בלאט 10 פון 46

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 10:52 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, כ'האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די מאפע אין די קאנטינענטען קאנטעקסט, און מיט רוסלאנד בין איך סתם אזוי געווען צומישט צו עס איז אסיע אדער אייראפע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
עפן א דזיאגרעפי אשכול, די עולם זאל פרעגן שאלות, געבן ידיעות, אדער שטעלן חידות. ס'איז זייער א אינטערעסאנטע נושא.

נ.ב. איך האב א גלאוב אינדערהיים, יעדע נאכט קענען מיינע קינדער פרעגן דריי דזיאגרעפי שאלות. מ'געט א ספין, און ווי די פינגער קומט אויס דארף טאטי עפעס זאגן... איך טריי מיי בעסט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 11:26 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, קריינא וכו', איך וועל טרינקן בצמא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:19 am
דורך ממרום שלח אש
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז עטליכע קאנטינענטען זענען מחובר.



אויב אזוי וועל איך שוין פארציילען נאך א סוד, לויט געאלאגיאיסטן זענען אלע קאנטינענטן געווען אמאל איין גרויסע סופער קאנטינענט מיטן נאמען פאנזישע. און איין גרויסע ים האט עס ארומגענומען מיטן נאמען פאנטעלאזשיע

די טעאריע שטאמט פונעם דייטשן וויסנשאפטלער אלפרעד וועגנער.

זע בילד, ווי אזוי די היינטיגע קאנטינעטן זענען אויסגעלייגט אין דעם גרויסן סופער קאנטינענט.

בילד

א קורצע הסבר

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QL7LX5-ytOg[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:23 am
דורך דער (פינטעל) איד
ממרום שלח אש האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז עטליכע קאנטינענטען זענען מחובר.



אויב אזוי וועל איך שוין פארציילען נאך א סוד

ווילאנג ווייסטו שוין פון דעם סוד ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:02 am
דורך רויטע וואנצעס
פינטעלע זייט ווען האסטו געוואוסט די סוד פון 10? :)
viewtopic.php?p=167672#p167672

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:06 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך ווייס נאך יעצט נישט דעם סוד. ווייל איך האב עס נאך נישט געקוקט. אבער ווען איינער ליינט וועגן עפעס אזא סאביעקט און ער גייט נאכדעם צו גוגעל און ער ווערט פערצופאל געוואר נאך עפעס און קומט דא צוריק ווי דער שטאט'ס פראפעסאר שרייבן "איך וועל ענק פארציילן נאך א סוד" .... כאילו ער ווייסט דאס שוין פון יארן נאר האט זיך יעצט פערצופאל דערמאנט דערפון זענדיג דא די שמועס... אין אידיש רופט מען דעס "עקלדיג".

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:22 am
דורך איך אויך
ממש אזוי?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:32 am
דורך דער (פינטעל) איד
נו וויאזוי דען?...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:51 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אמאל האט מען געקענט אריינלייגען א טעלפאן נאמבער (נאר היים) און גוגל האט דיך געגעבן די נאמען, אדרעס, זיפ, אזוי ווי א לעבל ס'איז געווען א מחיה. זעהט אויס וועגן פרייוועסי קען מען מער נישט. אבער דא איז א אנדערע סייט וואס טוט גאנץ א גוטע זשאב: https://pipl.com/

ס'איז נישט א פרייוועסי אישו (אפילו מעגליך אז זיי זאגן אזוי.) ס'איז דא עטליכע אנדערע סייטס וועלכע וועלן דיר געבן די אינפארמאציע פאר אן אפצאל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 3:06 pm
דורך דעת תורה
ממרום, דו מיינסט וואס מען רופט "קאנטינענטאל דריפטינג" אדער עפעס אזוי?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:39 pm
דורך ממרום שלח אש
דעת תורה האט געשריבן:ממרום, דו מיינסט וואס מען רופט "קאנטינענטאל דריפטינג" אדער עפעס אזוי?


נישט ממש, דאס א ריזיגע קאנטינענט האט זיך אפגעבראכן אויף שטיקער קומט פון "פלעיט טעקטאניקס", דהיינו אז די קראסט פון די ערד איז נישט איין גרויסע שטיק, נאר איינגעטיילט און עטליכע חלקים, וואס רייבן זיך תמיד און זענען גורם ערד ציטערנישן וואולקאנען "און" קאנטינעטעל דריפטינג. פאנזשיע איז געווארו אויפגעבראכן דורך שטארקע ערד ציטערנישן, קאנטינעטעל דריפטינג איז א פענאמען אז די קאנטינעטן רוקן זיך א משהו איינע פון די אנדערע, עס איז א תולדה פון "פלעיט טעקטאניקס" אבער עס איז א שטייטע איידעלע פראצעס, מען זעט עס בחוש און עס גייט נאך אן היינט.

בקיצור, די אופברעכונג פון פאנזשיע און קאנטינעטעל דריפטינג זענען ביידע א תולדה פון פלעיט טעקטאניקס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 3:24 am
דורך ונבנתה העיר
אז אבאמא'ס האלבע ברודער Mark Obama Ndesandjo איז א איד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=obnf2YMEUqU[/youtube]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:02 pm
דורך דעת תורה
דאס איז דער וועלכער האט יעצט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין (און באראק'ס) אביוסיוו פאטער?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:51 pm
דורך שמעקעדיג
אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!

יעדער וואס טוט נאר מיט קאמפיוטערס אביסל ווייסט אז מען דארף זייער אכטונג געבן וואס - און פון וואו - מען דאונלאודט. יעדער דאונלאוד קען ענטהאלטן אין זיך באהאלטענע וויירוס, עדוועיר, מאלוועיר אדער ספייוועיר, און אנדערע סארט שרעקעדיגע נעמען.
איך האב אבער אייביג געוואוסט אז די פרעסטיזשפולע קאמפאני CNET - וועלכע איז ריזיג גרויס און ברייט באקאנט מיט אירע רעוויואס, אנאליזן און רעקאמענדאציעס אויף יעדע סארט טעכנאלאגיע, און געבן אויך פארשידענע דאונלאודס - זיי קען מען טראסטן בלינדערהייט.

שטעלט זיך ארויס אז נישט. איך האב דאונלאודעד א פראגראם פון זיי, און עס האט זיך ביי מיר אריינגערוקט שווערע עדוועיר מיט ספייוועיר וואס איך קען קוים פטור ווערן דערפון, שוין נאכן פרובירן פארשידענע פראגראמען עס צו רייניגן (ווי מאלוועיר בייטס וכדומה) און זיצן מיט עקספערטן.

גיט אכטונג בעפאר איר דאונלאודט עפעס, און קוקט די רעוויואס פון די וועלכע האבן שוין דאונלאודעט בעפאר אייך, און זעהט וואס זיי האבן זיך צו באקלאגן דערוועגן. אל תמות כדרך שמת פלוני!

Shame on you Cnet !!!!!!!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:27 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 2:50 pm
דורך ונבנתה העיר
דעת תורה האט געשריבן:דאס איז דער וועלכער האט יעצט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין (און באראק'ס) אביוסיוו פאטער?

יא.

כאפט א בליק, ער זעהט אויס צו זיין א שטיקל בעל נפש.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V1VWduyDlts[/youtube]

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 8:30 pm
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!

Shame on you Cnet !!!!!!!


פארגעס נישט אז זײער רעװיוס זענען אויך נישט אזוי באגלײבט.

http://news.yahoo.com/trust-cnet-again- ... 34265.html

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:30 pm
דורך איציק
ער זעהט אויס ענליך, און זיין הברה קלינגט אויך ענליך צו באראק חוסעין. ער רעדט אבער מיט ווייניגער שטאלץ (און אן א טעלעפראמטער...)
ער איז אויך אסאך קלוגער, און פארקערט פון זיין ברודער, איז ער א ווארעמער מענטש.
א דאנק פאר דעם קליפ. איך האב בכלל נישט געוואוסט פון דעם ברודער'ס עקזיסטענץ!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 6:41 pm
דורך איציק
איך האב נישט געזעהן דעם אויבערשן תגובה פון ונבנתה, אז אבאמא האט א אידישער ברודער. ער איז א ליטוואק גאר!
איז דאך נישט קיין חידוש אז ער איז קלוגער און איידעלער...

[left]Ruth Beatrice Baker was born in the United States around 1937, the daughter of Maurice Joseph Baker and Ida Baker of Newton, Massachusetts, who are of Lithuanian Jewish descent.[/left]

מ'טאר נישט גרינגשעצן משיח'ס מתנה...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 7:27 pm
דורך איציק
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז שבת ווערט זר משוגע פון ליידיג גיין, און זעצט זיך ליינען דעם נר ההפטורה...
זר זהב האט געשריבן:אז אריסטו האט געשריבן פאר אלכסנר מוקדון סוף ימיו אז אלע פיליזאפישע וואטעווער זענען שטותים מיט הבלים. (גליון נר ההפטורה פר' תולדות)

איך מיין אז עס קומט פון סדר הדורות וואס איז במח"כ פול מיט גאר מאדנע זאכן.


ווייל עס איז אין דיינע אויגן מאדנע, איז נאכנישט טייטש אז ס'איז נישט פארלעסליך.
דער בעל הפלאה האט געהאלטן דעם סדר הדורות פאר א קראנטע מקור און ציטירט אים. זעה פאריגע וואכעדיגע סדרה, פר' שמות די צווייטע שטיקל:
אך בסדר הדורות כתיב שהמליך את בנו, ע"ש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:19 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:אז מען קען נישט טראסטן CNET דאונלאוד'ס!


Shame on you Cnet !!!!!!!

שכוח [tag]שמעקעדיג[/tag], איך האב כמעט היינט אראפגעלאדענט עפעס וואס זיי האבען מיר געשיקט, א גרויסן ישר כוח.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:33 am
דורך שמעקעדיג
עס מיינט נישט אז מען קען גארנישט דאונלאודן, זיי זענען אלעמאל געווען אנגענומען אלס באגלייבט; נאר בעפאר דו דאונלאודסט טשעק די רעוויואס, און זעה אויב האט זיך שוין איינער אפגעבריהט.