בלאט 10 פון 213

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:51 pm
דורך תלמיד חכם
גראדע איז געווען אין די נייעס אז די suicide ראטע איז איינער א טאג, ס'איז א שרעק ,, אבער פאר א גוי זעה איך נישט עפעס בעסער ווי די מיליטער,,
הלוואי זאל מען איינפירען די דיסספלין פין די מיליטער אין ישיבות גדולות עכ"פ ,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:58 pm
דורך שטערן
לעמיל האט געשריבן:חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....


נישט איך מיין, איך ווייס.
ס'דא אויף דעם א גאנצע מסכת אין ש"ס .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:04 pm
דורך לעמיל
שטערן האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:חתונה האבען איז אייביג דא א וועיג ארויס???? אזוי מיינסטו....


נישט איך מיין, איך ווייס.
ס'דא אויף דעם א גאנצע מסכת אין ש"ס .

דריי דיך דא נאך אביסעל און נאכדעים וועמער רעדען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:19 pm
דורך outspoken
פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:51 am
דורך qwerty
outspoken האט געשריבן:פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה


ווייל ווען אן אזוי געריפענר "קינד" ווייזט ארויס אז ער האט אזויפיל שכל צי טין אזא גרויסע קריים וואס בד"כ קען עס נאר אן ערוואקסענער, ווייזט ער דערמיט אז ער איז שוין אויסגעוואקסען.

גוטע רעסטאראנטען אין נ.י.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:58 pm
דורך kliger
גוטע,געשמאקע,ביליגע,שיינע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:38 pm
דורך משה רוקח
פאר גוט איז דא איין ליסטע.
פאר געשמאק איז דא נאך א ליסטע.
פאר ביליג איז דא א דריטע ליסטע.
און שיין קען מען צאמשטעלן א פערדע ליסטע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:12 pm
דורך נולד מאוחר
outspoken האט געשריבן:פארוואס ווען א קינד באגייט א גרויסע פארברעכען ווערט ער געמשפט ווי א גרויסע? ממה נפשך האט א קינד שכל ווי א גרויסע דארף ער אלץ באשטראפט ווערן ווי א גרויסע, ווייטער אויב זיין שכל איז נישט רייף דארף מען זיך רעכנען דערמיט אפילו מ'רעדט פון א געפרליכע עבירה

ווען א קינד גייט אופן גאדער שטראפט מען עם נישט אויף די עוולה וואס ער האט געטאן, נאר אז ער זאל עס נישט טון נאכאמאל.
ווען ער טוט א קליין עולה איז נישט כדי עם צי שטראפן ווייל ער פארשטייט נישט פונקטליך וואס מען וויל פין עם, ער וויסט איין זאךדאס טאר מען נישט טון. א קליינע עוולה איז נישט געפערליך אז ער טוט נאכאמאל במילא קען מען נישט שטראפען אויב ער פארשטייט ווואס דא גייט פאר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:18 am
דורך על המחיה
וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:18 pm
דורך qwerty
על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


מען וואלט אפשר געדארפט מאכען א נייע אשכול אויף "טעמי המנהגים"?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:40 pm
דורך געפילטע פיש
חלה נאה וחסודה, קול חתן וקול חלה...

ער איז פשוט הונגעריק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:25 pm
דורך דער רב
על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


איך דענק אז ער איז פשוט הונגעריק, און טאמער לאזט ער די חלה אויפן טיש בשעת'ן טאנצען, האט ער מורה אז א צווייטער קען עס אויפעסען.

אדער דער ווייטער, ועט אויפראמען דעם טיש, וועט ער עס צינעמען.

אזוי, קען ער רואיק טאנצען, ווי לאנג ער וויל, אז ער האט שוין פת בסלו

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:03 pm
דורך שטערן
על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?

מטעם מצא או מוצא?


מוצא??
מוצא טויג דאך נישט
מוצא אני אני מר ממות את האשה!
אפשר מצא
מצא אשה מצה טוב
וואס קען מען נעמען??? אפשר א מצה....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 7:25 pm
דורך פערינא
על כן יעזוב איש את אביו ואת אימו.. והיה לבשר אחד

א רמז אז מגייט זיך היינט פארפלעכטען און ווערן איינס

ודברי פפ''ח

אין מזרזין אלא למזורזין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:13 am
דורך נחום
איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:30 am
דורך שמעקעדיג
דער רב האט געשריבן:
על המחיה האט געשריבן:וואס איז דאס די מנהג צי טאנצען ביי א חתונה מיט א חלה?
מטעם מצא או מוצא?


איך דענק אז ער איז פשוט הונגעריק, און טאמער לאזט ער די חלה אויפן טיש בשעת'ן טאנצען, האט ער מורה אז א צווייטער קען עס אויפעסען.
אדער דער ווייטער, וועט אויפראמען דעם טיש, וועט ער עס צינעמען.
אזוי, קען ער רואיק טאנצען, ווי לאנג ער וויל, אז ער האט שוין פת בסלו


אפשר טאקע א רמז פארן חתן אז ער באקומט יעצט "פת בסלו"?...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:16 am
דורך העי נאו
תלמיד חכם האט געשריבן:גראדע איז געווען אין די נייעס אז די suicide ראטע איז איינער א טאג, ס'איז א שרעק ,, אבער פאר א גוי זעה איך נישט עפעס בעסער ווי די מיליטער,,
הלוואי זאל מען איינפירען די דיסספלין פין די מיליטער אין ישיבות גדולות עכ"פ ,
די איזרעליס ווילען דאס טון אין אינז סטאפען נישט צי האקען אויף זיי!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 9:43 am
דורך איך אויך
געפילטע פיש האט געשריבן:חלה נאה וחסודה, קול חתן וקול חלה...

דערמאנט מיר א מעשה שאולי היה ואולי משל היה, געווען אמאל א חתונה ווי דער עולם זיצט געמיטליך ביי די טישן, קומט צוגיין א וועיטער און גייט ארום זאגן "די כלה איז א זונה" דער עולם שמייכעלט אונטער און עסט ווייטער, ביז ער קומט אן צום אויבן-אן דער מחותן הערט די ווערטער און שפרינגט אויף מיט כעס פרעגענדיג דעם וועיטער ווער האט דיך געהייסן דאס זאגן? יענער זאגט איך ווייס נישט פון גארנישט דער קעיטערער האט מיר געהייסן איך זאל ארומגיין זאגן, שוין דער מחותן לויפט אריין מיט א אימפעט אין קאך כאפט אן דעם קעיטערער און שרייט באנומענע קולות אויף עם ביסט משוגע דו ווילסט פארשעמען מיין טאכטער?
דער קעיטערער בעהט זיך רבי איד בארוהיגט אייך, די בעקעריי האט בטעות געשיקט נישט ריכטיגע חלות האב איך געבעטן דעם וועיטער ער זאל ארומגיין זאגן דעם עולם אז "די חלה איז מזונות"...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:06 am
דורך נולד מאוחר
נחום האט געשריבן:איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?

ווען חז''ל זאגען אין..... אלא ל.... מיינט עס נישט ליטערעל, נאר זיי ווילן ארויס ברענגען א ראיון אויף א שטארקן אופן.
והא ראי ' לא נברא רעממים אלאלעקום עקמומת שבלב'' יעדער ווייסט אז א רעם האט נעטירלעכע בענעפיטס פאר די פעלדער, ס'פערטילייזעד די פעלדער, דאך האבן חז''ל געזאגט אלא לעקם עקמומת שבלב.
די ראיה האב איך געהערט פון ר' אביגדור מיללער ז''ל.
צי חז''ל האבן געוויסט די נעטירלעכע מעלות פון א דינערן בליצען ווייס איך נישט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:11 am
דורך qwerty
נחום האט געשריבן:איך האב זיך אלעאל געוואונדערט פארוואס זאגען חז"ל אין מזרזין אלא למזורזין ?

וואס איז דער הסבר אין דעם?



לכאורה איז דער ביאור אזוי:

איינער וואס איז שוין פון פריער אויך, בטבע "א מזורז" איז דענסטמאלט שייך אז מען זאל עם נאכמער מזרזר זיין.

אבער איינער וואס איז בטבע "א קראצער", איז נישט דא קייו תועלת עם צי מזרז זיין, ווייל וויבאלד אז ער איז א קראצער בטבע, וועט דאס וואס מען איז עם מזרז, סיי ווי נישט העלפען.


נולד מאוחר איז גערעכט אז "אלא" מיינט נישט ממש אבסאלוט נאר וואס איז דער עיקר תועלת.

דאס מיינט אז כאטש מקען טאקע אלעמען מזרז זיין אבער חז"ל בריינגען ארויס אז ווען איינער האט מדת הזריזות בטבע איז דא צי וועמען צי רעדען, אז מוועט עם מזרז זיין וועט עס אסאך העלפען אבער טאמער איז ער "א קראצער" בטבע, זאגען חז"ל "דאנט ווייסט יור טיים" ווייל עס וועט קיין סאך נישט העלפען, עניוויי, ווי מיר זעען דאס טאקעא, אז עס איז אוי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:09 pm
דורך זר זהב
מעג א עושר דרייוון א וויהיקל אן אינשורענס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:33 pm
דורך Shmilly
no cause its the law that you must have insurance

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 9:46 pm
דורך qwerty
זר זהב האט געשריבן:מעג א עושר דרייוון א וויהיקל אן אינשורענס?


דער רעכטיגער ענטפער איז: יא און ניין.

אפיציעל, לוטן חוק מיז יעדער האבען עפעס א מין סארט אינשורענס אבער מען איז נישט געצוואונגען צי צאלען געלט און קויפען אן אינשורענס פאלאסי אזוי ווי עס טיען עס רוב מענטשען.

אויב א מענטש וויל, (ער מיז נישט זיין אזא גרויסער גביר אפילו) קען ער מאכען "סעלף אינשורד" אנישורענס וואס מיינט אז ער נעמט א סכום פון זיינע אייגענע געלט, לוט דעם סכום פון די מינימום אינשורענס וואס די סטייט פארלאנגט און ער לייגט דאס אריין אין א ספעשעל אקאונט טאמער מוועט דאס דארפען כדי ציבאצאלען דעם הזק פין עקסעדענט און אז די קענסט באווייזען אז די האסט עס געטין אזוי ווי זיי ווילען ביזט די א-קיי און מיזט ניט קויפען אינשורענס.

http://www.dmv.ny.gov/iies/FS-100.pdf

http://www.dmv.org/insurance/alternativ ... .php#tz_NY