בלאט 10 פון 10
Re: קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: זונטאג אפריל 01, 2018 8:46 pm
דורך א שרייבער
@קרוקלענד איך מוז דיר זאגן האסט עס גאנץ גוט ארויסגעברענגט...
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 5:31 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
טמיר האט געשריבן:געהערט פון א רב אז ת"ב שנדחה דארפן עוברות ומיניקות נאר פאסטן ביז מנחה גדולה, ע"פ הלכה. איינער קען עס קאנפירמען?
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
דאס האט ער געזאגט נאר פאר יענעם צו הייסען אז ער איז א חמור\מחמיר זיין ווייב אדער טאכטער לאזט ער עסען
נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 5:36 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
קנאקעדיג האט געשריבן:פארשלאפן הבדלה קען איך מאכן יעצט הבדלה אויף מיץ ענבים??
הבדלה קאן מען מאכען ביז דינסטיג אדער דער בורא מאורי האש מען מען נאר מוצאי ש"ק
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 12:29 pm
דורך סקרן
מעג מען היינט ע"פ הלכה נעמען א הייסע שויער מיט זייף און שעמפו?
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 1:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט נעמען א שאווער אדער זיך זייפן, נאר א jacuzzi אדער א הייסע מקוה וואו מ'האט הנאה פונעם עצם זיך וואשן. א שאווער מיט הייסע וואסער קען מען דן זיין, אבער ווילאנג מ'האט נישט הנאה פון די ווארעמקייט פון די וואסער איז נישט דא קיין שום שאלה.
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אין די היינטיגע הייסע וועטער האט מען מער הנאה פון א נישט הייסע שויער. א הייסע שויער הייסט ענדערש אן עינוי...!
לגבי נעמען א שויער אין די ניין טעג. ספעציעל ווען ס'איז זייער שטארק הייס און היומיד. ביניך אויף איין פעידזש מיט הרב עובדיה ז"ל. און ווער ס'איז מחמיר איז א חמור. צי ער איז אן אשכנזי אדער ספרדי...!
לא כמו הרב שהתבטא..."אשכנזים, חמורים"...!
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 3:51 pm
דורך יין שרף
ראיתי בשם ר' אביגדור מיללער ז"ל, אז אויב נעמט מען א גאנץ יאר א shower צוויי מאל א טאג, דאן אין די ניין טעג זאל מען נאר נעמען איין מאל. אויב נעמט מען א גאנץ יאר איין מאל א טאג, דעמאלס זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן צווייטן טאג. אויס נעמט מען א גאנץ יאר יעדן צווייטן טאג, זאל מען אין די ניין טעג נאר נעמען יעדן דריטן טאג.
אויב נעמט מען א גאנץ יאר נאר יעדן דריטן טאג, זאל מען נעמען א גאנץ יאר מער אפט..
נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 7:55 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: יא. ער איז געווען באוואוסט מיט זיינע הומאריסטישע באמערקונגען וועלכע האבן געטראפן אין פינטל. ווען איינער פון זיינע מתפללים איז געקומען צו איהם אז ער זאלל איהם געבן עפעס א סגולה אקעיגן גניבה. ווייל מ'האט געוואלט גנב'ען זיין קאר. האט ער איהם געזאגט אז די בעסטע סגולה אקעיגן גניבה איז אז ער זאלל אייביג פארמאכן דעם קאר...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:31 am
דורך שמעון וואלף
א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?
די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:52 am
דורך קורקלענד
שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?
די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:09 am
דורך יין שרף
כמדומה אז הרב אלישיב זצ"ל (או הג"ר שלמה זלמן אורבאך זצ"ל) האבן געזאגט א צוויי איז גענוג (אם העיבור זה זכר, ואם היא נקבה תלוי אם המנהג ליקח לכאו"א תרנגולות מיוחדת או די לכולם בתרנוגלת אחת).
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:22 pm
דורך שמעון וואלף
קורקלענד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?
די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....
וואס עפעס? טאמער ווייסט מען אז די עיבור איז געווען זכר פארוואס זאל מען נאכאלץ דארפן נעמען צוויי נקבות?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 5:35 pm
דורך קורקלענד
טאמער ווייסט מען אז די ערשטע טאג איז די אמת'ע יום טוב, פארוואס זאל מען דארפן האלטן די צווייטע טאג?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 9:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מנהג אבותינו בידינו
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:31 pm
דורך קורקלענד
אויב אזוי דאן פארוואס ניצט איר געלט?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 10:55 pm
דורך יין שרף
דבר הניתן מיד ליד..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך נוץ געלט ווי מיין טאטע און זיידע. דער רא"ש סוף ר"ה, ווען ער דינגט זיך אויף דער רמב"ן׳ס מצדיק זיין די אלטע מנהג, זאגט אויף די נייע מנהג ׳מנהג אבותינו בידינו׳. אזוי האלט איך אן מיין טאטע׳ס מנהג צו געבען געלט פאר צדקה אלס א פדיון נפש, ובעז"ה אני וביתי נלך וניכנס לחיים טובים וארוכים
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 3:40 pm
דורך יין שרף
רש"י אין מסכת שבת ברענגט אז מען פלעגט נוצן באנדלעך, דרייען איבערן קאפ אין אריין זרק'ענען אין ים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:53 pm
דורך בת קול
וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?
Re: קורצע הלכהדיגע שאלות
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:20 pm
דורך קל וחומר
בת קול האט געשריבן:וויפיל כפרות דארף שלאגן איינער וואס איז מעוברת מיט צווילינג? פינעף?
די מנהג אמאל איז געווען אז מ'האט נישט געוואוסט אויב מ'האט איינס אדער צוויי.
טאמער וואלט מען געוואוסט וואלט מען געקענט זיך פארלאזן אויף דאס וואס מען ווייסט שוין די גענדער אויך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:39 pm
דורך איש חזון
קורקלענד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:א מעוברת וואס ווייסט די ג'ענדער פון די עיבור, דארף נאכאלץ נעמען 3 כפרות?
די שאלה איז פאר אזא איינער וואס נארמאל נעמען זיי דריי כפרות פאר א מעוברת. ביטע נישט ענטפערן אז ס'איז גענוג נאר איינס אדער אז ס'איז דרכי אמורי, מ'קען שלאגן מיט געלט וכו'
לכאורה די וואס האלטן היינט צוטאגס יום טוב שני דארפן אויך ניצן דריי כפרות.....
מאי-אהני-לן-רבנן אלערט
(אגב לנושא דנן, עס מאכט זיך אמאל אז די נורס איז זיך טועה און זאגט אויף א זכר אז ס'איז א נקבה)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:58 am
דורך real fake news
איך וויל וויסן וואס איז די גדרים פון מנהג אבות וואס מדארף (אדער וואס מקען אפילו נישט) מתיר נדר זיין, וועלכע סארט מנהגים גייען אריין אין די כלל, און צי דאס איז נאר אויב מהאט שוין אליין זיך אנגעהויבן אזוי זיך צי פירן וכו'
(אפשר רעדט מען שוין דערפון ערגעץ ביטע צוצייכנען,)