בלאט 10 פון 23
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האלט אין איין סטראשען אוועק צו גייען, אבער דערנאך קען מען זיך נישט איינהאלטען.
דאס וואס דער בעיות הזמן זאגט צווישען עבירה לשמה און נטו"ק איז אויך וויכטיג, און דארט זאגט ער קלאר אז דאס וואס זיי מאכען געזעצן אויף אונז בלא"ה, וואס מ'קען זיך נישט אויסדרייען דערפון, דעריבער דאס גייען דארט מינימירען די פראבלעם איז נישט קיין הודאה נאר א שלאגעריי מיט זיי, און דאס נישט גייען איז גאר די הודאה.
דאס נישט שלאגען מיט נטו"ק שרייבט ער פאר טעמים. מ'דארף וויסען צו ס'איז גילטיג היינטיגע צייטען, וואס נטו"ק איז צו שפאלטען אויף שטיקער און א חלק פון זיי האבען גארנישט מיט'ן שלאגעריי אויף בחירות, נאר מיט התקרבות לנכרים וכדו'. אזוי אויך סאטמאר, וואס האט אפשר אין אנהייב טועה געווען לש"ש, אבער היינט איז דאס 'מלחמה' אויף אגודה מער נישט ווי א מיטל זיך צו באפעסטיגען אינ'ם פארטייש'ן הינזיכט און אויפצובויען מאכט מיט געלט פאר די מוסדות וכדו', און ווייניג האט עס צו טוהן מיט א מלחמה לש"ש, הן אין איהר כוונות הן אין איהר מעשים, והדבר פשוט.
דער מחנה חיים קען יעדער איינער זען פאר זיך. אז מ'נעמט אין חשבון וואס די מציאות דארט איז געווען און וואס די כופרים האבען געוואלט, און דער מהר"ם שיק קען מען
דא זען ותמצא הרבה נחת.
בכפייה הייסט נישט קיין התחברות, מן המקרא ומן הסברא. ועל המשנה להביא ראיה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:58 pm
דורך cictim
בראשית האט געשריבן:קודם זאל זיך איינער מרחם זיין ארויפריקען א נערמאלע לינק צו רפאל קדוש טהעסיס.
http://musaf-shabbat.com/2013/06/28/%D7 ... %A9%D7%94/
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 6:37 pm
דורך דעת תורה
בראשית האט געשריבן:בראשית האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.
און דאס איז טאקע די חילוק פון פולין קראקא פארלעמענט. והמבין יבין.
נו פארוואס איז אין כנסת יא דא הודאה?
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 6:42 pm
דורך ירא שמים
זעט אויס מיר זענען נישט קיין אמת׳ע מבינים און מיר ווילן נישט פארשטיין באמת.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס ווארט מודה זיין איז אויך זינלאז. וואס מיינט עס? מ'איז מודה אז זיי עגזיסטירען? דאס טאר מען אויך נישט? הייסט'ס מ'דארף לייקענען א מציאות? דאס איז נאך א דעמאגאגי''ע וואס באלאנגט צוזאמען מיט 'אינני מכיר' און 'איני אוכל להנאת גופי' וכדו'.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:57 pm
דורך ירא שמים
הסכמה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:32 pm
דורך בראשית
דעת תורה האט געשריבן:בראשית האט געשריבן:בראשית האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.
און דאס איז טאקע די חילוק פון פולין קראקא פארלעמענט. והמבין יבין.
נו פארוואס איז אין כנסת יא דא הודאה?
ווייל דארט מאכט מען די חוקי המדינה ופשוט הוא. און שותפות איז הודאה לחוקותיהם כמבואר במחנה חיים.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:37 pm
דורך ירא שמים
אבער חוץ פון הודאה איז דאך דא א פראבלעם פון התחברות לרשעים וואס דאס איז דא ביי די עיריות אויך.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:37 pm
דורך דעת תורה
אין א שטאט מאכט מען די חוקי העיר.
ווי ווייט מיר דוכט זיך, האט דעם רבי'ןס שיטה מיט בחירות לכנסת קנאפ צו טון מיט דעם מחנה חיים, נאר עס איז געבויט מכח די פסול פון די עצם מדינה. נאר אזויפיל אז די וואס ווילן ווארפן זאמד אין די אויגן מכח די מעשה, זענען מופרך מיני' ובי', אויב עפעס זעט מען דארט סימוכין לאיסור. אבער נישט 'דאס' איז דעם רבי'ןס שיטה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:39 pm
דורך בראשית
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'האלט אין איין סטראשען אוועק צו גייען, אבער דערנאך קען מען זיך נישט איינהאלטען.
דאס וואס דער בעיות הזמן זאגט צווישען עבירה לשמה און נטו"ק איז אויך וויכטיג, און דארט זאגט ער קלאר אז דאס וואס זיי מאכען געזעצן אויף אונז בלא"ה, וואס מ'קען זיך נישט אויסדרייען דערפון, דעריבער דאס גייען דארט מינימירען די פראבלעם איז נישט קיין הודאה נאר א שלאגעריי מיט זיי, און דאס נישט גייען איז גאר די הודאה.
דאס נישט שלאגען מיט נטו"ק שרייבט ער פאר טעמים. מ'דארף וויסען צו ס'איז גילטיג היינטיגע צייטען, וואס נטו"ק איז צו שפאלטען אויף שטיקער און א חלק פון זיי האבען גארנישט מיט'ן שלאגעריי אויף בחירות, נאר מיט התקרבות לנכרים וכדו'. אזוי אויך סאטמאר, וואס האט אפשר אין אנהייב טועה געווען לש"ש, אבער היינט איז דאס 'מלחמה' אויף אגודה מער נישט ווי א מיטל זיך צו באפעסטיגען אינ'ם פארטייש'ן הינזיכט און אויפצובויען מאכט מיט געלט פאר די מוסדות וכדו', און ווייניג האט עס צו טוהן מיט א מלחמה לש"ש, הן אין איהר כוונות הן אין איהר מעשים, והדבר פשוט.
דער מחנה חיים קען יעדער איינער זען פאר זיך. אז מ'נעמט אין חשבון וואס די מציאות דארט איז געווען און וואס די כופרים האבען געוואלט, און דער מהר"ם שיק קען מען
דא זען ותמצא הרבה נחת.
בכפייה הייסט נישט קיין התחברות, מן המקרא ומן הסברא. ועל המשנה להביא ראיה.
ס"ה זאגסטו איבער א סברת ר' ראובן און אני הקטן בין נישט זיין בר פלוגתא איך ברענג אבער ארויס אז אין פרינציפ אינעם יסוד אין פילאזאפיע לגבי ציונת איז ער מסכים מיט די קנאים.
און לגבי דעם טיילונג בין איך מסכים מיט דיר יעדער זאל אליינס נאכקוקן דברים ברורים ופשוטים.
און איך סטראשע נישט נאר איך האב שוין אויסגעוואקסן די וויכוחים לשם וויכוחים. To old for that.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:44 pm
דורך בראשית
דעת תורה האט געשריבן:אין א שטאט מאכט מען די חוקי העיר.
ווי ווייט מיר דוכט זיך, האט דעם רבי'ןס שיטה מיט בחירות לכנסת קנאפ צו טון מיט דעם מחנה חיים, נאר עס איז געבויט מכח די פסול פון די עצם מדינה. נאר אזויפיל אז די וואס ווילן ווארפן זאמד אין די אויגן מכח די מעשה, זענען מופרך מיני' ובי', אויב עפעס זעט מען דארט סימוכין לאיסור. אבער נישט 'דאס' איז דעם רבי'ןס שיטה.
איך בין מסכים מיט דיר איך האב אנגעמערקט אז זיי רעדן פון די שוואכסטע טעמים. אבער אפיציעל גייט די מאמר אז אין עירייה איז דו חוקים ווער עס וועט קערן די גארבעדש.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:55 pm
דורך בראשית
א דאנקן אבער איך רעדט פון זיין יונעווירסעטי thesis א קיי"ל פון 250 זייטן צוזאם גענומען אויף סאטמערס עקסטרעמע מהלך זייער אינטערסאנט אראפגעלייגט פון א בני עקיבא דתי לאומי פערספעקטיו.עס קומט ארויף אויף גוגל ביי עני סוירטש. אבער פאר עפעס א סיבה איז מיר נישט געלונגען צו אפלאודען אהער.
PDf university of cape town
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:29 am
דורך cictim
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:06 am
דורך cictim
א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
על דרך זה אין די אשכול אליין זענען דערמאנט צענדליגע גדולים היפך שיטת ויואל משה און צו יעדעם א תירוץ, כופר, אפיקורס, מין, זיוף, ימח שמו, ליטוואק, מזרחי, די טענה ווערט דערמאנט אין ויואל משה, די טענה איז אפגעפרעגט,וכו', אבער מיט די בילגורייער רב'ס בריוו פון זיין הייליגן ברידער צום סקווירא רבי, איז די תירוץ, צוליב איין קשיא מאכסטו אזא עסק?"...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:17 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אבער די היפאקריטן און דעמאגאגן וועלכע טומלען אויף די העכסטע קולות וועלן קיינמאל נישט דערמאנען דעם פאקט. און נאך א סאך זאכן וועלכע ווערן געברענגט אין ספה"ק ויואל משה. העכסטנס וועלן זיי (ישראל מ. סופר, שמואל שלמה טעללער, און דער פארשטארבענער הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו) זאגן אז די ציונים אדער אגוד'יסטן האבן דאס אריינגעשמוגלט.
למשל, אין די הקדמה צום ויואל משה (דף ח') זגט רביה"ק מסאטמאר, זי"ע אז...היינט, אז ס'איז שוין דא א מדינה, דארף מען גרויס רחמי שמים אז די מדינה זאלל ח"ו נישט בטל ווערן דורך די גויים...."רק על ידי כח מלמעלה ולא ע"י האומות"...כי אם ע"י האומות, לא יהיה טוב לישראל, ח"ו. רק ע"י כח מלמעלה"... דו האסט שוין געהערט אדער געליינט ערגעץ וואו אז איינער פון די טומלערס זאלל דערמאנען אט דעם מאמר. און אזוי אויך צענדליגע אנדערע מאמרים און אויסדרוקן...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 5:54 pm
דורך ירא שמים
דער באלעגאלע איז א סאטמערער גאר?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:30 pm
דורך בראשית
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:אבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אבער די היפאקריטן און דעמאגאגן וועלכע טומלען אויף די העכסטע קולות וועלן קיינמאל נישט דערמאנען דעם פאקט. און נאך א סאך זאכן וועלכע ווערן געברענגט אין ספה"ק ויואל משה. העכסטנס וועלן זיי (ישראל מ. סופר, שמואל שלמה טעללער, און דער פארשטארבענער הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו) זאגן אז די ציונים אדער אגוד'יסטן האבן דאס אריינגעשמוגלט.
למשל, אין די הקדמה צום ויואל משה (דף ח') זגט רביה"ק מסאטמאר, זי"ע אז...היינט, אז ס'איז שוין דא א מדינה, דארף מען גרויס רחמי שמים אז די מדינה זאלל ח"ו נישט בטל ווערן דורך די גויים...."רק על ידי כח מלמעלה ולא ע"י האומות"...כי אם ע"י האומות, לא יהיה טוב לישראל, ח"ו. רק ע"י כח מלמעלה"... דו האסט שוין געהערט אדער געליינט ערגעץ וואו אז איינער פון די טומלערס זאלל דערמאנען אט דעם מאמר. און אזוי אויך צענדליגע אנדערע מאמרים און אויסדרוקן...!
אמער, האט ער געזאגט מדארף מתפלל זיין עס זאל בטל ווערן ברחמים וברצון און ח"ו נישט דורך די אראבער. און ווי ער האט עס טויזענט מאל געזאגט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:55 pm
דורך בראשית
cictim האט געשריבן:א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
על דרך זה אין די אשכול אליין זענען דערמאנט צענדליגע גדולים היפך שיטת ויואל משה און צו יעדעם א תירוץ, כופר, אפיקורס, מין, זיוף, ימח שמו, ליטוואק, מזרחי, די טענה ווערט דערמאנט אין ויואל משה, די טענה איז אפגעפרעגט,וכו', אבער מיט די בילגורייער רב'ס בריוו פון זיין הייליגן ברידער צום סקווירא רבי, איז די תירוץ, צוליב איין קשיא מאכסטו אזא עסק?"...
א שיינע משל. און איך בעט אייך צי מיר נישט אריין בנוגע בעלזא וואס בדרך אגב קענסטו הערן אביסל פון משב"ק שלום פויגל'ס איידעם עטוואס פון אינעווענדיג. אדער און והאמת עד לעצמו א בעלזער חסיד. אבער בנידן דידן ווארטן מיר אויף זיין תשובה אזויווי איינער האט שוין אנגעמערקט פריער. די סיפורי מעשיות דא אינעם אשכול פון גדולי ישראל (וואס איך האב נאך נישט געזען איינער זאל בכלל לייקענען אז עס איז געווען רבנים) האב איך נישט פראבירט צי אפפרעגן וואס לענ"ד איז 90% להד"מ.
דוגמא: מעשה מיט סקולענער רבי זצ"ל איז א קלארע שקר ווייל ער האט געשריבן א שארפע בריוו צו דו אגודה בנוגע די בחירות זיך אפשאקלען פון זיי. איז וועם דארף איך גלייבן, וואס א יקנהז האט אויפגעמאכט אויף ק"ש אדער אים אליינס?.
ליין אויך מקטוויץ ועד ה אייר איבער די אגודה און זייער דעת תורה און זייערע פירערשאפט.
ספרים היפך שיטת ויואל משה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:29 pm
דורך ירא שמים
אז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:56 pm
דורך diff
מ'זעט זיין חכמה אויסצולערנען זיינע חסידים גארנישט צו גלייבן
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:56 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:דער באלעגאלע איז א סאטמערער גאר?
א סאטמערער ציוני...דו האסט שוין געהערט פון אזא מין זאך...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:14 am
דורך בראשית
ירא שמים האט געשריבן:אז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
גערעכט און זיין ברידער איז אויך נישט באגלייבט און ס'איז דא זאכן וואס ער שרייבט קעגן אפענע פסוקי תורה ואכ"מ.
ועיין בספר אדמורי בעלז ח"ג עמ' רנז: בשם רבי ישכר דוב; הראשונים והאחרונים לא עלה במחשבה ליסד מלוכה כמזימות הציונים הגאים, והלא בר בי רב דחד יומא יבין שכל הענין נגד דעת רבותינו ז"ל.
ובשם אביו השר שלום: אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה לא יהיו יוצאים.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:43 am
דורך berlbalaguleh
ר' בראשית: נאר איין קליינע קארעקשן. (הגם איך מוטשע מיך צו פארשטיין פונקטליך וואס דיינע תשובות פארענטפערן די קושיות.) דער טאטע פון הרה"צ ר' יששכר דוב מ'בעלזא זצ"ל איז נישט געווען דער שר שלום. נאר דער מיטעלער רב, הרה"צ ר' יושע'לע מ'בעלזא זי"ע...!