כ'האב אקארשט געליינט אן אור אלטן "מאמענט" (מטו"מ תשע"ז), וואו עס איז געווען א לענגערע אינטערוויו מיט ר' דזשיגעלע יאקאבאוויטש [וואס איז לעצטנס אוועק], און צווישן אלע עפיזאדן און אנעקדאטן, האט מיר דאס פאלגענדע די מערסטע געכאפט. כ'וועל ציטירן ככתבו וכלשונו:
"איר ווילט הערן א גוטע מעשה פון בעלז מיט סאטמאר?" שפרינגט רבי יהושע אויף, "עס איז געווען א רבני'שער איד, א בעלזער חסיד, אין ווילאמסבורג [ר' יהושע זאגט דער נאמען] וועלכער האט געוואוינט אין סאטמאר פאר'ן קריג און דער רבי פלעגט אים שטיצן. אבער נאכ'ן געשעפט מיט בעלז (=כלומר, נאכן פרשה מיט די בחירות ווען ס'איז געווארן א צעקריגעניש. ארי נוהם) האט ער מער נישט געוואלט נעמען געלט פונעם רבי'ן, אפילו וואס ער האט געדארפט וויכטיג געלט לצרכי רפואה.
איין טאג קום איך אריין צום רבי'ן, דער רבי דערציילט מיר די מעשה און זאגט מיר: 'יושע, ביסט דאך א בעלזער חסיד, פון אייך וועט ער נעמען'... דער רבי האט מיר דערביי געגעבן דריי טויזנט אכט הונדערט דאלער! מיט דעם געלט האט מען דאן כמעט געקענט קויפן אן אויסגעצאלטע הויז! דער רבי האט מיר אנגעזאגט אז איך זאל אים בשום אופן נישט אויסזאגן אז עס קומט פון סאטמארער רבי'ן, ווייל 'פון מיר וועט ער נישט נעמען, אבער פון דיר וועט ער יא נעמען'."
אויב אנטראפאלאגן זוכן ערקלערונגען פארן אומגלויבליכן סוקסעס פון סאטמארער רב פארן אויפבלי נאכן קריג, איז די דאזיגע אנעקדאט א שטיקל אריינבליק דערצו. ער איז נישט נאר געווען א פאזיטיווער מענטש, א גוטער מענטש, און א ברייטהארציגער טיילער און געבער, נאר איז גלייכצייטיג געווען א הארציגער מענטש וואס פארשטייענדיג דעם בעלזער'ס ווייטאג האט ער זיך נישט באליידיגט נאר פארגעזעצט צו טיילן געלט פאר יענעם, זאגאר דורך א "שטיקל", אבי צו קענען מחיה זיין א צווייטן איד.
אויב דאס האט ער געטון צו א בעלזער, א "שונא" זיינער, קענט איר זיך שוין פארשטעלן וויאזוי ער האט זיך באצויגן און אפגעגעבן מיט זיינע חסידים און תלמידים, עצמות היבשות ואודים מוצלים מאש. קיין וואונדער אז זיין חסידות האט אויפגעבליט אויף אזא אומגלויבליכן פארנעם, טראץ זיינע עקסטרעמיסטישע שיטות און אנשויאונגען.
עס איז נישטא וואס קען שטיין אין וועג פון גוטהארציגקייט און פיינקייט.