בלאט 10 פון 14
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:08 am
דורך whatever
היינט גייט אלעס מיט בילדער, פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט, ביטע ברענגט בילדער פון די ספינקא קינדער - איינקליך רבי'ס
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 2:56 am
דורך לאכעדיג
whatever האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 1:08 am
היינט גייט אלעס מיט בילדער, פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט, ביטע ברענגט בילדער פון די ספינקא קינדער - איינקליך רבי'ס
רבי הערשעלע איז דאך געווען אקעגן (אלעס...) בילדער.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 1:58 pm
דורך מנחם מנדל
לאכעדיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 2:21 pm
צפת האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 7:20 am
דער אשכול האט אנגעצינדן מיין נייגער איבער די ספינקא מחלוקת.
קען איינער אריינקומען קלאר איבער די פערסענעלטי פון אלע ספינקער קינדער, און ווי אזוי זיי האבן אויסגעקוקט בחייו פון זייער טאטע?
וואספארא כאראקטער איז ר' בעריש געווען? - עובד, פיקח, ארבעטער? - וואס האט ער געטון?
וכן ר' אביש, אייזיק, נפתלי וכדו'?
ווער האט געהייסן דער געלונגענער, חשוב'סטער, וכו'?
נאך שבת וועל איך אי"ה שרייבן א שיינע באשרייבונג איבער די קינדער פון רבי הערשעלע.
עס איז גאנץ אינטערעסאנט ווי אויך היפש קאמיש...
מיר ווארטן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 6:43 pm
דורך לאכעדיג
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 1:58 pm
מיר ווארטן.
בקרוב אי"ה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 7:35 pm
דורך מילך טראק
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 8:25 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 7:35 pm
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
יא.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 8:37 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 8:25 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 7:35 pm
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
יא.
אבער איך גלייב אז די שול איז יא געווען אפען פאר די פאבליק
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 9:25 pm
דורך מנחם מנדל
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 8:37 pm
לאכעדיג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 8:25 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 7:35 pm
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
יא.
אבער איך גלייב אז די שול איז יא געווען אפען פאר די פאבליק
און היינט? מען קען נאר אריינקומען מיט א קאוד?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 9:33 pm
דורך מילך טראק
נישט ממש אבער ממאכט דיר פילן אומבאקוועם
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 9:39 pm
דורך מר. קלונימוס
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 7:35 pm
אנדערש ווי זיינע ברודער איז ר' אביש איז זייער א פארמאכטע חסידות , איז ר' הערשלע אויך אזוי געווען?
ר' הערשעלע האט געהאט וואס צו פארקויפן, פארשטייסט?... דא איז בעסער אז מ'ווייסט נישט און מ'זעט נישט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 10:31 pm
דורך מילך טראק
איך ווייס נישט צו סהאט מיט דעים, דאס האט מער מיט די קולט סטייל חסידות
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:37 pm
דורך חקרן
מיר האבן נאכאלס נישט זוכה געווען צו א באשרייבונג איבער די ספינקע קינדער...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 am
דורך כספי
לאכעדיג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 1:41 pm
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 10:45 am
וואס איז א חילוק פון א ערליכע איד און א צדיק אמת?
גוט מדייק געווען...
און די חסידישע קאמיונעטי מיינט א ערליכע איד איינער וואס מען מעג נאך רעדן פון זיינע שוואכקייטן און א צדיק אמת מיינט איינער וואס מען טאר שוין נישט רעדן פון זיינע שוואכקייטן...
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:24 am
דורך לאכעדיג
כספי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 am
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות
דאס איז דיין פשט, און מיין פשט איז אזוי ווי איך האב געשריבן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:25 am
דורך כספי
דיינס קוצט אויך פון מיינס, דארט האט זיך עס אנגעפאנגען
רבי הערשעלע ספינקערס קינדער
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:24 am
דורך לאכעדיג
די ספינקא בנים, אדער אזוי ווי מען האט זיי גערופן אין וומ"ס בלשון חיבה רבי הערשעלעס קינדער.
ווי הייבט מען אן??
1) רבי בעריש איז געווען א בעל באטישע בחור,
2) רבי אביש איז געווען דער געטרייער עסקן אלץ בחור,
3) רבי אייזיק האט געלערנט פלייסיג אלץ בחור,
4) רבי נטע האט געטרייט נאכצומאכן רבי בעריש אלץ בחור,
5) רבי נפתלי איז געווען די מפואר בחור.
רבי הערשעלע האט אויפגעשטעלט זייער א פארפרומטע און חאניאקישע שטוב, די היים טעלעפאן האט נאר געמעגט זיין שווארץ, אין זיין הויז האט נישט געמעגט זיין קיין טעיפ ריקאדער, ער האט נישט געלאזט גיין שווימען, און זיינע קינדער האבן געהאט גאר לאנגע פיאות, וכו' וכו'.
פון די אנדערע זייט האט ער קיינמאל נישט געהייסן אדער געזאגט פאר זיינע קינדער וואס צו טאן און וויאזוי זיך אויפצופירן. זיי האבן נישט געמוזט גיין אין חדר, און זיי האבן נישט געדארפט אראפקומען אין ביהמ"ד דאווענען אפילו אלץ בחור, וכו'.
רבי הערשעלע פלעגט נישט פארברענגען מיט זיינע קינדער, ער איז געווען זייער א פארמאכטע מענטש אין זיין הויז, ער האט געלאזט זיין רביצין פירן די ווירטשאפט, און זי האט עס טאקע געפירט מיט א שטייפע האנט.
צוריק צו די קינדער, זיי זענען אונטערגעוואקסן און זיי האבן זיך אויסגעשטעלט ווי פאלגאנד.
רבי בעריש האט געהאט א ברייטע נאטור, ער איז געווען א געלונגענע מענטש מיט אסאך פעיגקייטן, ער ליב געהאט שיינע זאכן, ער האט ליב געהאט פראקטישקייט און אפענקייט וכו'. פון די אנדערע זייט האט ער נישט ליב געהאט די אלע פרומקייטן אין משוגעתן פון זיין טאטע, ער האט געפירט די ספינקא חדר נישט אויף זיין טאטעס חאניאקישע דרך, ער האט נישט געקענט דערליידן זיין טאטעס צמצום, און דעריבער האט עס אויסגעזען ווי ער איז קעגענזייטיג מיט זיין טאטע און פארדעם האבן רבי הערשעלעס מענטשן אים נישט מחשיב געווען נאר מרחק געווען און אטאמאטיש האט ער נישט איבערגענומען די ביהמ"ד נאך רבי הערשעלע איז אוועק נאר ער איז געגיינגען מאכן שבת פאר זיך.
רבי אביש האט אלע יארן מיטגעשפילט און מיט געטאנצען מיט זיין טאטע, מיטגעפארן מיט אלע חאניאקישע משוגעתן עד הסוף. ער איז געווען שטארק געטריי צו זיין טאטע, וואס רבי הערשעלע האט אים געבעטן האט ער אויסגעפירט אן קיין פראגעס. ער האט אויך זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט אין זיין טאטעס ביהמ"ד, און אין די מקוה, וכו'. ווי אויך האט ער זיך זייער גוט געלעקט צו זיין טאטעס מענטשן און געבויט א נאנטע קשר מיט זיי. און וויבאלד ער איז געווען די עלסטע זוהן וואס איז אזוי נאנט געווען מיט זיין טאטע און מיט די מענטשן איז ער געבליבן מיטן בענקל נאך זיין טאטעס פטירה.
רבי אייזיק האט פלייסיג געלערנט, ער איז אויך געווען א שטארקע חאניאק, ער איז געווען א שטיקל דיין ביים טאטען אין ביהמ"ד, ער האט געהאט א שפראך מיט די עלטערע דור. רבי הערשעלע האט אים געשטעלט צו זיין ממונה אויף די קאך, די טישן און אויף די סוכה. ער איז נישט געווען קיין סאשעל מענטש ממילא האט ער נישט אנגעבינדען קיין קשר מיט זיין טאטעס מענטשן און דעריבער אפילו זיין טאטע האט געלאזט צוואה אז ער זאל פירן די ביהמ"ד צוזאמען מיט רבי אביש נאך זיין פטירה איז ער אטאמאטיש ארויסגעפאלן און איז אויך געגיינגען מאכן שבת פאר זיך.
רבי נטע איז געווען א קאפי פון רבי בעריש, די צוויי ברודערס זענען זייער נאנט געווען און פאר רבי הערשעלע האט עס זייער שטארק געבאדערט צוזענדיג ווי רבי בעריש קלערט אויף רבי נטע אז ער זאל נישט זיין אזוי חאניאקיש, ער האט חתונה געהאט קיין בארא פארק וואס איז אין יענע צייטן איז עס געווען א בושה פאר רבי הערשעלע. און וויבאלד ער האט געוואוינט אין בארא פארק האט ער נישט געהאט קיין שטארקע שייכות אלע יארן מיט זיין טאטע און מיט זיינע חסידים. ער האט זיך געעפענט א ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואס איז נישט געווען בניחותא פון רבי הערשעלע.
רבי נפתלי איז גוט געווען אלע יארן מיט רבי אביש, ער איז געווען א וואויל אינגעל אזוי ווי מען רופט עס, ער האט קיינעם נישט געבאדערט, גארנישט צוגעגעבן און גארנישט אראפגענומען, זיך אייביג צוגעשטעלט צו אלעס און יעדעם צופרידנגעשטעלט.
רבי הערשעלע האט נישט אריינגעלייגט אין זיינע קינדער קיין טראפ סעלף עסטים, דעריבער האבן זיי קיינמאל נישט געקענט פירן א קהילה ווי א ריכטיגער מנהיג און ווי אויך האבן זיי קיינמאל נישט געקענט אליין מאכן קיין החלטות.
דעריבער איז אזוי.
רבי בעריש און רבי נטע, וויבאלד זיי האבן קיינמאל נישט געקענט הערן וואס א צווייטער האט צו זאגן, אפילו זייערע נאנטע מענטשן, זענען זיי געבליבן אן גארנישט, און וואס זיי האבן שוין יא געטרייט אנצוהאלטן איז אויך צופאלן.
רבי אביש איז א ראבאט, ער טוט אלעס וואס זיין טאטע האט געטאן, ער האלט שטארק אן זיינע מענטשן וואס גלייכן אים זייער וואוסענדיג אז ער טוט אלעס אזוי ווי רבי הערשעלע זייערע פריעדיגע רבי האט געוואלט און געטאן.
רבי אייזיק האט משפחת שפיטצער וואס האבן אים געהאלפן ווערן א רבי, און מיט זיינע קאלירן און אייגענארטיגקייטן האט ער זיך ערווארבן אן אייגענע קהילה און פראבירט צו צופרידנשטעלן זיינע מענטשן.
רבי נפתלי האט א ביזנעס וואס הייסט קראלי און ער פירט עס גאנץ גוט א דאנק די סאטמאר מהר"א בעלי בתים וואס האבן אים אויסגעלערנט וויאזוי עס צו פירן און ער האט זיך געלאזט אויסלערנען פון זיי.
די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 pm
דורך לאכעדיג
די ניחום אבלים אין סיגעיט וועט לכאורה אויך זײַן גאר אינטערעסאנט.
אזויפיל רבנים און רביס בני המשפחה אונטער איין דאך,
יעדער אויף זיין שניט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:14 pm
דורך היום
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:24 am
כספי האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 am
בעסער געזאגט, א ערליכער איד מיינט איינער וואס האט נאך שוואכקייטן, מ'קען עם כאפן ביי עולות
א צדיק אמת קען מען נישט כאפן ביי קיין עוולות
דאס איז דיין פשט, און מיין פשט איז אזוי ווי איך האב געשריבן.
עוד אפשר לומר:
מיין רבי = צדיק אמת.
א רב וואס איז זיך מכניע צו מיין רבי = ערליכער יוד
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:11 pm
דורך לאכעדיג
ביידע סאטמארע רביס זענען יעצט געזעצן צוזאמען ביי די לויה אין סיגעיט.
מהרי"י האט שיין אויסגעהערט די הספד פון מהרא.
מהר"א איז נאכנישט דארט געווען ביי די הספד פון מהרי"י ווי אפגעשמועסט פון פארדעם.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:17 pm
דורך אוהב ספרים
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:20 pm
דורך חב''ד הויזן
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:21 pm
דורך מר. קלונימוס
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:17 pm
וואס פונקטליך דארף מען אפשמועסען? מהר"א קומט ווען ער וויל, און מהרי"י קומט ווען ער וויל
ושלום על ישראל!
די דמיונות וואס מענטשען טרעפן אויס
יעדע דעטאל געווען אפגעשמועסט אויפן האר.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:21 pm
דורך חב''ד הויזן