בלאט 10 פון 18

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:44 pm
דורך מבקר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די ישראלים זענען אויפגעקומען מיט אן המצאה: פארשטעלן סאלדאטן ווי רייאטערס.

זיי ווערן אנגערופן 'מסתערבים'.

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 11:50 pm
דורך ירא שמים
סגעווען קהלות אין מזרח התיכון וואס זענען אזוי געווארן אנגערופן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 2:46 am
דורך מבקר
ירא שמים האט געשריבן:סגעווען קהלות אין מזרח התיכון וואס זענען אזוי געווארן אנגערופן.

זיי ווערן אנגערופן מוסתערבים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:02 am
דורך קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די ישראלים זענען אויפגעקומען מיט אן המצאה: פארשטעלן סאלדאטן ווי רייאטערס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7zlLLiT5m0o[/youtube]

די אייבערשטער זאל אפהיטן אויב די אראבערס גייען נאכמאכן די המצאה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 5:49 am
דורך ליפא
IMG-20151013-WA0019.jpg

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:28 am
דורך [NAMELESS]
קען איינער ארויפלייגען די קליפ אווי מען זעהט די היינטיגע שטעכעריי אטאקע ביי מלכי ישראל

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:32 am
דורך גר ותושב

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:36 am
דורך ירח בן יומו
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CeE-xHynoKw[/youtube]

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:38 am
דורך גר ותושב
איז די מצב טאקע אזוי אנגעצויגן? איך הער פון א טרעוול אגענט אז עלטערן רופן אריין קענסלען טיקעטס פאר זייער קינדער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:40 am
דורך [NAMELESS]
זעט אויס דו ווייסט נישט ווי די היינטיגע אטאקע איז פארגעקומען אז דו פרעגסט אזא פראגע...

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:43 am
דורך גר ותושב
עס איז נישט נוגע ווי עס איז יעצט געוועין די שאלה איז צו די עולם האלט עס איז א דריטע אינטיפאדה (וואס אגב אויב איינער קען איבער טייטשן די ווארט און יודיש) צו נישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 11:59 am
דורך שמעקעדיג
עס איז זיכער נוגע. ווייל ווילאנג עס פאסירט בלויז ביי אידן מחוץ למחנה המסגרת, נישט אין די היימישע מאה שערים און גאולה געגנט, האבן נאך עלטערן א האפענונג אז עס וועט נישט געשען צו זייערע קינדער אויב גייט מען נישט ארויס; משא"כ אויב דער פראבלעם איז עמי בבית דאן איז שוין איינמאל דא וואס זיך צו פארכטן, ה"י.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:22 pm
דורך Milk shake
גר ותושב האט געשריבן:עס איז נישט נוגע ווי עס איז יעצט געוועין די שאלה איז צו די עולם האלט עס איז א דריטע אינטיפאדה (וואס אגב אויב איינער קען איבער טייטשן די ווארט און יודיש) צו נישט.


אינטיפאדא איז טייטש "אויפשטאנד" uprising בלע"ז

די היינטיגע אטאקע איז פארגעקומען אין גאולה אויף מלכי ישראל

Re: אקטואלע נייעס פון ארץ ישראל און ארום

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:28 pm
דורך גר ותושב
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז זיכער נוגע. ווייל ווילאנג עס פאסירט בלויז ביי אידן מחוץ למחנה המסגרת, נישט אין די היימישע מאה שערים און גאולה געגנט, האבן נאך עלטערן א האפענונג אז עס וועט נישט געשען צו זייערע קינדער אויב גייט מען נישט ארויס; משא"כ אויב דער פראבלעם איז עמי בבית דאן איז שוין איינמאל דא וואס זיך צו פארכטן, ה"י.

איך פארשטיי וואס די זאגסט אבער מיין שאלה איז געוועין צו טאקע דארט ווי עס איז ליידער געשעין האט מען מורא עס גייט געשעין נאכאמאל צו איך וואלט אפשר געזאגט עס איז א איינמאליגע זאך וואס עס גייט אריבער גייט און אנדערע ווערטער מה נשתנה יעצט ווי א האלבע יאר צוריק הר נוף וכל השאר וואס דעמאלט האב איך נישט געהערן פון קיין קענסעלעישענס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:31 pm
דורך געוואלדיג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:34 pm
דורך געוואלדיג
אין הר נוף איז געווען איין אטאקע אין מער נישט, און עס איז געווען געפלאנט פון פריער, יעצט געשעהט יעדן טאג אפאר טעראר אטאקעס און אויף א אופן וואס אויב וויל מען זאגן פאר איינעם ער זאל נישט טוהן קיין מסוכן'דיגע זאכן דארף דער נוסח גיין אזוי, "גיי נישט דורך שער שכם, אויך נישט דורך שער יפו, און בכלל גיי נישט אין אלט שטאט אין די טעג, גיי נישט אויף קיין באס און אויך נישט אויף די גאס, און בעצם אפילו אינדערהיים שפאר צו די טיהר. :cry: :cry: :cry:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:פארפאלן ער רעדט צו דער זאך

גיי זאג עס פאר--- ---ע אדער פאר די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא און הרב שש"ט און ימ"ס...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:36 pm
דורך געוואלדיג
בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

געוואלדיג: ייש"כ. ס'איז גוט צו שמייכלען אין א צייט ווען א יעדער (איד) איז אנגעצויגן... :lol: :roll: ס'איז נעבעך דא נארישע אידן וועלכע רעדן זיך נאך איין אז מ'מיינט נישט זיי. מ'מיינט נאר די ציונים... :roll:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:47 pm
דורך געוואלדיג
לבקשת אלו שאינם מבינים הלשון הטמאה:
אין תל השומר איז אין די מינוטן געפונען געווארן א אראבער מיט שטיינער אין די נירן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:52 pm
דורך Milk shake
berlbalaguleh האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:בתל השומר נתפס הרגע ערבי עם אבנים בכליות.

געוואלדיג: ייש"כ. ס'איז גוט צו שמייכלען אין א צייט ווען א יעדער ( ס'איז נעבעך דא נארישע אידן וועלכע רעדן זיך נאך איין אז מ'מיינט נישט זיי. מ'מיינט נאר די ציונים... :roll:


מ'מיינט דעם און יענעם... אלעס אין זכות פון די עקסטרעמע משוגעים וואס האבן זיך גענומען ארויפגיין אויפ'ן הר הבית, און מיט דעם אויפגערעגט און אויפגעוועקט די רוצחי'שע חיות, די הר הבית אקטיוויסטן האבן בלוט אויף זייערע הענט!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
השב"כ: חשש ל 400 מחבלים שיגיעו מחר לישיבת פונובי'ז...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 2:07 pm
דורך געוואלדיג
ארויף גיין אויפן הר הבית איז א איסור חמור און טאקע א געפערליכע אקט, אבער צו זאגן אז דאס האט צוגעברענגט די יעצטיגע מצב איז אבסורד, איך געדענק נאך די צווייטע אינטיפאדא אין תשס"א וואס דעמאלטס האט מען באשולדיגט שרון אויף אנרייצן מיט זיין ארויף גיין אויף הר הבית, ביז שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די גאנצע זאך איז געווען פאראויס געגרייט און זיי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ, יעדער וואס פאלגט נאך כסדר די נייעס פון א"י ווייסט אז אין די לעטצע שטיק צייט ברענט שוין די ערד, זי האבן נאר געווארט אויף א תירוץ.