף סאטמאר?
גם אני שמעתי.
נאכגעזאגט די באקאנטע טייטש: שוחט משום מאי מיחייב משום צובע...
(דהיינו מ'פארבט עבירות ס'זאל אויסקוקן ווי מצוות)
בע״כ האט די מחבר פונעם טייטש שוין 300 יאר צירוק (כמדומה מקורה מהבעש״ט הק׳) זיך אויך באצויגן צום וואלאווע תשפ״ג איבערקערעניש, ווייל נאכזאגן אזא טייטש קען דאך נישט מיינען עפעס אנדערש..
נישטא ווער סזאל לאכן.
עלילת דם.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 11:09 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אלע צוזאמען האט געשריבן:הער איך אז 'סאטמאר' האט געבראכן א מיליאן דאלאר קאנטראקט מיט 'פריינדס פיש', ווייל זיי האבן וואלאווע, און אז 'פריינדס' טראכט ערנסט פון אראפווארפן וואלאווע.
פארן ברעכן א קאנטראקט פאר אזאנע סיבות קען מען אריינגעבן א קלאגע.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 11:11 am
דורך דער גאלדענער אדלער
בעל אחריות האט געשריבן:איך בין טאקע נאר איין קליינע מענטש אבער איך דארף טוהן מיינס, אלזא פון היינט וועל איך פרובירן צו קויפן בל"נ דעי פראדוקטן וואס האבן א וואלאווא הכשר.
אדער אויפהערן ניצן הכשרים מיט אידישע אותיות.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 11:32 am
דורך חב''ד הויזן
מקץ שנתים האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ס'איז אמת אז וויענער רב האט מוחה געווען אויף סאטמאר?
ניין. סתם אן עלילת דם על אדם כשר אז ער מישט א טאפ וואס האט נישט מיט עם. זיך באצויגן צו גאר אן אנדערן ענין.

וועלכע ענין?
און פארוואס האט עס נישט מיט אים? אויב איז דא א פראבלעם מיט וואלאווע הכשר איז עס נוגע יעדע איד פון כלל ישראל, ניט אזוי?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 4:22 pm
דורך פאריעריגע שניי
שמחת בית סאטמאר
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 4:31 pm
דורך קהל'ס נער
פאריעריגע שניי האט געשריבן:שמחת בית סאטמאר
מען זאל אנזאגן דעם חתן צי זאגן אינטערן חופה ״הרי את מקודשת על מנת שלא תקנו מאכלים עם הכשר וואלאווע״
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 4:41 pm
דורך shadchan
פאריעריגע שניי האט געשריבן:שמחת בית סאטמאר
בין איך א כופר אז איך גלייב עס נישט?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 4:45 pm
דורך shadchan
אין בד'וו א ארויני האט מיר געזאגט עפעס אז ביי זיי האט מען עס אויך געאסערט אדער עפעס אזוי?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 5:38 pm
דורך אבטח ולא אפחד
פאריעריגע שניי האט געשריבן:שמחת בית סאטמאר
וואW אזוי שארף צו גיין אפיציעל?!!