בלאט 10 פון 26

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:41 am
דורך מאראנצןזאפט
וואס איז דאס, א סועסייד נאוט?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:32 pm
דורך משה געציל
פון פלא יוצא'ס ביז ר' משה? איינער כאפט וואס עס איז פשט פון דעם חתימה?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:47 pm
דורך ונבנתה העיר
זר?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:49 pm
דורך משה געציל
יא, וואס וויל ער פון דעם גבאי?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:50 pm
דורך ונבנתה העיר
:D

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:57 pm
דורך זר זהב
ס'איז דאך איין שטיק מוסר. פלא יועץ ערך בזיון וז"ל "ואם יבזוהו אחרים, אל יקפיד כלל ואל יצא לריב", יעצט ליין איבער די חתימה. 8-)

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:59 pm
דורך משה געציל
דער "ואל יצא לריב" איז נאר בהקדם ווען "אם יבזוהו אחרים"?...
אקעי, ביי, כ'שמעק שוין צימעס.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:00 am
דורך זר זהב
נו דאס שטייט דארט אין משפחה מאגאזין

הוא מקדם את כולם בחיוך ובחיבה - גם אם ברור לו שהאיש שניצב מולו פיזר נגדו כתבי פלסתר

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:02 am
דורך משה געציל
לא כאטאפטא

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:04 am
דורך זר זהב
מסתמה האביך נישט געכאפט וואס דו זאגסט.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:10 am
דורך קאווע טרינקער
זר, אויב וועט ער נישט שמייכלען צו פשקוויל ווארפערס וועט ער זיין א loner.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:18 am
דורך זר זהב
נישט אמת.

(כ'האב ריפלייט צו דיין תגובה, ווייל כ'וויל נישט זאלסט זיין א loner)

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 9:54 am
דורך מאראנצןזאפט
אשרי מי שחותם ימיו במהרה, וכבלעו כך פלטו.
דער עולם האט געהעריג נישט געכאפט, דאס איז געווען אזא זעלבסטמארד נאטיצל אז מער זעט מען אים נישט דא פאר די אויגן ווי גרויס דער יאר איז.
נישט געזארגט אבער, סך הכל איז ער קעכער און ס'דא דארט שוואכע קאנעקשאן.
איין טאג נאכ'ן זומער - לאמיר עכ"פ האפן - וועט ער זיך צוריקבענקען.
וי להאי שופרא כו'
:cry:

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:41 am
דורך מאטי
וכבלעו כך פלטו״ רופסטו קעכער? שמעקט ענדערש פון א טאפ וואשער,נאכן קאכן.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:44 am
דורך געפילטע פיש
אדער א מוהל.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:38 am
דורך מאראנצןזאפט
מיין קעכער פלעגט צוריקגיסן ווען ער פעלגט ענדיגן עסן.
#חזיר
יעצט אריינבאקומען הייסע נייעס אז ווי נאר די פאלאטשינטא מיט'ן ראקאקלומפלי וועלן זיין אויפ'ן פלאם וועט אונזער קעכער זיין צוריק בעז"ה.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 2:21 pm
דורך אביגדור
אוי.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל'ס נייע חתימה:

יעצט דריי איך מיך נאך מיט קראקס און איך שרייב וואס עס שמעקט.
ווען איך וועל אנטוהן מיינע שיך?! אוי עס כאפט א פחד!


חתימה הזה אומר דרשוני
געווענליך מיט קראקס שמעקט נאך נישט, נאר נאכן אנטון די שיך. וצ"ב.

מיין ניק האט אויך וואס אריינצורעדן? שמעקעדיג שרייבט אויך וואס ס'שמעקט.
לשון נופל על לשון, און דער אונטערשטער לשון האט זיך גוט צוקלאפט.

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:45 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שמעקעדיג[/tag]'ס חתימה
I like my new phone, my computer works just fine, my calculator is perfect, but OH, I miss my mind

:like :like

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:07 am
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל'ס נייע חתימה:

יעצט דריי איך מיך נאך מיט קראקס און איך שרייב וואס עס שמעקט.
ווען איך וועל אנטוהן מיינע שיך?! אוי עס כאפט א פחד!


חתימה הזה אומר דרשוני
געווענליך מיט קראקס שמעקט נאך נישט, נאר נאכן אנטון די שיך. וצ"ב.

מיין ניק האט אויך וואס אריינצורעדן? שמעקעדיג שרייבט אויך וואס ס'שמעקט.
לשון נופל על לשון, און דער אונטערשטער לשון האט זיך גוט צוקלאפט.

איך בין געווען פאריגע וואך אויף א מיטינג מיט א איד אין די זעכציגער יארן בערך, דער איד איז געזעצן דארט צוזאמען מיט זיין זין א אינגערמאן. ווען איך האב גענדיגט די מיטינג האב איך אים געבעטען פאר זיין אימעיל אדרעס, דער איד איז געבליבן שטיל א מינוט, נאך א מינוט נעמט ער זיך ארויס שטאמלען... דזשעק@.... און ער גיבט זיך א ריף אן אזוי פאר זיין זין אז ער מיינט אז עס איז שוין צייט צי טוישן זיין אימעיל אדרעס צו עפעס מער פאסענד...
וואס זאל איך דיר זאגן? עס האט מיר אנגעכאפט א פחד! איך זיץ און שרייב דא וואס עס ליגט מיר אויפ'ן צינג בבחינת דזשעק מיט קראקס... אין א שיינעם טאג אן פארטער נאטעיס גיי איך מיך קוקען איין שפיגל ווי דער יעניגער בבחינת ר' יעקב מיט די שיך?! עס כאפט א פחד!

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:49 am
דורך הוגה
[tag]moti107[/tag]

וואס איז פשט אין די דריטע פערספעקטיוו?

1st perspective 1 + 1 = 2
2nd perspective 1 + 1 = 11
3d perspective 1 + 1 = 3

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:01 pm
דורך איך אויך
קענסט נישט די מעשה פון יענער וואס האט געזוכט א רואה חשבון?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:19 pm
דורך מאטי
הוגה האט געשריבן:[tag]moti107[/tag]

וואס איז פשט אין די דריטע פערספעקטיוו?

1st perspective 1 + 1 = 2
2nd perspective 1 + 1 = 11
3d perspective 1 + 1 = 3

היום אומר לו עשה כך....... עד וכו׳