שמעקעדיג האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015
דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.
אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.
ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.
אפצייכענענדיג א יאר פונעם שאו, איז אינטרעסאנט צוריקצוקוקן ווי רוב נייע טעכנאלאגיע פון דעם פאריעריגן שאו איז ערשינען לאור עולם.
אצינד מען האלט שוין אט אט ביים קומענדיגן CES שאו, פארן נייעם יאר 2016. די טויערן וועלן זיך עפענען בערך אין א וואך ארום פארן פובליקום אין לאס וועגאס. טייל רעפארטער האבן שוין עקסעס יעצט, בשעת'ן שרייבן די שורות.
ביי די שאו וועט מען, ווי אלעמאל, צייגן די נייע אויפטוען וואס איז ערווארטעט פארן נייעם יאר, אין אלע תחומים פון טעכנאלאגיע. נישט אלעס ווייסט מען שוין, טייל זאכן איז יא מער באקאנט. לאמיר זעהן בערך וואס מיר קענען ערווארטן – בעיקר זאכן וואס קען כאפן די אינטערעסע פונעם היימישן ציבור.
ביי קארס איז אזוי. די גרעסטע פאקוס וועט זיין אויף אויטאמאטישע דרייווערלאזע אויטאס, וואס דאס איז ווארשיינליך דער צוקונפט פון קארס, צי מען וויל עס יא צי נישט. אלע גרויסע קאמפאניס ארבעטן אויף א סעמפל פון אזא סארט קאר, עטליכע ארבעטן אליינס, אנדערע, ווי למשל פארד, האט זיך לעצטנס צוזאמענגעשטעלט מיט גוגל, אזוי ארום שפארענדיג א שיינע פאר ביליאנען.
מען וועט אויך זעהן פארשידענע פארגעשריטענע אויטאס וועלכע שפארן געז, וואס איז לעצטנס אין סטייל זינט די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארלאנגט עקסטרעמע שריט פון די אויטא קאמפאניס צו שפארן געז. שעווי גייט ווייזן זייער נייע עלעקטראנישע אויטא דער "באלט" (נישט פארמישן מיט די "וואלט"). די וואלט קען אנציען בלויז 40 מייל אויף עלעקטריק – ווייט פון גענוג פאר רוב דרייווער'ס. די נייע באלט וועט קענען אנציען איבער 200 מייל בלויז דורכן איינפלאגן און רעטשארדזשן די בעטערי איבערנאכט.
די דייטשע לוקסוריעזע בי.עם.דאבעליו. אויטא קאמפאני וויל פטור ווערן פון די שפיגלעך אין א קאר, און עס ערזעצן מיט קעמערעס. די אויפטוען דערפון וועלן זיין מערערע, ווי צב"ש פארשפארן די ברייטע ארויסגעשטעקטע שפיגלען, וועלכע פארמאגן בליינד ספאטס. אנשטאט וועלן זיין קעמרעס וועלכע וועלן צוזאמענשמעלצן פון אלע זייטן איין ברייטן קלארן בילד, וואס וועט פילפאכיג פארגרעסערן דעם וויזשאן פעלד, מען וועט קענען זעהן פיל קלארער וואס טוצעך פון אונטן. די קעמערעס וועלן האבן מעכאניזם צו צולאזן אייז אדער שניי כדי עס זאל זיין נוצבאר אין אלע סארטן וועטערס וואס [tag]וועטערבאריכט[/tag] שטעלט אונז צו. אויכעט ווילן זיי פארשטעלן א נייע אינפאטעינמענט סיסטעם (פאר די מוזיק/ראדיא/און עירקאנדישאן וכו') וועלכע זאל פארמאגן איין גרויסע סקרין, און עס וועט ארבעטן בלויז מיטן רוקן די האנט אין דער לופט, אן דעם וואס מען זאל דארפן פיזיש אנרירן דעם סקרין. זיי רופן עס Air Touch.
צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפ'ן פאון.
פאר'ן חסיד'ישן עולם, איז ערווארטעט א נייע פארבעסערטע קרייסלער טאון-ענד-קאנטרי מיניווען, נאך וואס די יעצטיגע איז שוין אביסעלע אלטמאדיש און אונטערשטעליג פון די מיניווענס פון טאיאטע און האנדא.
אין אנדערע טעכנאלאגישע פעלד, וועלן ביידע גוגל און עפל ארבעטן צו לאזן די קאסטומערס קאנטראלירן ווי מער פונקציעס אינדערהיים פון דעם טעלעפאן. סעמסאנג וועט צייגן א פריזשידער וואס איז קאנעקטעד צו די סמארטפאון און מען וועט קענען זעהן אויפ'ן פאון צי די מילך אין פרידזש איז שוין פארדארבן....
א גרויסע חלק פונעם שאו וועט זיין געווידמעט פאר די נייע הייסע טוי, די דראונס, וואס וועט בקרוב אריינגיין אין די מארקעט און מיר וועלן זעהן די הימלען פול דערמיט.... עס ווערט ערווארטעט איבער 100 סארטן דראונס ביים שאו.
זעלבסטפארשטענדליך אז פון די בעיסיקס האט מען נישט פארגעסן. נייע לעפטאפס, קעמערעס, טעלעפאנען, טי.ווי. סקרינס, ווידיא קעמערעס, מיט נייע פארבעסערטע טשיפס און בעסערע סקרינ'ס וועט זיין לרחצה ולמוציא מצה. בעסערע באטעריען, שנעלערע טשארדזשערס וכו'. איין קעמקארדער רופט זיך 360fly און כאפט אפ 360 דעגרי קליפס וועט מען קענען קאנעקטן צו זיך אדער צו א בייק.
עס וועט זיין א "קלוגע שיך". דער שיך וועט קענען האלטן חשבון וויפיל מייל מען גייט/לויפט (אדער נישט), אבער אויך וועט מען קענען אנשטעלן די טעמפעראטור דורך אן עפפ פונעם פאון! געענדיגט מיט די פארפרוירענע פוס...
אנדערע חידושים איז דא – א POT פאר געוואוקסן וועלכע באוואסערט זיך אליינס, מען דארף מער נישט אינזין האבן צו באוואסערן די פלאנצונגען. א אנדערע קאמפאני וועט פארשטעלן א קאוטש וואס ווען מען זיצט דערויף בשעת'ן וואטשן א מאווי וועט זיך עס מיטדרייען אדער ווייברעיטן לויט'ן מאווי, כדי דער וואס וואטשט זאל זיך שפירן ווי ער איז באמת דארט (אקעי דאס איז נישט ממש פארן היימישן ציבור..). מען וועט אויך ווייזן א "סמארט בעט", דער קלוגער בעט וועט אנאליזירן דיינע העביט'ס ביים שלאפן (וואס גענוי איז דער אויפטו? כ'ווייס נאך נישט...)
דאס איז נאר א קליינער חלק פון די לאנגע ליסטע, עס וועט ארויסקומען נאך פרטים יעדן טאג פונעם שאו, אז איר וועט מאכן א גוגל סערטש פאר CES 2016 וועט איר קענען מיטהאלטן די נייעס.