Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:59 pm
ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16838
וועט לכאורה פארקומען און פראנט פון ישיבה ווי דער אינגערמאנ'ס טאטע איז א מגיד שיעורגעטרייע טאטע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:59 pm ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
לכאורה ווייל דארט איז אינדרויסען פון די ווילעדששטריימל באקס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:13 pmוועט לכאורה פארקומען און פראנט פון ישיבה ווי דער אינגערמאנ'ס טאטע איז א מגיד שיעורגעטרייע טאטע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:59 pm ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
דו דברס'ט הוילע שטותים.yatzmachp האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm פאר די אלע וואס טענהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וועגן וויזיטעישן, האב איך זייער קלאר געשריבן פארוואס איך האלט מען זאל נישט אפהאלטן קיין גט און ליין עס איבער ווייל איך פיהר מיך נישט איבערצושרייבן. די שאלה איז א פשוטער, ווען א אינגערמאן קומט זיך דורך רעדן מיט אייך צו ער זאל יא אדער נישט געבן קיין גט ווען ער באקומט נישט קיין וויזיטעישן און די גייסט אים מיעץ זיין ביזטו מחויב על פי תורה אים צו געבן די בעסטע עצה משום ולפני עיוור. איז די שאלה וואס איז די בעסטע עצה. איך האב מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס איך האלט אז מען דארף מייעץ זיין אויף צו געבן א גט, מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. איך האב נאך נישט געהערט קיין פארקערטע סיבה בטוב טעם ודעת מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. סך הכל האב איך געהערט אז דו לאזט נישט אפ מיין בארד לאז איך נישט דיין בארד.
אדרבה, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די מצב, נישט איינער וואס גייט עס יעצט דורך, און ווי אזוי זיי האבן עס געהענדלט און ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט אין די לאנג ראן. אין חכם כבעל הניסיון.
נו וואס איז, אפשר האט זי אדער ווייסט זי פון א נאנטער וואס האט געליטן? אדער נישט, וואס א חילוק.
זיי ציהען נישט צוריק, זיי זענען מבטל אן אנדערע בי"ד'ס סירוב.
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑
זיי ציהען נישט צוריק, זיי זענען מבטל אן אנדערע בי"ד'ס סירוב.
דאס איז גאנץ אן אנדערע מעשה.
איך זאג נישט ווער ס'איז גערעכט.
מ'דארף קענען מער פרטים (און מ'דארף אויך קענען די דיינים...)
אבער זאגן אז בית דין "האט צוריק געצויגן" איז א אפענע פרעכע שקר.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ סוף טוב הכל טוב: היינו הך, ס'איז די זעלבע זאך (אט האסטו א גראם אויך). איב א בי"ד האט מבטל געווען די סירוב פון א צווייטע בי"ד מיינט אז ס'איז נישט דא קיין אקטיווער סירוב, און דער מאן און זיין משפחה האבן גארנישט עובר געווען...!
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: ↑
נו וואס איז, אפשר האט זי אדער ווייסט זי פון א נאנטער וואס האט געליטן? אדער נישט, וואס א חילוק.
די מכתב איז געשריבן אויפן סירוב וואס איז ארויס געקומען בעפאר, אויף דעים ארויף האבן די דיינים געשריבן די מכתב עיין בהמכתב
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑
ואסיים מעין הפתיחה, אז אין אנדערע פעלער איז יא דער מאן דער רשע מרושע וואס מען דארף אים אונטערברענגען און ער וועט פלאקערן אין גיהנם, אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו וויסן די פרטי הדברים פאר מען מאכט א החלטה (און געווענליך איז אוממעגליך צו וויסן אלע פרטים מיט אן אמת), אבער דאס בלינדקייט פון צומאכן די אויגן און שרייען "א גט טאר מען קיינמאל נישט אפהאלטן" איז אראגאנט, נאריש, און זאגאר רשעות און טפשות וואס עקזיסטירט נאר אין עולם הדמיון (אדער אין די גוי'אישע וועלט ליידער, וואו די מענער ענדיגן נישט וויינען אויף זייער בראך אז די פרויען האבן אלע רעכטן און מענער נישט). עס מאכט נישט קיין סענס אינעם רעאליטעט. אין רוב פעלער - הגם נישט אייביג - קען מען גאנץ גרינג פועל'ן ביים יונגערמאן זאל געבן א גט, אויב ער באקומט זיינע נארמאלע, יושר'דיגע מענטשליכע פארלאנגען. ווי נישט ווי, וויל דער יונגערמאן אויכעט נאכאמאל חתונה האבן און האבן א נארמאלע לעבן.
איי וועסטו זאגן, ער קען גיין מאכן א היתר מאה רבנים? איז וויכטיג צו וויסן אז רבנים טיילן נישט אזא היתר אין די וועלט אריין פאר יעדן שמויגער וואס פארלאנגט עס, עס איז א קאמפליצירטע פראצעדור. זיי וועלן געווענליך חוקר ודורש זיין, זיכער מאכן בעפאר דעם צי מען קען נישט גיין גראד, און אויב דער מאן איז סתם א מעגן וועט ער דאס נישט באקומען. רבנים זענען נישט אייביג סתם שלעכטע, זיי האבן אויך קינדער און אייניקלעך וואס מוטשען זיך אין די ענינים און זוכן אויך עצות דערצו.
דער שליסל ווארט איז: דרך הממוצע. קיינמאל נישט זיין איינזייטיג נאר פאר מענער אדער נאר פאר פרויען. עס איז נישט קיין ג'ענדער אישו.
לויט הרב געשטעטנער פון מאנסי ַַנישנאש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:53 pm די פרוי'ס בארגעניג טשיפ איז טויזענט מאל שטארקער. זי האט די קארט סיסטעם אין אמעריקא וואס נעמט זיך אן פאר פרויען 90% פון די אישוס.
נאכאמאל, קיינער רעדט נישט ווען א מאן געבט סתם נישט קיין גט, דעמאלטס איז כו"ע מודי אז ס'איז די גרעסטע רשעות און מען דארף עס אונטערברענגען, אבער ווען די פרוי טוט די גרעסטע רשעות נישט צו לאזן א טאטע זען זיינע אייגענע קינדער און קומט וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מ'געבט איר נישט קיין גט, איז זי א היפאקריט און ס'קומט זיך איר נישט קיין גט.