בלאט 10 פון 20

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 1:20 pm
דורך יואליש
Kool man האט געשריבן:קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק], 8-)

ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."

נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:07 pm
דורך פידלער
יואליש האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:קום אהער כ'על דיר שוין אהינגעבען מיין אפריקאנער דשעניטאר [וואס האט זיך לעצט געוואשען צוויי וואכען צוריק], 8-)

ווען א חסיד באזירט זיין טיפזיניגע ראסיזים אין די סטעריאוטיייפ אז יענער מכלומר'ש שאוערט זיך נישט טעגליך גיט עס א זאפטיגע באדייט צום אויסשפראך "די טשייניק ריפט די טאפ שווארץ."

"די טאפ ריפט די טשייניק שווארץ." :)

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 4:08 pm
דורך הירץ אייכל גומפרץ
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:31 pm
דורך ירח בן יומו
הלואי וואלט אלע קינדער פאר צען יאר צוריק געהערט די ווערטער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:47 pm
דורך געוואלדיג
צען יאר צוריק ביסטו נאך געווען א קינד?

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 6:47 pm
דורך ראשעקאל
/

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:42 am
דורך פרייוויליג
איך קען נישט משיג זיין וויאזוי טאטעס קענען ווייטער שיקן זייערע קינדער אין אזא נארט קאריע ווערטשאפט, עס איז שרעקליך. איך וויל אבער וויסן, זענען אלע אנדערע מוסדות פונקט אזוי ווי סאטמאר?
און בכלל זע איך נישט פארוואס דער אינגערמאן קען נישט געבן א צווייטען פאון פאר די סעק אוו איט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:09 am
דורך מאטי
ער'ט געגעבן די צווייטע, זיי דארפן אבער די ערשטע....

כ'מיין אז זיי מאכן אן די שוועריגקייטן - גערעכט צו אומגערעכט - בלויז אויב זיי האבן אויך אנדערע פראבלעמען מיטן אינגערמאן אדער ווייב. אויב וואלטן זיי אהיימגעשיקט יעדן מאן דהוא וואס רוהט איין אין אנדערע ענינים און פארמאגט א פסול'ע פאון, וואלטן זיי געדארפט אהיימשיקן א האלבן ת"ת.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:19 am
דורך פרייוויליג
מאטי האט געשריבן:ער'ט געגעבן די צווייטע, זיי דארפן אבער די ערשטע....

כ'מיין אז זיי מאכן אן די שוועריגקייטן - גערעכט צו אומגערעכט - בלויז אויב זיי האבן אויך אנדערע פראבלעמען מיטן אינגערמאן אדער ווייב. אויב וואלטן זיי אהיימגעשיקט יעדן מאן דהוא וואס רוהט איין אין אנדערע ענינים און פארמאגט א פסול'ע פאון, וואלטן זיי געדארפט אהיימשיקן א האלבן ת"ת.

פון וואנעט ווייסן זיי וואס ער האט? זיי ווייסן אויך וואספארא גאטשעס ער טראגט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
יא! יו וויל בי סורפרייזט וואס מוסדות ווייסן אלץ איבער די עלטערן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:00 pm
דורך שמעון וואלף
די וועד משמרת טשעקט מיט משומר אויב ער האט די פילטער.

די באדעם ליין איז אז ווילאנג די מוסדות זענען געהייזשעקט דורך שמאל קעפיגע עקסטרימעסטס, איז נישטא קיין ברירה נאר זיך צושטעלן צו די תקנות. ע"פ יושר וואלט ווען געדארפט זיין א הנהלה ערוועלט דורך די עלטערן, און זיי זאלן מחליט זיין די תקנות המוסד. ס'קוקט אבער נישט אויס אז דאס זאל פאסירן אזוי שנעל, בלייבט נאר איבער די צווי ברירות כנ"ל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 2:13 pm
דורך היסטאריקער
די נאמען אויף די צעטל ווייסט יעדער, עס דרייט זיך אויף וואטסאפ

עס קומט זיך זיי קרעדיט פאר מקיים זיין לא תגורו פון איינעם פון זייערע גרעסטע עסקנים/שוויצערס

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 6:24 pm
דורך פרייוויליג
סאטמאר סעמינאר אין לאנדאן האט אנגעקלינגען קים דזשאנג אן פאר לידער רעפרענס

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 10:29 pm
דורך איך אויך
וואסי שלעכט דערמיט?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:38 pm
דורך פרייוויליג
ווען וועלט איז ווען וועלט פארפאס איך ווען א ספר איבער די שעדליכקייט פון די פאסטער ״אל תגעו במשיחו״ וואס איינער האט געפאסט דא אויבן. דער פאסטער רופט צו קינדער אז מען זאל אריינפייפען אויף עלטערן אויב מען צייגט זיי ווידיאו. עס איז דער ערגסטער זאך וואס האט נאר געקענט ארויסקומען פון ווידיאו. רופן קינדער צו בויקאטן אין עלטערן? עס איז איבריג מסביר צו זיין די טשטוש המוח וואס דער קינד באקומט דא.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:54 pm
דורך גנדי
פרייוויליג האט געשריבן:ווען וועלט איז ווען וועלט פארפאס איך ווען א ספר איבער די שעדליכקייט פון די פאסטער ״אל תגעו במשיחו״ וואס איינער האט געפאסט דא אויבן. דער פאסטער רופט צו קינדער אז מען זאל אריינפייפען אויף עלטערן אויב מען צייגט זיי ווידיאו. עס איז דער ערגסטער זאך וואס האט נאר געקענט ארויסקומען פון ווידיאו. רופן קינדער צו בויקאטן אין עלטערן? עס איז איבריג מסביר צו זיין די טשטוש המוח וואס דער קינד באקומט דא.

די מנהלים און מחנכים זאגן אייביג. אפילו עלטערן זענען נישט מסכים מיט די מלמד. דארף מען אייביג רעדן צו די קינדער מיט די זעלבע טאן ווי די מלמד. חלילה צו זאגן פאר קינדער קעגן די מלמד. ווייל ח״ו צו צומישען די קינדער.

ווי אזוי קענען יעצט די מלמדים הייסן די קינדער קעגן די עלטערן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 11:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס זאל א מענטש זיך אריינלאזען אינ'ם ארבעט פון עפענען א חדר? וואס טרייבט א מענטש צו אזעלכע בזיונות, מיה און פלאג, אחריות, חובות און נאך?
נאר ווייל דער תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען איז אזוי גרויס!
קומט איינער פרעגען וויאזוי טארען זיי נוצען די קינדער קעגען די עלטערען?! דאס גופא איז דער גאנצע סבה פאר'ן עקזיסטענץ פונ'ם מוסד. כדי משתלט צו זיין אויף די עלטער'ן.
און שאקעל נישט מיט'ן נאז כאילו ס'איז סתם א קאנסיפארסי טע'ארי"ע. דער סאטמארער רבי האט גע'עפענט מיידלעך שולע'ס ווען ער האט געזען אז מ'גייט קיין בית יעקב, ניין? וואס איז שלעכט מיט בית יעקב? נאר ווייל אן אן אייגענע מוסד האלט זיך נישט די גאנצע זאך. בקיצור איינצוהאלטען די עלטער'ן מאכט מען מוסדות פאר די קינדער.
אויב ס'איז דא אן עצה דערצו איז עס נאר מיט מאכען מוסדות לשם שמים. טאמער איינער וועט עפענען א מוסד מיט איין ציל: מחנך זיין אידישע קינדער, און מיינען טאקע לש"ש שלא לשם פניות כלל, וועט ער מער אויפטוהן ווי אלע שרייען אויף ק"ש.

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:19 pm
דורך חסיד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זאל א מענטש זיך אריינלאזען אינ'ם ארבעט פון עפענען א חדר? וואס טרייבט א מענטש צו אזעלכע בזיונות, מיה און פלאג, אחריות, חובות און נאך?

יא א קאנספיריסי במלא מובן המלא, וועלכער נארמאלער געלונגענער מענטש וואס האט די תכונות וכוחות הנפש צו פירן אן אינסטעטאציע וועט וועלן עפנען א ע''פ רוב (יש יוצא מן הכלל) באנקראטירט געשעפט דהיינו א מוסד?
ס'איז דא קאראפטירטע מענטשן? זיכער
זיכער זענען דא ראשי מוסדות וואס נעמען די שכר לימוד און ניצען דאס געלט צו דריקן חסידות פראפעגאנדע, אנשטאט באצאלן די סטעף וועלכער לעכצן פאר א דוללער!
אבער זאגן אז אלע וואס האבן געעפנט שולעס איז פאר עגא און טעראר איז שטארק נאריש און אפגעפרעגט

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:37 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:פוי, ס'כאפט מיך א גרויל צו זיין א חלק פון כלל ישראל...... ווען איך גיי ווען יעצט אויפן גאס וואלט איך געשפיגען אויף יעדער יוד וואס גייט דורך........

עזריאל: לויט ווי איך הער, די דייטשן זענען זייער וואוילע און פונקטליכע מענטשן. זיי זענען זייער העפליך. איך הער אז זיי מאכן א ישוב ערגעץ אין איידאהאו. אפשר שרייבסט דו זיך איין דארט. זיי וועלן זיכער מסכים זיין מיט דיר אז די אידן טויגן נישט... :roll:

דו פארשטייסט דאך אליינס אז איך מיין עס נישט ערנסט. ווייל די אידן, מיט אלע זייערע חסרונות זענען ביי מיר נאכאלץ בעסער ווי סיי וועלכע גוי'אישע סאסייעטי, מיט אלע זייערע מעלות...! ומי כעמך ישראל גוי אחד...!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:45 pm
דורך גראדעמעכעלע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זאל א מענטש זיך אריינלאזען אינ'ם ארבעט פון עפענען א חדר? וואס טרייבט א מענטש צו אזעלכע בזיונות, מיה און פלאג, אחריות, חובות און נאך?
נאר ווייל דער תאווה משתלט צו זיין אויף מענטשען איז אזוי גרויס!
קומט איינער פרעגען וויאזוי טארען זיי נוצען די קינדער קעגען די עלטערען?! דאס גופא איז דער גאנצע סבה פאר'ן עקזיסטענץ פונ'ם מוסד. כדי משתלט צו זיין אויף די עלטער'ן.

שיינע אלגערעטאם, ווער עס עפענט א מוסד איז עס נאר צו באפרידיגן זיין תאוה צו זיין א משתלט על הציבור? ווייל פארוואס דען?

אבער געבט א קוק...

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויב ס'איז דא אן עצה דערצו איז עס נאר מיט מאכען מוסדות לשם שמים. טאמער איינער וועט עפענען א מוסד מיט איין ציל: מחנך זיין אידישע קינדער, און מיינען טאקע לש"ש שלא לשם פניות כלל, וועט ער מער אויפטוהן ווי אלע שרייען אויף ק"ש.

הייסט סאיז יא דא א מציאות פון לשם שמים, אויב אזוי פארוואס נאר להבא און נישט לשעבר?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 9:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון די מציאות פרעגסטו א קשיא אויף וואס וואלט געדארפט זיין?

איך קוק מיר אום, און איך זעה ווער ס'עפענט מוסדות. אדער פארטייען וואס זייער גאנצע ציל איז משתלט זיין אויף מענטשען, אדער פריוואטע מענטשען, ליידיגייער'ס, נידריגע יונגען כפשוטו ממש, וואס ווילען זיין וויכטיג, וואס לעכצען אז מ'זאל אויסהערען זייערע נעריש'ע מיינונג און ווילען קענען אנשרייען מענטשען און בלייבען שיינע איד. דאס האב איך געזען במו עיני. אפשר אין אנדערע שטעט פיהרט זיך אנדעריש, אבער אין לעיקוואוד איז דאס קלאר אזוי.
מ'רעדט פון מענטשען וואס נאמראלעהייט וואלט מען נישט גערעדט מיט זיי ווען מ'טרעפט זיי, מ'וואלט זיי נישט געטרויערט מיט דיין קאר פאר צען מינוט, און מיט די קינדער זענען מיר געצווינגען זיך צו פארלאזען אויף זיי.
איך האב פונקט יעצט געהערט פון מיין שוועסטער וואס האט צווילינג פון באלד אכט יאר, אז ווען זיי זענען געווען אין פריימאר"י, ד.ה. דריי יאר צוריק, האט איינער פון זיי געגנב'ט פון א חבר'ס נאש צו וואס. דער מלמד האט געשטראפ'ט אז דאס קינד דארף זיך דרייען א שטיק צייט מיט א טאוועל ארום די האלדז מיט גרויסע אותיות "איך בין א גנב". יא, אין יאר 2012 האט מען נאך געהאט אזעלכע ממזרים אין די ביזנעס. ווילסטו נאך גלויבען אז מ'קען זיך פארלאזען אויך די חברה.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 12:45 pm
דורך petergrifin
מלמדים איז א פארװײטאגטע נושא פאר זיך. זײ פירן נישט אדער עפענען נישט קײן מוסדות בדרך כלל. מנהלים זענען א נושא פאר זיך עז װעלל.
און אפילו די װאס האבן געפענט די מוסדות בערך זעכציג צו זיבעציג יאר צוריק האבן אויך נישט אלעמאל אזוי פארשטאנען אדער געטויגט צו חינוך, נאר זײ האבן עס געמײנט ערנסט לשם שמים.

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 9:50 pm
דורך ראשעקאל
/