בלאט 10 פון 12

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:16 pm
דורך קינות גירושין
נמנו וגמרו
אז די איסור איז עכט אדער פאלטש?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:27 pm
דורך זר זהב
פאלש

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 4:02 pm
דורך קאווע טרינקער
שווער צו זאגן די ווארט "אמת" אויף דעם... אבער דאס יא, ס'איז די זעלבע אמת ווי די ערשטע איסור.
כ'האב דאס באקומען אין די פאסט, ארויסגעשיקט דורך די חברה וואס האבן אנגעדרייט די קאנטינענטעל אסיפה פאראיאר (נאך אין די צייטן ווען אסיפות זענען פארגעקומען אינטער א דאך).

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:17 am
דורך מאראנצןזאפט
פון די אפיסעס פון מצליח ווערט איבערגעגעבן אז אונזער קארעספעדאנט איז שטעקן געבליבן אין עגיפטן צוליב די ארטיגע אומרוען. ווי נאר די צושטאנד וועט זיך אפקילן וועלן מיר ערשיינען מיט'ן פולן פראכט.
מיינט איר אז נאר בוש 43 איז געווען א נאצי קאלאברירער, ווארט נאר ווארט, דעם חודש ברענגען מיר א היסטארישע אויפדעקונג אז פרעזידענט אבאמא אליין איז אויך געווען א פארשאלטענער געסטאפא אפיציר אינעם טרויעריג בארימטן מיידעניק טויט לאגער.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:28 pm
דורך שמעקעדיג
סארי, באט געענדיגט, בל"נ איך קויף מער נישט דעם אויסגאבע.

"דאס איז דער מאנאטליכער ארגאן פארן אידישן היים"? פארוואס, ווייל ער האט אידישע ווערטער?

זייער סטופיד און דערשרעקענדע ארטיקלען מיט די טונקעלסטע פארבן, מיאמי גייט חרוב ווערן, שווארצע באס דרייווערס אין אנדערע מדינות ווערן געשטאכן דורך די מאפיא, און אנדערע אומוויכטיגע צודרייטע ארטיקלען, עס פעלט נישט אויס נישט פאר עלטערע און זיכער נישט פאר קינדער.

איך האב געטראפן עטליכע טעותים, זיכער פיל בעסער ווי געווען, אבער נאך אלץ גענוג צו בלייבן חוזק.

כ'וואונדער זיך אויב אזוי שרייבט מען אין אידיש די 21'סטע סענטשורי?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 5:23 pm
דורך קרעקער
יו איז דעס גוט איך קענישט סטאפען צו לאכען
סדעמאנט מיר פון רז"ל פילאפ ווען מהאט עם געפרעגט ביי די גרעניץ אין וועלכע קאנטרי ער וואוינט אריזשינעל האט ער גענפערט לפידות קאנטרי

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 5:48 pm
דורך זר זהב
יענע מעשה איז געווען ביי הרב האגער קאסובע רבי, און נישט מיט לפידות קאנטרי.

נישט אז סמאכט א חילוק, בלויז פאר די רעקארד

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 8:46 pm
דורך דעת תורה
קאנסטו נישט הרב האגער. חוץ אויב ס'האט זיך אים פארגלוסט זיך צו וויצלען

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:57 am
דורך משה געציל
און דו קענסט נישט זר... ;)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
די רבנים האבן יא א כוח. איינער זעהט עס דען נאך?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 11:25 pm
דורך דער (פינטעל) איד
וויאזוי איז מעגליך אז מצליח האט נישט מצליח געווען ?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 9:22 am
דורך I'm back
עס באדערט מיר זייער שטארק אז זיי הערן אויף ארויסגעבן די 'מצליח' אויסגאבע.
ווי אזוי וועלן מיינע קינדער אויפוואקסן??
ווי אזוי וועלן זיי וויסן ווער עס זענען די עכטע שונאי ישראל??
ווער וועט זיי מסביר זיין אז בוש איז נישט די איינציגסטע וואס האט געארבעט האנט ביי האנט מיט די נאציס? ?

רב שפיעלמאן, איך בעט זיך בתחתונים, ביטע זייטס אונז מהנה.
עס העלפט אונז ברוחניות, אז אונז זאלן וויסן ווער עס זענען די מחריבי עם ישראל, און בגשמיאות, ווייל כידוע גייט עס בעסער ווען מען לאכט בשעת'ן גיין גדולים...

ייש'כ למפרע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 6:35 am
דורך יושר
איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, אבער געוויסע קוועלער זאגען אז עמעצער האט ארויפגעשטעלט דערויף אן עיקול, און בקרוב גייען זיי ווייטער ערשיינען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:24 pm
דורך קרעקער
ריבונו של עולם

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:35 pm
דורך וויליאמסבורגער
יושר האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, אבער געוויסע קוועלער זאגען אז עמעצער האט ארויפגעשטעלט דערויף אן עיקול, און בקרוב גייען זיי ווייטער ערשיינען.

מאכט נישט קיין סענס. ער קען דאך עפענען אויף אן אנדערע נאמען? ער איז נאך נישט אזא גרויסע אויסגאבע וואס מוז בלייבן מיט די זעלבע נאמען און וועט ענדערש נישט ארויסקומען אויב ער קען נישט גיין מיט די זעלבע נאעמן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:04 pm
דורך I'm back
ער זאל טוישן די נאמען צו 'יצליח'.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:46 pm
דורך ממרום שלח אש
וואס איז די מעשה, וואס הייסט א עיקול? ווער האט א תביעה אויף די נאמען?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 6:17 pm
דורך קרעקער
ער זאל טוישן די נאמען צו 'יצליח'.


בעסער צו 'לא יצלח'

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:11 pm
דורך ברסלבער
פרייז איז אראפ צו 3.75

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:14 pm
דורך איש עברי
וואס עפעס אזא שוואכע נאמען "מצליח"?
עס קלונגט ענדערש ווי א נאמען פון א קאר סערוויס

נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 7:59 pm
דורך I'm back
השם ירחם

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 10:51 am
דורך יושר
איצט געקויפט מצליח. באמת הערליך איבערגעמאכט. ס'איז א דיקער ביכל פון 124 זייטן. און נאך פאר אזא ביליגער פרייז. איין זאך זעה איך אויך אז דאס מאהל איז ער מלא וגדוש מיט אדווערטייזמענט'ס פון די גרעסטע אידישע קאמפעניס. זאל ער מצליח זיין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:03 am
דורך אבי גערעדט
יושר האט געשריבן:איצט געקויפט מצליח. באמת הערליך איבערגעמאכט. ס'איז א דיקער ביכל פון 124 זייטן. און נאך פאר אזא ביליגער פרייז. איין זאך זעה איך אויך אז דאס מאהל איז ער מלא וגדוש מיט אדווערטייזמענט'ס פון די גרעסטע אידישע קאמפעניס. זאל ער מצליח זיין.


נישט געציילט, אבער ארום א דריטל פון די 124 זייטן איז אדווערטייזמענטס, אריינגערעכנט עטליכע אדווערטאריעלס