בלאט 10 פון 19
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:43 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן: און דער אלטער נער האט עס אפגעקויפט. מען האט אים איינגערעדט אז דער זוהן פרובירט צוצוכאפן פון אים די רבי'סטווע בחייו און אים ארויסקאפען פון דארט. און ווידער האט עס דער אלטער נער אפגעקויפט.
רוף אים נישט 'אלטער נער', דו ווייסט אליין אז ער איז געווען א שטיק קדושה און א שטיק העכערקייט. דו וואלסט ענדערש געוואלט אז דיין זוהן זאל אויסקוקן אזוי ווי אים, ענדערש ווי אז ער זאל אויסקוקן אזוי ווי דיר און שרייבן אויף קאווע שטיבל.
דעטס אן איזי וואן. ענדערש אויסקוקן ווי איך און שרייבן אויף קאווע שטיבל. קיין שום ספק נישט. אויב דאס זענען די איינציגסטע צוויי טשויסעס.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:46 am
דורך שמואל פרימו
הדד, זאג עס נישט. ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט מיט א לייטשא און ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט א סימא מירל, וואלט דער גאנצער בילד אנדערש געווען. פארפאלן, א פרוי בויעט א מענטש. ווען ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט אזא סימא מירל, וואלט ער געבליעט און געשטיגן, כמובן אז ער וואלט נישט געהאט די סארט פראבלעמען מיט חניוקישקייט, ער וואלט דאן געפירט א הערליכע חסידות מיט א געשמאק. ווידער אויב וואלט ר' מאטעלע חתונה געהאט מיט אזא לייטשא, הוי הוי וואלט מען געזען וואס מידות הייסט... דער חורבן וואס וואלט דארט געווען, עס וואלט געגאנגען פייער, און נאך אסאך ערגער ווי ביי ר' משה'לע, ווייל דא זענען ביידע זייטן קריגערישע מענטשן, ר' משה'לע איז נאך געווען אן איידעלער...
עס האט נישט אזוי ווייט מיט ארבעטן אויף מידות, ווי ווער דער ווייב איז. און יא, מען קען ברעינוואשן פלענטי נארמאלע מענטשן, אפילו די וואס ארבעטן אויף מידות.
און נאכאמאל: רוף אים נישט 'נאר', ער איז נישט דיין עידזש און דו וואלסט זיך געוואונטשן צו האבן אזא זוהן אזוי ווי אים. איך וואונטש דיר עס פון טיפן הארצן און זאג ביטע אמן, ווייל דאס איז א ברכה, און דו ווייסט דאס אליין.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:49 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:
האלא, נישט געטון פערזענליך? ער האט פערזענליך אנגערופן זיין קרוב דעם ווישעווער און אים געבעטן ארויסצואווארפען ר' ישראל'ן פון זיין בית מדרש און ער האט פערזענליך אפגערעדט שידוכים. נישט אפגערעדט, נאר פיל ערגער, אנגערופן די אנדערע צד און געפאדערט נישט צו טון דעם שידוך און געווארנט אויב מען וועט יא טון. דאס האב איך געהערט פון דעם בעל המעשה אליינס.
קען זיין צוליב ברעיוואנשינג, אבער ער האט עס געטון. אויב צוליב ברעינוואשינג דאן באלאנג ער נישט צווישן נארמאלע מענשן
קודם כל, זעסטו דאך אז איך האב געשריבן אז א חלק פון די רדיפות קומט טאקע פון אים, אבער אזוי ווי דו זאגסט קומט עס פון ברעינוואשינג, און זאג נישט אז ער באלאנגט נישט צווישן נארמאלע מענטשן, ווייל איך און דו קענען גענוג איידעלע תמימות'דיגע מענטשן, וואס אויב מען וויל דוקא קען מען זיי פיין ברעינוואשן. פארגעס נישט; דער ישועות משה במהותו איז נישט געווען דער גרעסטער פאליטיקאנט (הגם ער האט געמיינט אז ער איז יא!), ער האט ליב געהאט צו זיצן און לערנען און זיך לעבן אין זיין וועלט. ער האט זיך פארלאזט אויף זיינע ארומיגע כפי שכתבתי און מען האט אים איינגערעדט אז לתועלת הדברים דארף מען אזוי טון.
זאת ועוד: אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, האט ער פיל געשלינגען (אזוי ווי איך האב געשריבן איין תגובה ארויף, אויך פון זיין זוהנ'ס חניוקישקייט און פירערשאפט, וואס ער האט מעגליך מורא געהאט דערפאר, אבער ער האט עס געהאלטן אין בויך, ביז ער האט געפלאצט אויף אכצן יאר. איך וועל ברענגען א דוגמא וואס איך האב געהערט, אבער איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז אמת. אין ויז'ניץ איז פאראן א ניגון אויף די ווערטער 'צור ישראל', ארויפגעלייגט אויף אן אלטן ניגון פון 'בגלל אבות'. ארויפגעלייגט די נייע ווערטער האט ר' ישראל אליין, בשעת א נעילת החג טיש פון פסח. ער איז געזעצן ביים טאטענ'ס טיש בשעת דער עולם האט געזינגען בגלל אבות, ווען ער האט אנגעהויבן צו זינגען אויף די ווערטער 'צור ישראל' און דער עולם האט דאס אויפגעכאפט... איך שטעל זיך פאר אז פארן טאטע'ן האט געקענט שטערן אזא זאך... די סארט הנהגה האט מען געזען אויך תיכף נאכן צוריקקומען, ווען דער טאטע האט געזאגט תורה און געזאגט אז די וואך איז די יארצייט פון ... (איינע פון די ויז'ניצע רבי'ס), אבער ער האט זיך טועה געווען מיט א רבי, ר' ישראל האט דאן תיכף געגעבן א געשריי, פאררעכטנדיג דעם טאטע'ן און געזאגט דעם ריכטיגן יארצייט, מנחם ערנסטר האט אים דאן געגעבן א קאפע אונטערן טיש, אז ער זאל איינריען. דוכט זיך אז דאס איז געווען דער ערשטער וואך וואס ער איז געזעצן ביים טיש.
נאכן שלינגען אזויפיל, בנוסף צו וואס מען האט אים איינגערעדט, כמובן אז ער איז געווען אנגעגעסן און זיך אזוי אויפגעפירט.
העי העי, איך זאג נישט ס'קומט פון ברעינוואשינג. דו זאגסט דאס און איך בין מסכים אז ס'קען זיין. אבער איך זאג דיר אויך (אין איינעם פון די תגובות דא) אז ווען איינער איז אויסגעארבעט אין מידות טובות געשעהט דאס נישט. (ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).
האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.
אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:51 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:
דעטס אן איזי וואן. ענדערש אויסקוקן ווי איך און שרייבן אויף קאווע שטיבל. קיין שום ספק נישט. אויב דאס זענען די איינציגסטע צוויי טשויסעס.
ביסט משוגע געווארן? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט דא? - נעבעך נעבעך איז ער פארדרייעט געווארן דורך זיינע מענטשן און אויסגעקוקט אזוי ווי ער האט אויסגעקוקט. ער איז נעבעך אראפגעגאנגען אין די היסטאריע אלס לוזער און דורכפאל. ער איז אבער נישט שולדיג אין דעם, ער וואלט געקענט זיין א כלי מפואר ווען נישט זיינע ארומיגע. ער פלעגט שטיין שעות ארוכות אויף די פיס, הארעווען אין מנחת חינוך און אין גמרא, גאנצע שבתים פון נאכן טיש ביזן דאווענען, פון נאך די בייטאג סעודה ביז מנחה (אין די זומערדיגע לאנגע שבתים), און זיין דאווענען שבת איז געווען א דאווענען, די טישן זענען געווען טישן, ער האט באמת געקאכט אינעם שבת, געקאכט אינעם לערנען, געקאכט אינעם דאווענען. א איד וואס די קדושה איז געווען אויף א אומגעווענליכע מדריגה, וואס מען דערציילט מורא'דיגע הפלגות דערויף. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אויף א בחור וואס טוט מעשים אשר לא יעשו, האט ער זיך גענומען ברעכן... עס האט אים פשוט פארעקלט ביזן ברעכן... זיין עבודת השם אלע זיינע יארן, אנגעהויבן פון אלס יונגל אין גרויסווארדיין, במשך די מלחמה יארן, די הרבצת התורה אין ישיבה פון דמשק, ביי זיין טאטן אין ישיבה...
אזוי מאכסטו אוועק יארן פון הארעוואניע? - וואלסט באמת נישט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין א כלי?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:54 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.
אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.
הער אויף צו זאגן אלטער נער, ווייל איך וועל דיר עוקר מן השורש זיין.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:00 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד, זאג עס נישט. ווען ר' מאטעלע וואלט חתונה געהאט מיט א לייטשא און ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט א סימא מירל, וואלט דער גאנצער בילד אנדערש געווען. פארפאלן, א פרוי בויעט א מענטש. ווען ר' משה'לע וואלט חתונה געהאט מיט אזא סימא מירל, וואלט ער געבליעט און געשטיגן, כמובן אז ער וואלט נישט געהאט די סארט פראבלעמען מיט חניוקישקייט, ער וואלט דאן געפירט א הערליכע חסידות מיט א געשמאק. ווידער אויב וואלט ר' מאטעלע חתונה געהאט מיט אזא לייטשא, הוי הוי וואלט מען געזען וואס מידות הייסט... דער חורבן וואס וואלט דארט געווען, עס וואלט געגאנגען פייער, און נאך אסאך ערגער ווי ביי ר' משה'לע, ווייל דא זענען ביידע זייטן קריגערישע מענטשן, ר' משה'לע איז נאך געווען אן איידעלער...
עס האט נישט אזוי ווייט מיט ארבעטן אויף מידות, ווי ווער דער ווייב איז. און יא, מען קען ברעינוואשן פלענטי נארמאלע מענטשן, אפילו די וואס ארבעטן אויף מידות.
און נאכאמאל: רוף אים נישט 'נאר', ער איז נישט דיין עידזש און דו וואלסט זיך געוואונטשן צו האבן אזא זוהן אזוי ווי אים. איך וואונטש דיר עס פון טיפן הארצן און זאג ביטע אמן, ווייל דאס איז א ברכה, און דו ווייסט דאס אליין.
שמואל, לאמיך טרייען דיר מסביר צו זיין עפעס. איך נעם גארנישט אוועק פון ר' משה'לעס קדושה, עבודה, התמדה און סיי וועלכע אנדערע גוטע זאך וואס ער האט געהאט (און בד"וו, איך קען דיר צולייגן נאך אסאך זאכן וואס דו האסט נישט אויסגערעכענט דא וואס איך ווייס, אבער נישט דאס איז דער נושא דא).
איך וויל האבן גוטע קינדער. אבער איך וויל אויסדרוקליך נישט האבן קינדער ווי ר' משה'לע (אפשר געוויסע חלקים פון אים, אבער ווי אים גלאט, א גרויסער ניין, מיט א גרויסן ספאדיק). לאמיר עס לאזן ביי דעם. איך בין נישט אינטערעסירט נאך מער אים צו באזינגען.
יעצט צום נושא. איך בין נישט דן ר' משה'לע פאר'ן זיך נישט אן עצה געבן מיט לייטשע'ן. זי איז געווען א געזונטע מרשעת, א גאר פארדארבענע פרוי רח"ל. איך ווייס נישט וואס ר' מאטעלע וואלט געטון, לכאורה וואלט ער איר גע'גט, און דאס איז געווען וואס ר' משה'לע האט אויך מערערע מאל געקלערט צו טון. אבער געדענק איין זאך. עס איז פיל גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסצוארבעטן איין מדה. עבודת המדות איז "די" שווערסטע עבודה אויף די וועלט (און איך אליינס פאל יעצט דורך אין דעם, ווייל איך וואלט ווען געדארפט שווייגן און בכלל נישט אריינרעדן אין דעם גאנצן נושא, נאר מיין גאוה לאזט מיך נישט. מידות.), און ליידער האט ר' משה'לע די סארט עבודה איבערגעלאזט פאר'ן זוהן, וועלכער האט, טראץ די אלע צרות צרורות און רדיפות און שפיכות דמים, נישט געלאזט רעדן אפילו אויף די מאמען.
וואלט ר' משה'לע געהאט די מידות וואלט קיינמאל נישט פאסירט די גאנצע פרשה, טראץ אלע ברעינוואשינגס. ווייל איינער וואס איז אויסגעארבעט אין די מידות "קען נישט" טון אזא זאך. ער קען נישט. ק-ע-ן נ-י-ש-ט. פינטל. טון אזא מין אקט פון אכזריות, און דאס בויען און שטיצן און פילעווען פאר אזוי פיל יאר קומט פון טפשות, פערדישקייט, ברעינווואשינג אינאיינעם, אבער דער עיקר, פון נישט האבן גוטע מידות.
איך בין אויך מסכים אז עס האט מיטן הימל און העכערע זאכן (כידוע האט ר' יודעלע געזאגט עפעס ווען מען האט אים ארויסגעווארפן), אבער דאס איז נישט מצדיק דעם וואס טוט די עוולה.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:06 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:
דעטס אן איזי וואן. ענדערש אויסקוקן ווי איך און שרייבן אויף קאווע שטיבל. קיין שום ספק נישט. אויב דאס זענען די איינציגסטע צוויי טשויסעס.
ביסט משוגע געווארן? - דו ווייסט פון וועמען מען רעדט דא? - נעבעך נעבעך איז ער פארדרייעט געווארן דורך זיינע מענטשן און אויסגעקוקט אזוי ווי ער האט אויסגעקוקט. ער איז נעבעך אראפגעגאנגען אין די היסטאריע אלס לוזער און דורכפאל. ער איז אבער נישט שולדיג אין דעם, ער וואלט געקענט זיין א כלי מפואר ווען נישט זיינע ארומיגע. ער פלעגט שטיין שעות ארוכות אויף די פיס, הארעווען אין מנחת חינוך און אין גמרא, גאנצע שבתים פון נאכן טיש ביזן דאווענען, פון נאך די בייטאג סעודה ביז מנחה (אין די זומערדיגע לאנגע שבתים), און זיין דאווענען שבת איז געווען א דאווענען, די טישן זענען געווען טישן, ער האט באמת געקאכט אינעם שבת, געקאכט אינעם לערנען, געקאכט אינעם דאווענען. א איד וואס די קדושה איז געווען אויף א אומגעווענליכע מדריגה, וואס מען דערציילט מורא'דיגע הפלגות דערויף. ווען מען איז אים געקומען דערציילן אויף א בחור וואס טוט מעשים אשר לא יעשו, האט ער זיך גענומען ברעכן... עס האט אים פשוט פארעקלט ביזן ברעכן... זיין עבודת השם אלע זיינע יארן, אנגעהויבן פון אלס ינונגל אין גרויסווארדיין, במשך די מלחמה יארן, די הרבצת התורה אין ישיבה פון דמשק, ביי זיין טאטען אין ישיבה...
אזוי מאכסטו אוועק יארן פון הארעוואניע? - וואלסט באמת נישט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין א כלי?
שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.
ווי האסטו מיך געזעהן אוועק מאכן זיין עבודה. איך האב נייעס פאר דיר. איך האב אים געקענט פערזענליך און געווען כמה שבתים ביי אים אין שטוב. (נישט אין בית מדרש, ביי אים אין שטוב, צוגעזעהן פון די נאנט, איך ווייס גוט פון וועמען מען רעדט). אבער דו רעדסט דאך פון דעם גאנצן מענטש.
איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:06 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:(ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).
האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.
אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.
דו קוקסט אויף א זאך מיט שכל, אבער נישט מיט דעם גאנצן בילד פון ארום און ארום. דו ברענגסט צוויי דוגמאות פון דעם באבוב'ער און דעם סאטמארן. בנוגע ר' שלמה'לע, ריכטיג, אים האט מען נישט געקענט פארנארן און ר' משה'לע יא. דער באבוב'ער איז געווען מער מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, ער האט זיך פיין פארשטאנען, געלערנט האט ער נישט צופיל - ער איז געווען פארנומען מאכן עקסערסייז אינצווישן, און ער איז געווען מער מיט א דעת צו כאפן וואס עס טוט זיך און וואס די מטרה פון זיינע ארומיגע זענען. ר' משה'לע איז געווען אויסגעטאן פון דער וועלט, ער איז געווען א הימל איד, פשוט נישט געווען דא, דעריבער האט מען אים געקענט גוט פארנארן, און זאג נישט 'אלטער נער', ווייל איך קען גענוג פיינע מענטשן, ערליכע יונגעלייט וואס זיצן אין כולל א גאנצן טאג און לערנען, מען וואלט זיי אויך געקענט פארנארן, עס איז א מהות פון א מענטש. ס'שטייט קיין ערגעץ נישט אין די תורה אז מען מוז כאפן אלעס מיט א שארפקייט, יא, ר' משה'לע איז געווען א שוואכער קאפ בילדותו, והוא גדלותו אז ער האט געהארעוועט בתורה און אויסגעשטיגן גאר גרויס, און מען האט אים געקענט פארנארן, איז וואס? - ס'איז אסור?
בנוגע דעם ברך משה: דארט האט ר' אהרן פשוט קלוגער געהאנדלט, און אכטונג געגעבן על כבוד אביו. שטעל דיר פאר ווען ר' אהרן איז נישט דער פאליטיקאנט, און שרייעט אריין ביים טאטע'נס תורה, וואלט מען דען נישט געקענט אנהעצן דעם ברך משה קעגן זיין זוהן? - איך מיין אז יא.
בנוגע ארבעטן אויף מידות: הער, וויפיל מאל דארף מען דיר שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל. ער איז געווען א רחמן גדול - מיט אכזריות האט ער קיין שייכות נישט געהאט, ווען א איד איז אריינגעקומען בעת צרה, פלעגט ער ממש מיטוויינען מיט אים און זיך אינטערעסירט אויף יעדע פרט, ער פלעגט כואב זיין בצרתן של ישראל. אנדערש אבער ווי אנדערע מענטשן, וואס זענען מער שראד און גראד, זיי זאגן וואס זיי קלערן, פלעגט אים ווייטאן געוויסע זאכן וואס ער האט נישט ארויסגעזאגט פון זיין מויל, ער האט עס געשלינגען. א מענטש איז פארט א מענטש, און דאס פלאצצט. אויב וואלט ער געווען שטערקער און געזאגט וואס ער טראכט, וואלט ער געקענט בלייבן מיט זיין רחמנות אויף שטענדיג.
און נאכאמאל: ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים, ער איז נישט געזעצן דרייע פארטאגס און געשריבן אויף קאווע שטיבל. אין די זעלבע צייט איז ער אויף געווען און זיך געבראכן קאפ אויף גמרא וחסידות. הלוואי אויף דיין קינד געזאגט.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:08 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.
אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.
הער אויף צו זאגן אלטער נער, ווייל איך וועל דיר עוקר מן השורש זיין.
שוין, יעצט האסטו געווינען. אויב דו גייסט מיך עוקר מן השורש זיין דאן האב איך מורא. אקעי, איך וועל בלי"נ מער נישט שרייבן אלטער נאר, כאטש איך האב מיט דעם נאר מלמד זכות געווען אויף אים.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:11 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.
אזא שאלה באלאנגט אין אישי, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, אבער נישט ברבים.
הדד בן בדד האט געשריבן:איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.
מאדנע.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:20 am
דורך שמואל פרימו
איך האב אביסל דורכגעטראכט מיט ישוב הדעת וואס דו זאגסט, בנוגע זיין עבודת המידות, צי ער האט יא געארבעט דערויף אדער נישט, און איך ציה אזא מסקנא, לויט ווי איך האב געהערט און געליינט איבער דער מענטש:
לכאורה איז פאראן א גרויסע סתירה אין דער זעלבער מענטש גופא: פון איין זייט איז ער געווען א משתתף בצערן של ישראל, א ווייעכער איבערגעגעבענער ראש-ישיבה, א גרויסער בעל בכי און כמעט ביי יעדע תורה האט ער דערמאנט צרתן של ישראל והשכינה, ער פלעגט רעדן צו זיינע מענטשן מיט אזא פאטערליכע ליבליכקייט און מיט אזא רגש, וואס מען געפינט כמעט נישט ביי אנדערע רבי'ס כדוגמתו. עכ"פ זיין ברודער ר' מאטעלע, קוקט בכלל נישט אויס אזא רחמן ווי אים, וואס האט אויסגעהערט אידישע קינדער און באמת כואב געווען בצערן. מאידך גיסא - קוקנדיג ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיינע שונאים, די מחשבות מיט וואס ער האט זיך ארומגעדרייט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען, דער אופן ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיין זוהן, קוקט ער אויס ווי אן אכזר פונעם ערשטן קלאס.
ווי אזוי ארבעט דאס?
איך האב א מסקנא אין דעם ענין, אבער איך וויל הערן פון דיר הדד, ווי אזוי לערנסטו אפ די צוויי זאכן... ווי אזוי שטימט דאס?
האלסטו אז ער האט געבלאפט ווען ער האט געוויינט פאר אידישע צרות?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:26 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:(ביי ר' שלמה'לע באבוב'ער האט מען אים אויך זייער שטארק געטרייט אנצוהעצן קעגן דעם ר' נפתלי'ן, און מיט די זעלבע טענות, אבער עס האט נישט געארבעט. איך האב נאך דוגמאות, אבער עס פעלט נישט אויס).
האק נישט אין קאפ אריין. וואס האט ער געליטן און געשלינגען. ר' ישראל אליינס איז א פייערדיגער חסיד פון זיין טאטן. דו האסט געבערענגט א גוטן דוגמא. דער ברך משה און זיין זון ר' אהרן. ר' אהרן איז קלאר געווען מער דער רבי טייג ווי זיין פאטער. אבער זיין פאטער האט עס גארנישט געשטערט. פארקערט, ער האט געשעפט נחת און געשטופט דעם זון אלס מער און מער. ווידער דער אלטער נער (וואס איז געווען איין שטיק קדושה מלא טפשות אן קיין מידות טובות (לכבודך שרייב איך איידל)) האט, אנשטאט שעפן נחת פון דעם זוהן, זיך געערגערט און געגלייבט אז דער זוהן טרייט אים צוצונעמען דאס רבי'סטווע.
אלזא, וואס איז דא געוועזן צו שלינגען. תענוג ונחת דקדושה. אנשטאט האט ער זיך אליינס אנגעמאכט דאס גיהנם.
דו קוקסט אויף א זאך מיט שכל, אבער נישט מיט דעם גאנצן בילד פון ארום און ארום. דו ברענגסט צוויי דוגמאות פון דעם באבוב'ער און דעם סאטמארן. בנוגע ר' שלמה'לע, ריכטיג, אים האט מען נישט געקענט פארנארן און ר' משה'לע יא. דער באבוב'ער איז געווען מער מיט ביידע פיס אויף דער וועלט, ער האט זיך פיין פארשטאנען, געלערנט האט ער נישט צופיל - ער איז געווען פארנומען מאכן עקסערסייז אינצווישן, און ער איז געווען מער מיט א דעת צו כאפן וואס עס טוט זיך און וואס די מטרה פון זיינע ארומיגע זענען. ר' משה'לע איז געווען אויסגעטאן פון דער וועלט, ער איז געווען א הימל איד, פשוט נישט געווען דא, דעריבער האט מען אים געקענט גוט פארנארן, און זאג נישט 'אלטער נער', ווייל איך קען גענוג פיינע מענטשן, ערליכע יונגעלייט וואס זיצן אין כולל א גאנצן טאג און לערנען, מען וואלט זיי אויך געקענט פארנארן, עס איז א מהות פון א מענטש. ס'שטייט קיין ערגעץ נישט אין די תורה אז מען מוז כאפן אלעס מיט א שארפקייט, יא, ר' משה'לע איז געווען א שוואכער קאפ בילדותו, והוא גדלותו אז ער האט געהארעוועט בתורה און אויסגעשטיגן גאר גרויס, און מען האט אים געקענט פארנארן, איז וואס? - ס'איז אסור?
בנוגע דעם ברך משה: דארט האט ר' אהרן פשוט קלוגער געהאנדלט, און אכטונג געגעבן על כבוד אביו. שטעל דיר פאר ווען ר' אהרן איז נישט דער פאליטיקאנט, און שרייעט אריין ביים טאטע'נס תורה, וואלט מען דען נישט געקענט אנהעצן דעם ברך משה קעגן זיין זוהן? - איך מיין אז יא.
בנוגע ארבעטן אויף מידות: הער, וויפיל מאל דארף מען דיר שרייבן נאכאמאל און נאכאמאל. ער איז געווען א רחמן גדול - מיט אכזריות האט ער קיין שייכות נישט געהאט, ווען א איד איז אריינגעקומען בעת צרה, פלעגט ער ממש מיטוויינען מיט אים און זיך אינטערעסירט אויף יעדע פרט, ער פלעגט כואב זיין בצרתן של ישראל. אנדערש אבער ווי אנדערע מענטשן, וואס זענען מער שראד און גראד, זיי זאגן וואס זיי קלערן, פלעגט אים ווייטאן געוויסע זאכן וואס ער האט נישט ארויסגעזאגט פון זיין מויל, ער האט עס געשלינגען. א מענטש איז פארט א מענטש, און דאס פלאצצט. אויב וואלט ער געווען שטערקער און געזאגט וואס ער טראכט, וואלט ער געקענט בלייבן מיט זיין רחמנות אויף שטענדיג.
און נאכאמאל: ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים, ער איז נישט געזעצן דרייע פארטאגס און געשריבן אויף קאווע שטיבל. אין די זעלבע צייט איז ער אויף געווען און זיך געבראכן קאפ אויף גמרא וחסידות. הלוואי אויף דיין קינד געזאגט.
אקעי, צום ערשט גיי איך יעצט דא מוחה זיין אויף דיר פארן אראפלייגן דעם באבוב'ער אויף א ביליג'ן אופן. דא זאג איך פארקערט. אפשר האט ער נישט אזוי פיל געלערנט ווי ר' משה'לע אדער זיין קאזין דער קלויזענבורג'ער, אבער אין עבודת המידות איז ער זיי ביידע איבערגעשטיגן. און דא האט געשטעקט זיין גדלות, כאטש ער האט יא געלערנט און געדינט דעם אויבערשטן אין אנדערע תחומים אין לעבן אויך. אבער אין מידות איז ער געווען גאר גרויס. און בד"וו, זייט ווען איז מאכן עקסערסייז געווארן אן עבירה. איך קען אסאך גרויסע אידן וואס האבן זיך פארנומען מיט דעם.
יעצט ווייטער. איך וועל איבער'חזר'ן. ווען א מענטש איז אויסגעארבעט אין מידות קען ער נישט טון אזעלכע זאכן. יא. עס איז הויל רשעות אנרופן א איד וואס האלט זיך ביים משדך זיין מיט זיין זון און אים אנווארענען און אנשרעקן און אויף דעם אופן צווינגען נישט צו טאן דעם שידוך איז גארנישט אנדערש פון רשעות. פארוואס ווערסטו עפעס פלוצלינג בלינד צו דעם. זייט ווען איז הארעווען נעכט אויף די גמרא און שווערע מנחת חינוך'ס געווארן א היתר און פערמיט צו טון רשעות. איך טריי צו פארשטיין.
אויב די תורה איז נישט משפיע אויף דעם מענטש אים אויסצואיידעלן גענוג אז ער זאל נישט קענען זינקען צו אזעלכע שרעקליכע מעשים דאן האב איך שאלות אויף די גאנצע תורה לערנען.
איך קען אסאך הימל אידן, אויסגעטאן פון די וועלט, וואס ווילן נישט וויסן פון גארנישט אויסער פון די ד' אמות של הלכה, און דו וועסט אין די וועלט נישט קענען מצליח זיין זיי צו מאכן ארויסווארפן זייער קינד. ס'וועט נישט גיין. עס האט גארנישט מיט זיין אויסגעטאן פון די וועלט, עס האט אבער יא מיט זיין א קליין קעפל אינאיינעם מיט נישט ארבעטן אויף די מידות.
אקעי, איך זאג מער נישט אלטער נאר. אבער די אלע אידן וואס זיצן און לערנען א גאנצן טאג און מען קען זיי איינרעדן אזעלכע זאכן, זיצן נישט ביים רודער פון איינס פון די גרעסטע אידישע קהילות אויף די וועלט. עס איז זייער חשוב אז א איד מיט א שוואכע קאפ ארבעט זיך אויס, אבער מען דארף וויסן ווי ער באלאנגט.
הייסט עס אז ר' אהרן האט אכטונג געגעבן אויף כבוד אביו און ר' ישראל נישט. בד"וו, די טענה פון אריינשרייען אין זיין טאטנס תורות הער איך יעצט דאס ערשטע מאל. און טאקע דערפאר גלייב איך אז עס איז שקר. ווען עס וואלט געווען אמת וואלט איך עס געהערט ביז היינט. אלזא, איך נעם דאס פשוט נישט אן. קיינמאל נישט פאסירט. נעקסט.
האלא, וויינען מיט יענעם אויף זיינע צרות איז זייער גרינג. דאס האט נישט מיט מידות. מידות איז דוקא דארט ווי עס איז שווער. פאר דעם איז דאך דאס אזא גרויסע עבודה (נאכאמאל, והא ראי', מיין גאוה לאזט מיך נישט יעצט גיין שלאפן ווייל איך האב דיר נאך נישט אלעס געזאגט וואס איך האב צו זאגן. איך ארבעט נישט יעצט אויף מיינע מידות. און עס איז מיר שווער ווייל איך האב דא אן אינטערעסע. דאס מיינט עבודת המידות, זיך ברעכן דארט ווי עס איז שווער). און א איד וואס ארבעט אויף זיך פאר יארן לאנג ווערט אזוי אויסגעארבעט אז ער קען נישט טון אזעלכע סארט מעשים. ליידער, וויפיל איך וואלט געוואלט עס זאל נישט זיין אזוי, איז עס אבער פארט די פאקט אז די זאכן וואס ער אליינס האט געטון זענען רשעות.
דאס נעמט טאקע נישט אוועק אלע זיינע גוטע זאכן, אבער פונקט אזוי טוט די גוטע זאכן נישט אויסגלייכן די אנדערע. וואס איז דא אזוי שווער צו פארשטיין. דו ווילסט נאר אז איך זאל זעהן נאר די גוטע, און איך זאג אז איך זעה די גוטע אבער איך זעה די נישט גוטע אויך. און איינס איז נישט קיין תירוץ אויפן צווייטן.
און נאכאמאל, ר' משה'לע איז געווען אן איש צדיק תמים און איז נישט געזעצן דריי אזייגער פארטאגס (יעצט שוין נאך פירע) אויף קאווע שטיבל, און ער איז טאקע געווען א גרעסערער צדיק פון מיר, אבער דו קענסט מיך נאך אלץ נישט און דו ווייסט נישט ווער איך בין און וואס איך טוה. (בד"וו, איך האב שוין אסאך מאל אין די שעות געזעצן און געלערנט פלייסיג).
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:28 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:איך האב אביסל דורכגעטראכט מיט ישוב הדעת וואס דו זאגסט, בנוגע זיין עבודת המידות, צי ער האט יא געארבעט דערויף אדער נישט, און איך ציה אזא מסקנא, לויט ווי איך האב געהערט און געליינט איבער דער מענטש:
לכאורה איז פאראן א גרויסע סתירה אין דער זעלבער מענטש גופא: פון איין זייט איז ער געווען א משתתף בצערן של ישראל, א ווייעכער איבערגעגעבענער ראש-ישיבה, א גרויסער בעל בכי און כמעט ביי יעדע תורה האט ער דערמאנט צרתן של ישראל והשכינה, ער פלעגט רעדן צו זיינע מענטשן מיט אזא פאטערליכע ליבליכקייט און מיט אזא רגש, וואס מען געפינט כמעט נישט ביי אנדערע רבי'ס כדוגמתו. עכ"פ זיין ברודער ר' מאטעלע, קוקט בכלל נישט אויס אזא רחמן ווי אים, וואס האט אויסגעהערט אידישע קינדער און באמת כואב געווען בצערן. מאידך גיסא - קוקנדיג ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיינע שונאים, די מחשבות מיט וואס ער האט זיך ארומגעדרייט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען, דער אופן ווי אזוי ער האט באהאנדלט זיין זוהן, קוקט ער אויס ווי אן אכזר פונעם ערשטן קלאס.
ווי אזוי ארבעט דאס?
איך האב א מסקנא אין דעם ענין, אבער איך וויל הערן פון דיר הדד, ווי אזוי לערנסטו אפ די צוויי זאכן... ווי אזוי שטימט דאס?
האלסטו אז ער האט געבלאפט ווען ער האט געוויינט פאר אידישע צרות?
אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:35 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:שמואל, זאג מיר אויס דעם אמת ווי אלט דו ביסט.
אזא שאלה באלאנגט אין אישי, נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, אבער נישט ברבים.
הדד בן בדד האט געשריבן:איז אזוי, קודם כל, דו קענסט מיך נישט. דו זעסט אז איך שרייב דא אין קאווע שטיבל. פיין, קען זיין עס איז א עוולה און קען זיין אז נישט. אבער דו ווייסט דאך נישט ווער איך בין. איך האב נאך א גאנצע לעבן אויסער דאס שרייבן דא. און דערפאר, אויב מוז איך אויסקלויבן איינס פון די צוויי טשויסעס, אזוי ווי זיי זענען, אדער ער, אדער איך, וויל איך ענדערש מיין זון זאל אויסקוקן ווי איך, מיט אלע מיינע מעלות און חסרונות (מיטן שרייבן אויפן קאווע שטיבל), ווי איידער אויסצוקוקן ווי אים, מיט אלע זיינע מעלות און חסרונות.
מאדנע.
מאדנע? גארנישט אזוי מאדנע. (איי די גאוה, איך קען דיר נישט לאזן האבן דאס לעצטע ווארט. זעסט ווי איך קוק אויס דא?)
זאג מיר, דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיין זייער נישט קלוג, אלעמאל אנגעגעסן און אנגעווייטאגט אז יעדער וויל אים אונטערברענגען און יעדער וויל אים טשעפען, כולל זיין אייגענער זוהן, וואס ער קען ניטאמאל שעפן נחת פון אים (ווען עס איז דא אזוי פיל אויף וואס צו שעפן נחת) ווייל ער איז נאר ביזי זעהן דעם שלעכטס, און נאך דעם אלעם אים ארויסטראסקענען ווי א הינט?
דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל האלטן אזעלכע דרשות ווי ער האט געהאלטן ווערנדיג בזוי ומבוזה לעיני כל ישראל?
דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיך ארום שלאגן מיט זיין ברודער רוב פון זיינע שענסטע יארן אין זיין לעבן?
דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל יעדע פאר יאר האבן נאך א פרשה (אין וויזניץ פלעגט גיין א ווערטל אז אין וויזניץ איז דא מער פרשה'ס ווי סדרה'ס) פארלירנדיג נאך עטליכע צענדליגער משפחות?
בקיצור. ווען מען נעמט דעם גאנצן ליסטע איז עס גארנישט אזוי מורא'דיג. יא, דו ווילסט פאוקוסן נאר אויף די גוטע חלקים. יא, די גוטע חלקים וואלט איך שוין איינמאל געוואלט מיין זוהן זאל אזוי זיין, אבער אויב קומט עס מיט דעם גאנצן פעקעדש, בין איך עס מוחל בלב שלם. בעסער אויסקוקן ווי מיר.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:45 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:
אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.
דער אמת'ער ענטפער דערויף איז, אז ער האט מעגליך יא געארבעט דערויף, אבער ער איז נישט געווען קיין געזונטער מענטש בפנמיותו (רוף עס נישט 'אלטער נער', דו האסט עס נאכאמאל געזאגט... קומסט מיר פאר דער מעשה הידוע, ווא איינער וואס האט געזאגט "איך זאג נישט אז דיין ווייב איז א זונה, ווייל איך וויל נישט באצאלן די געלט צו זאגן אז דיין ווייב איז א זונה").
לענינינו, ער האט געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף זיין פנימיות'דיגער מהות (היינט וואלט מען אים געשיקט צו פראדאקטיוו). ער איז נישט געווען קיין אפענער מענטש, א שטיקל בעל דמיון און אן איינגערעדטער. ער האט ערליך געלערנט חובת הלבבות און דוקא יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף די ריכטיגער וועג, און דאס איז נישט זיין שולד געווען, קיינער האט אים אנדערש נישט מדריך געווען. ער האט אפגעלערנט מידות, אז מען דארף רחמנות האבן אויף יענעם און מיטשפירן דעם צער, און אויך... מוותר זיין - דארט וואו זיין ברודער'ס שוואכקייט ליגט. ער איז אבער נישט געווען געזונט אויסגעבויעט, ווי אזוי צו מוותר זיין פון זיך, ווען מען דארף יא און ווען נישט. ער האט דעריבער פיל געשלינגען אין זיין לעבן. דאס ווייב האט ער נישט אפגע'גט, אויך ווייל ער האט מעדיף געווען צו פארקוקן און מוותר זיין, עס האט אבער געקאכט אין אים. ווען ער האט געזען זיין זוהן פירט און איז מצליח, האט ער אפשר לכתחילה געשעפט נחת, אבער ווען מען האט אים אנגערעדט און ער אליין האט דאס געשלינגען און געשלינגען, האט עס געפלאצט.
דו קענסט עס נישט אנרופן, נישט געארבעט אויף מידות. דו ווייסט וויפיל ער האט געדארפט שלינגען ביז ער האט געטאן דעם שריט? - וויפיל ער האט מוותר געווען און באצאלט פון זיין טאש, ביז ער האט געפלאצט?
אין קורצן: ער האט יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף אזא געזונטע וועג.
נאך עפעס: די זאכן וואס ער האט געטאן קעגן זיין זוהן, אפרעדן שידוכים וכו', דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז ער טוט ריכטיג און דערמיט האט ער רחמנות אויף זיין זוהן. ער האט זיך איינגערעדט אז ער מיינט דערמיט זיין זוהנ'ס טובה. עס איז פשוט אזוי.
אגב; דו רעגסט מיר אזוי אויף מיטן 'אלטער נער', וואס דו רופסט אויף א איד וואס פאקט דיר איין אין לינקן טאש (מיט דעם וואס איך קען דיר נישט). וויל איך דיר פרעגן, זיין בן הגדול - ער איז דער קלוגער הייסט?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 4:49 am
דורך שמואל פרימו
הדד, איך זוך א חברותא יעצט פארטאגס. ווילסט קומען לערנען?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:08 am
דורך הדד בן בדד
שמואל פרימו האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:
אויסדרוקליך נישט געבלאפט. עס האט אים באמת וויי געטאן. דאס איז געווען זיין טבע. א ווייכער, א רחמן. פיין. אבער דער נסיון איז דארט ווי עס טוט וויי. דארט קומט די "עבודה". פאר דעם זאגט מען נאך פון די בעלי מוסר וואס איך האב פריער געברענגט. אז עס איז גרינגער דורכצולערנען גאנץ שס ווי אויסארבעטן איין מדה. איך האב עס שוין אנגערירט אין מיין לעצטען תגובה.
דער אמת'ער ענטפער דערויף איז, אז ער האט מעגליך יא געארבעט דערויף, אבער ער איז נישט געווען קיין געזונטער מענטש בפנמיותו (רוף עס נישט 'אלטער נער', דו האסט עס נאכאמאל געזאגט... קומסט מיר פאר דער מעשה הידוע, ווא איינער וואס האט געזאגט "איך זאג נישט אז דיין ווייב איז א זונה, ווייל איך וויל נישט באצאלן די געלט צו זאגן אז דיין ווייב איז א זונה").
לענינינו, ער האט געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף זיין פנימיות'דיגער מהות (היינט וואלט מען אים געשיקט צו פראדאקטיוו). ער איז נישט געווען קיין אפענער מענטש, א שטיקל בעל דמיון און אן איינגערעדטער. ער האט ערליך געלערנט חובת הלבבות און דוקא יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף די ריכטיגער וועג, און דאס איז נישט זיין שולד געווען, קיינער האט אים אנדערש נישט מדריך געווען. ער האט אפגעלערנט מידות, אז מען דארף רחמנות האבן אויף יענעם און מיטשפירן דעם צער, און אויך... מוותר זיין - דארט וואו זיין ברודער'ס שוואכקייט ליגט. ער איז אבער נישט געווען געזונט אויסגעבויעט, ווי אזוי צו מוותר זיין פון זיך, ווען מען דארף יא און ווען נישט. ער האט דעריבער פיל געשלינגען אין זיין לעבן. דאס ווייב האט ער נישט אפגע'גט, אויך ווייל ער האט מעדיף געווען צו פארקוקן און מוותר זיין, עס האט אבער געקאכט אין אים. ווען ער האט געזען זיין זוהן פירט און איז מצליח, האט ער אפשר לכתחילה געשעפט נחת, אבער ווען מען האט אים אנגערעדט און ער אליין האט דאס געשלינגען און געשלינגען, האט עס געפלאצט.
אין קורצן: ער האט יא געארבעט אויף מידות, אבער נישט אויף אזא געזונטע וועג.
נאך עפעס: די זאכן וואס ער האט געטאן קעגן זיין זוהן, אפרעדן שידוכים וכו', דאס איז געקומען ווייל ער האט געהאלטן אז ער טוט ריכטיג און דערמיט האט ער רחמנות אויף זיין זוהן. ער האט זיך איינגערעדט אז ער מיינט דערמיט זיין זוהנ'ס טובה. עס איז פשוט אזוי.
אגב; דו רעגסט מיר אזוי אויף מיטן 'אלטער נער', וואס דו רופסט אויף א איד וואס פאקט דיר איין אין לינקן טאש (מיט דעם וואס איך קען דיר נישט). וויל איך דיר פרעגן, זיין בן הגדול - ער איז דער קלוגער הייסט?
אקעי, אקעי, יעצט גיי איך טאקע מער נישט זאגן יענע מיאוס'ע ווארט וואס רעגט דיך אזוי אויף. סארי, איך טוה תשובה.
פרימו, רוף עס אן וויאזוי דו ווילסט. קען זיין ביסט גערעכט. ביי דעם וואס זיצט אויפן אנדערן זיין און איז דער ריסיווער פון די אלע מעשים (אפגעזעהן פון וואס עס קומט) איז עס גאנץ א קליינע נפקא מינא.
דאס אז ער האט געגלייבט אז מיט די רשעות האט ער גאר רחמנות אויפן זון, אין דעם בין איך נישט מסופק. דאס איז זיכער אזוי. דאס איז דער פשוט'ער מענטשליכער נאטור.
און לסיום. טאקע דער בן הגדול זיינער איז דער גרעסטער פרוף אז איך בין גערעכט. ער איז בערך אזוי קלוג ווי דער טאטע, אבער דאך איז ער אויסגעארבעט אין מידות, און קוק ווי ער איז אנגעקומען.
לגבי דעם ענין פון חברותא, נאר אין אישי.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:11 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:[
דו וואלסט געוואלט אז דיין זוהן זאל זיך ארום שלאגן מיט זיין ברודער רוב פון זיינע שענסטע יארן אין זיין לעבן?
ווער האט זיך געשלאגן מיט וועמען? - ער מיטן ברודער, אדער דער ברודער מיט אים? - יא, איך קען די תורות אז באמת האט אים זיין ברודער מחשיב געווען וכו' וכו' נאר די שונאים ארום האבן אנגעדרייט מחלוקת. צווישן מיר און דיר, ווער האט אנגעדרייט מחלוקת?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:13 am
דורך הדד בן בדד
מ'קען זיך נישט שלאגן אליינס
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:16 am
דורך שמואל פרימו
הדד בן בדד האט געשריבן:
און לסיום. טאקע דער בן הגדול זיינער איז דער גרעסטער פרוף אז איך בין גערעכט. ער איז בערך אזוי קלוג ווי דער טאטע, אבער דאך איז ער אויסגעארבעט אין מידות, און קוק ווי ער איז אנגעקומען.
דאס איז נאכנישט קיין ראיה, ווייל דער טאטע, ווען ער האט געהאלטן דריי יאר אין די רבי'סטעווע, איז ער מעגליך געשטאנען נאך שענער - פון זיין ברודער איז ער זיכער געשטאנען שענער דעמאלס. עס איז נאך צו פרי צו שאצן.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:25 am
דורך שמואל פרימו
הדד, ווי אזוי וואלט ר' מאטעלע באהאנדלט אזא זוהן, מיט געלט חובות אויפן חשבון פון די מוסדות, און פרומער פונעם טאטע'ן (לאמיר זאגן אז ער איז א נטורי קרתא'ניק און לויפט אויף מאנהעטן צו הפגנות...), בשעת ער איז מער אנטרעקטיוו און אנגענומען צווישן דעם עולם?
וואס וואלט ר' מאטעלע געטאן? און אויך, וואס וואלט ער געטאן אויב זיין ברודער וואלט דוקא יענעם זוהן מקרב געווען?
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:41 am
דורך הדד בן בדד
איך האב נישט קיין השגה.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 11:12 am
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:שמואל פרימו האט געשריבן:שבת, איך טוה פשוט היסטאריע. רעדנדיג פון די פרשה פארשטיי איך אביסל די זייט פון ר' משה'לע, הגם איך בארעכטיג דאס נישט. איך ברענג נאר ארויס יענע זייט פון די מטבע.
איך וואלט אבער יא געקענט באשטיין אריינצוגיין אין די צד פון ר' מאטעלע, וואס איך פארשטיי ממש באמת נישט (עס קוקט מיר אויס ווי דו באלאנגסט דארט, דעריבער פרעג איך עס דא - אויב עס שטערט דיר די דאזיגע ווערטער, מעלד מיר אין אישי און איך וועל עס ארויסנעמען):
ר' משה'לע האט א פראבלעם מיט זיין זוהן, ער האט א שטיקל לייזונג, ער וויל אים ארויסווארפן פאר א שטיק צייט (לית מאן דפליג, קיינער לייקנט נישט אז זיין פלאן איז בלויז געווען צייטווייליג און נישט אויף שטענדיג). קומט דער ברודער, גיבט זיך א מיש אריין בריב לא לו, ער איז מקרב דעם זוהן על אפו וחמתו פון זיין ברודער. ניטאמאל פרעגט ער זיין ברודער פשט פון דעם ארויסווארפן, ער שמועסט נישט דורך מיט אים ווי אזוי צו האנדלען, נאר ער גייט און נעמט אים אויף בכבוד מלכים.
יעצט אזוי: ווען ער וואלט אים כאטש געגעבן א שטיקל דזשאב, ער וואלט אים אוועקגעשטעלט מסודר און אים געמאכט א מענטש, נו איז אויך א פראבלעם, אבער... ער האט דאך אים געהאלפן. ר' מאטעלע האט אים נישט אוועקגעשטעלט, ער האט סך-הכל געשיקט זיינע מענטשן זאלן ארומגיין מיט אים נאך געלט, פארשעמענדיג דערמיט זיין אייגענע ברודער. ער וויל אים שטיצן? - פיין, ער וואלט דאס געקענט טון פיל שענער בדרך כבוד און נארמאלער. ער האט אויסגעקליבן דעם וועג וואס וועט זיין בושות פאר זיין ברודער. פארוואס?
דער שריט פון ר' מאטעלע, כבודו במקומו מונח, איז אומפארשטענדליך. פאר א דרויסנדיגער קוקט עס אויס ווי חסד, ער האט אריינגענומען זיין ברודער'ס זוהן און אים געהאלפן (אויך מיר געהאלפן...). אבער וואס האט ער דא געטאן? - ער האט אריינגעווארפן א פלאקן צווישן זיך מיט זיין ברודער, אנגעזייעט א העסליכע מחלוקת וואס האט אנגעהאלטן לאנגע יארן און עס האט זיך געגאסן בלוט. פארוואס? פארווען? - ער האלט אז דער ברודער האנדלט נישט ריכטיג? - הייב אויף א טעלפאן, רעד כאטש דורך... ס'געלונגט נאך אלס נישט? - העלף אים דיפלאמאטיש, מאך א פשרה... וואס איז דאס מחלוקת קעגן דעם ברודער? - וואס איז די בושות? - און אויב דו שפירסט אז דו מיזט יא העלפן דוקא אויף דעם וועג פון מחלוקת, דאן העלף כאטש ריכטיג דיין נעפיו, שטעל אים אוועק מסודר אז ער זאל נישט מוזן לויפן נאך געלט בכל קצבי תבל... גיב אים א רבנות, גיב אים א מגיד-שיעור פאסטן, אפילו א גראסערי ארבעטער, עפעס... העלף אים כאטש... גארנישט...
איך פארשטיי עס פשוט נישט.
...
לוטוואק: איך האב געזען דיין ערשטע תגובה און דיר געקלערט צו ענטפערן אויף יעדע אות באזונדער, אבער זעענדיג דיין צווייטע תגובה זעה איך אז עס איז נישט ווערד - אמער, מען רעדט דא פון א מענטש וואס איז געזעצן אויף אייוועלט און בחדרי חרדים, נו האסטו קושיות אויף אים אז ער ווארפט ארויס קינדער? - איך רעד יעצט פון א צווייטער איד לגמרי.
יעצט איינמאל בין איך מסכים מיט דיר. איך גלייב אויך אז ר' מאטעלע האט נישט געמיינט אזוי ווייט לשם שמים. אביסל יא, און אביסל האט ער געוואלט בריקען דעם ברודער. אמת, א גרויסע עוולה אז ער האט אים נישט באמת געהאלפן, ס"ה געמאכט טיי אווענטס און געשיקט מענטשן מיט גיין מיט אים נאך געלט, אלעס ריכטיגע טענות, אבער עס איז - לדעתי - נישט געווען אזוי ווייט ווייל ער האט געוואלט פארשעמען דעם ברודער, נאר ווייל זיין מדה פון קארגשאפט האט אים נישט געלאזט ריכטיג העלפן, אבער מעלים עין זיין אינגאנצן האט ער אויך נישט געוואלט, האט ער עס געטון אזוי. ר' מאטעלע איז אויך נישט דער וועלטס חכם. אוי, א שאד אויפן סערעט'ער רבי'ן זצ"ל, ער איז געווען א עכטער וויזניץ'ער קינד.
איך מיין אז די וויזניצע קינדער זענען לאו דוקא קיינמאל נישט געהייסן עפעס עקסטערע פיקחים, דו מיינסט מסתמא זיין טאט'נס א קינד, דער מקור ברוך איז געווען אן אויסגערופענער פיקח, זיין שווער בזיווג ראשון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא האט איהם גערופן "מיין חכם".