בלאט 10 פון 26

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:55 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:וואס איז די חשבון פון האבען אפאר ניקים??? עס איז בעסער פאר פ.ס.?

אזוי קען מען זיך אליינס לייקן

דאס איז מיך נישט איינגעפאלען, יעצט פארשטיי איך שוין וויאזוי חברה האבען אזויפיל לייקס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:58 pm
דורך זר זהב
איך האב אויך נישט דאס געהאט אין מיינד. אסאך האבן פשוט ליב צו פירן אנדערע ביי די נאז, אדער ווילן זיי נישט שרייבן פאליטיק מיט זייערע פרעסטידזשפולע ניק... און נאך און נאך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:06 pm
דורך טראכט
זר זהב האט געשריבן:נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

לויט די חשבון, שמיעסט דער עולם און פירן דעבאטעס צווישן זיך אליינס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:07 pm
דורך זר זהב
מ'רעדט נישט צו זיך אליינס. אויב 2 אירע למשל האבן 2 ניקים קענען זיי שמועסן צוזאמען מיט'ן אנדערן ניק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:32 pm
דורך טראכט
טראכט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

לויט די חשבון, שמיעסט דער עולם און פירן דעבאטעס צווישן זיך אליינס

גיט געזאגט טראכט :like

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:33 pm
דורך זר זהב
טראכסט נישט גענוג גוט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:02 pm
דורך צוקער
זר זהב האט געשריבן:נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

דאס איז אינגאנצן מיין צווייטע.
פשוט, איך בין אינגאנצן נישט קיין פאליטיקער אדער וואס, מיט מיין ערשטע ניק שרייב איך נאר ערענסטע און לאנגע דרשות, דא ערלויב איך מיר אביסל צו וואוילגיין.[
סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא (האפענטליך) אז איך זאל מיך דארפן האלט אזוי נארמאל...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:07 pm
דורך שמעקעדיג
צוקער האט געשריבן:סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא


און טאמער יא? עסטו סך הכל האבן א שווער מיט 10 ניקס, און ענק וועלן זיך פארשטיין ביים שבת טיש :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:09 pm
דורך זר זהב
צוקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:נישט צו באגריסן. ווייל 8 פון 10 נייע ניקים האבן שוין דא 5 אנדערע ניקים.
און פירן ביי די נאז זאלן זיי זייער שוויגער.

דאס איז אינגאנצן מיין צווייטע.
פשוט, איך בין אינגאנצן נישט קיין פאליטיקער אדער וואס, מיט מיין ערשטע ניק שרייב איך נאר ערענסטע און לאנגע דרשות, דא ערלויב איך מיר אביסל צו וואוילגיין.[
סוכ"ס נעמט מיך קיינער נישט פאר קיין איידעם דא (האפענטליך) אז איך זאל מיך דארפן האלט אזוי נארמאל...

נו מודה ועוזב... ביסטע כאטש מודה אז איך דארף נישט באגריסן א תושב...???!!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:11 pm
דורך צוקער
אבער אזוי ווי מיין רעבעס פלעגן זאגן נאכן מיך גוט צופאטשן און ארויסשיקן פון קלאסרום: "קינדער, יעדער זאל זאגן שלום עליכם פאר אונזער נייער צוקער'ל!"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:18 pm
דורך זר זהב
יעצט זאג מיר די פסיכילאגיע וואס ליגט אונטער דעם. ווער זאגט אז דו קענסט נישט שרייבן סיי ערענסטע דרשות און סיי לייכטערע ווערטלעך
אונטער איין ניק???

דאס איז א סייקאלאדזשיקעל פראבלעם וואס איך האב שוין לאנג געוואלט אדרעסירן! דער עולם ווערט זייער אריינגעטון אינעם אייגענעם סייבער'ישן אימעדזש. ס'דאכט זיך אז יעדער ווייסט ווער ס'שטייט אונטערן ניק (לאו דוקא דעם עכטן נאמען ודו"ק) מ'ווערט אזוי אסאיעטעט מיט'ן אייגענעם זיך/ניק... איך קען נישט ממשיך זיין. -- איז דא א פסיכילאג דא אין הויז?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:20 pm
דורך צוקער
כ'האב שוין געטראכט פון עפענען א פסיכאלאגישן אשכול דאהי.
אבער איך האלט נישט אזאיך טו אזא אומרעכט ווילאנג איך ווייס אז איך האלט מיך נארמאל.

שלום עליכם!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:44 pm
דורך סופר ומונה
ס'האט זיך אנגעפאנגען ווי א 'גאסט אויף א ווייל', נאכדעם וואס א פריינד האט מיר געשיקט א בליצבריוועלע מיט א לינק צו 'קאווע שטיבל', אבער איך האב זיך נישט גענוג געקענט אנזעטיקן פון די שיינע, ברייטע שמועסן וועלכע ווערן דא געפירט, און כ'בין פארבליבן דא לייענען א לענגערע צייט.

ס'איז שוין אט געקומען די צייט אז איך זאל זיך אליין באטייליקן אין די שמועסן, און פרובירן מיטטיילן מיטן חשובן ציבור מיינע ידיעות, מיינונגען, קאמפלימענטן און... קריטיק.

לאז איך מיך, אלזא, ארויס אויף דער רייזע, און איך האף אז איר אלע וועט הנאה האבן פון מיר כאטש אזויפיל ווי איך האב הנאה פון אייך!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:08 am
דורך שמעקעדיג
יעדער גאסט באזונדער איז א אוצר פארן שטיבל, בפרט אז פון דיינע קורצע ווערטער זעהט מען שוין דיין שיינע שפראך און צווישן די שורות דברי חכמה, אלזא, נעשה ונשמע..!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 12:30 am
דורך לאדיך אפ
שלום עליכם מר סופר! ס'זעט אויס ווי ס'קומט גוטע נייעס...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:40 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם פרומאק, זעה נאר צו בלייבען אזוי פרום בצאתו ווי ביי כניסתו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:07 am
דורך sunbar
איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם פרומאק, זעה נאר צו בלייבען אזוי פרום בצאתו ווי ביי כניסתו.


וכך הוה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 9:25 pm
דורך איך אויך
קענסט עם?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:44 am
דורך sunbar
איך אויך האט געשריבן:קענסט עם?


ניין, אבער איך קען זיין תגובות...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:52 pm
דורך עוד מישהו
שוין דא א וואך אפשר צוויי, אבער ענק אלע צו באגריסן האב איך נישט באוויזן, דא פיל איך בתוך עמי אני יושב, איך בין נאך איינער צווישן חשובערע פון
מיר, א ברייטן שלום עליכם, און א דאנק די וועטעראנען קאווע טרונקער, וואס האבן געמאכט די פלאץ אזוי שיין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:03 pm
דורך קארלסבורג
עליכם השלום!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 12:34 pm
דורך קאווע טרינקער
נאך איינער האט געשריבן:שוין דא א וואך אפשר צוויי, אבער ענק אלע צו באגריסן האב איך נישט באוויזן, דא פיל איך בתוך עמי אני יושב, איך בין נאך איינער צווישן חשובערע פון
מיר, א ברייטן שלום עליכם, און א דאנק די וועטעראנען קאווע טרונקער, וואס האבן געמאכט די פלאץ אזוי שיין.

איך נעם עס פערסענאל......
עליכם שלום, כשם שאני רוקד....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:25 pm
דורך עוד מישהו
פארגעס נישט צו טשעקן די ציצית מר. קאוע טרינקער.
אגב וועלכע מין קאווע טרינקסטו? איך וויל זען אויב דו ביסט מיין גלאז טיי!.