בלאט 10 פון 19
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין דער וואס האט געלייגט די זויער מילך?
אגב אז דו קענסט יא שרייבן אידיש אויף דיין קיבאורד וואס שרייבסטו נישט די גאנצע אין אידיש???
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:03 pm
דורך קאווע טרינקער
please welcome a new nick
כבדהו יותר מחשדהו.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:09 pm
דורך Lexus
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך בין דער וואס האט געלייגט די זויער מילך?
אגב אז דו קענסט יא שרייבן אידיש אויף דיין קיבאורד וואס שרייבסטו נישט די גאנצע אין אידיש???
Did you put the sour milk in my coffee?? Say loud!! Was it you??? If not, why are you asking???? Ha?
Just say sorry and thats it, don't do it again!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:15 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:ממזר וואס ער איז.
ער איז (ליידער) נישט דער איינציגער, וועלכער נוצט אויס זיין פאזיציע צו אונטערדריקן א צווייטן יוד. און געבן באקשיש (וואס ער נעמט בשתי ידיים) איז שוין א קאמפלימענט. "כי כספו הוא" ער מיינט נאר געלט. דאס אז זיי וועלן אמאלן דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער זענען זיי נאכנישט צוגעקומען צו טראכטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:28 pm
דורך איך אויך
לעקסוס איז דער גביר וואס האט געגעבן די געלט צו שמירן די רעדער?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:33 pm
דורך יאיר
איך וויל דא איבערבעטן ברבים דעם באס דרייווער פאר'ן צער וואס איך האב אים פארשאפט מיט'ן אנאליזירן זיין טרויעריגע געשיכטע.
להוי ידוע אז מיין ציל איז נישט געווען צו מאכן שבע חקירות ודרישות אויף די ספעציפישע מעשה כדי צו שטעלן דעם באס דרייווער אויפ'ן באשולדיגונגס באנק, נאר צוליב אן אנדער סיבה. די מעשה וואס באס דרייווער האט דערציילט איז גאר א ביטערע, און באשולדיגט רבנים און עסקנים מיט דאס ערגסטע ממש, און ווי איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה, איז גאנץ מעגליך אז צוליב דעם וואס ביים מיטמאכן אזא ביטערע פרשה איז זיין קאפ אינגאנצן נישט געווען דערביי, איז ער נישט בתוך הדברים צו דערציילן די מעשה גענוי ווי עס האט פאסירט מיט אלע פרטים, ווי אויך צוליב די סענסעטיווקייט פונ'ם ענין פעלט אויס צו משנה זיין געוויסע פרטים. זיין ציל איז דאך נישט צו שרייבן א מעמואר פאר'ן פאבליק, זיין ציל איז פשוט צו ארויסגעבן זיין ווייטאג און מעורר זיין דעם ציבור.
פונדעסטוועגן קלער איך אז עס איז זייער וויכטיג זיך צו אנשטרענגען נישט צו איבערטרייבן מיט די געשעענישן וואס מען דערציילט, און אפילו נישט נוצן עקסטרעמע ajectives, ווייל דאס קען צוברענגען אז מען זאל ווערן מסופק אין די גאנצע זאך. למשל, די לעצטע תגובה פון באס דרייווער איז זייער גוט געשריבן. כאטש די עוולות וואס ער דערציילט דארט זענען גאר געפערליך, דאך הערט זיך דאס פיל נענטער צום ווירקליכן לעבן. עס זענען ליידער דא אזעלכע 'טעראפיסטן' וואס טוען גארנישט אויף, זיי חנפ'נען נאר ביידע צדדים, זיי גיבן איבער ליגנטס איינער פאר'ן צווייטן, און רייסן געלט אין די וועלט אריין. און די אויספיר פון די מעשה הערט זיך גאר גלויבליך און אפילו וואונדערבאר, ווי ער האט איינגעזען אז זיין הילף וועט נישט קומען פון אינדרויסן, נאר פון ארבעטן אליינס, און נאך גרויס יגיעה און השקעה, מיט די ריכטיגע הדרכה פון דעם פשוט'ן מגי"ש וועלכער זיצט נישט אויף א לעדערנעם בענקל און רייסט נישט די הויט נאר גיבט איבער פשוט'ע קאמאן סענס עצות, האט ער באוויזן צו טראנספארמירן זיין הויז עס זאל הערשן שלום ושלוה. אדרבה, איך האלט אז דא וואלט געווען כדאי זיך צו אפשטעלן און מאריך זיין מער און איבערגעבן אביסל מער בפרטיות ווי אזוי ער האט דאס באוויזן, ווי אזוי ער האט פארוואנדלט א טראציגע חוצפה'דיגע ווייב אין א געטרייע אשת חיל, דאס וועט פיל מער אויפטון ווי דערציילן איבער נאך אן עסקן וואס האט גערעדט מנובלות. (הגם איך קען נישט האבן קיין טענות ווייל איך בין מעגליך דער וואס האט אים אוועקגענומען דעם אפעטיט פון דערציילן ווייטער).
באס דרייווער, איך וויל דיר נאכאמאל איבערבעטן פאר די עגמת נפש וואס איך האב דיר פארשאפט, און בעטן, אויב מעגליך, צו דערציילן מער באריכות איבער דעם שינוי וואס דו האסט דורכגעפירט און איבער די הערליכע שטוב וואס דו האסט היינט.
נאך א זאך וואס איז וויכטיג צו געדענקען, אז מען קען נישט מאכן קיין כלל אין דעם ענין. איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן א מעשה מיט א קאפל וואס איז ארומגעלאפן צו עטליכע פראפעסיאנעלע טעראפיסטן און קיינער האט נישט געקענט העלפן, ביז זיי זענען אנגעקומען צו א היימישער, אומגעלערנטער טעראפיסט, וועלכער בעט טאקע $200 א סעסיע, אבער א סעסיע קען זיך אריינציען ביז 2-3 שעה, און צומאל קען ער נאך אויסער דעם רעדן אויפ'ן טעלעפאן ביז שפעט ביינאכט, און בעיקר, ער טוט עס מיט הארץ און געפיל, און ער האט באוויזן צו רעדן צו דעם יונגערמאן אויף דעם היימישן אופן צו וואס ער איז צוגעוואוינט, און אזוי איז ער דוקא געווען דער גוטער שליח.
צו מיינט דאס אז אומגעלערנטע עסקנים זענען בעסער ווי פראפעסיאנעלע טעראפיסטן? אודאי נישט. עס מיינט נאר אז כאטש לכתחילה דארף מען גיין צו א פראפעסיאנעל, דאך איז יעדער מצב אנדערש, און נישט וואס העלפט ביי איינעם העלפט ביי א צווייטן. דער עיקר איז, נוצן דעם אייגענעם שכל, נישט נאכלויפן בלינד אן עסקן ווייל ער הייסט א 'מומחה', נישט פאלגן בלינדערהייט א רב ווייל ער האט א געבלימטע בעקישע, און נישט זיין עקסטרעם פאר'כישופ'ט פאר א טעראפיסט וואס מען שפירט אז ער טוט גארנישט אויף בלויז ווייל ער האט עטליכע בוכשטאבן נאך זיין נאמען. און ווען עס צינדט זיך אן ביי אייך א רויטער לעמפל אין מוח, אנטלויפט ווי פון פייער.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:37 pm
דורך קאווע טרינקער
driver, we are all on your bus
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך בין בטבע א גלויביגער, ספעציעל ווען ס'שפילט נישט קיין שם ראלע, און איך שטיי נישט אויס צו פארדינען מיט'ן לייקענען.
אבער וואס איז מיר א פלא: קען ער נישט מאכן צייט צו שרייבן די גאנצע מעשה אויפאמאל, און נאר צייט צו אפירזוכן די גמ' מיט ברוריא?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:42 pm
דורך יאיר
דעתי הענייה האט געשריבן:מורי ורבותי!!!
איך קען נישט באס דרייווער, און איך ווייס נישט ווער ער איז.
איך האף נאר אז ער איז דער וואס איך מיין ער איז, ווייל איך וויל נישט טראכטן אז עד זענען דא נאך וואס זענען אריבער אזא רציחות'דיגע קאשמאר.
איך פערזענליך, א זוהן פון א מגיד שיעור ומחנך מופלא זה שלשים שנה, ווייס פון ממש אזא מעשה, וואס איך האב מיטגעהאלטן כלי ראשון (ניין זייטס נישט חושד מיין טאטע, ער רעדט נישט, איך בין פשוט א געפערליך נייגעריגער, און ווי מען וואלט עד גערופן ביי פרויען א 'יענטע'.... איך ווער אלעס געוואויר) ממש רוב פרטים זענען אזוי.
איז ביטע, אפילו אויב עס איז נישט ער, אזא מעשה איז זיכער געשעהן!
אפשר קענסטו אביסל מער דערציילן, וועלכע פרטים זענען ממש אזוי ווי די מעשה?
אגב, איך וואלט געוואלט בעטן די אלע וואס זאגן אז זיי ווייסן פון ממש אזעלכע און נאך ערגערע מעשיות זאלן ביטע דערציילן פונקטליך וואס זיי ווייסן און מיט וואס עס איז ענליך צו די איצטיגע טרויעריגע געשיכטע. אן עסקן וועלכער רעדט מנובלות? א רב וועלכער נעמט שוחד? א 'מומחה' וואס טוט אויף גארנישט אויסער אויף צו רייסן געלט? ביטע, קאווע טרינקער, קרעקער, וכל דעימיה, ערקלערט זיך. דאס קען זיין א גרויסע הילף פאר'ן באס דרייווער צו משכנע זיין די אלע ואס זענען מסופק אין זיין הארצרייסנדע מעשה.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:43 pm
דורך לעמאן דזשוס
@יאיר, עז אלוועיס!!!
@באס-דרייווער, די פשוט'ע מהלך וויאזוי זיך צו פירן מיט'ן ווייב בשעת די וועש איז אויסגעוואשן און די עסן אויפ'ן טיש, איז טאקע די ריכטיגע מהלך, און אז זי שפורט אז איינער ליבט איר, און קוקט איר ארויף און אפרישיעיט איר וועט זי געווענליך צוריק צאלן מיט ליבע. ואין כאן המקום להאריך, ועוד חזון למועד. אבער וויזוי האט זי זיך פלוצלינג פארקירעוועט פון דיין פארנאגראפיע דורכפאל, און וויזוי האסטו צוריק געווינען איר צוטרוי אז דו ביזט א וואילע יונגערמאן וואס זוכט חלילה נישט צו פאשן אין פרעמדע פעלדער.
ביטע עלאבארירן! והיה שלום.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
יאיר, אנכי אעשה כדבריך, אבער ס'וועט נעמען לאנג צוצוגרייטען, ווייל אויב ס'קומט צוביסעלך וועט מארנצען_זאפט מטיל ספק זיין...
מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:49 pm
דורך לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער האט געשריבן:יאיר, אנכי אעשה כדבריך, אבער ס'וועט נעמען לאנג צוצוגרייטען, ווייל אויב ס'קומט צוביסעלך וועט מארנצען_זאפט מטיל ספק זיין...
מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.
קאווע, מיר ווארטן, אבער ביטע מאך עס מיט דיין ניק און געהעריגע פאראגראפן, און גראמאטיש קארעקטע אויסלייג. העכסטענס קענסטו שרייבן; עז טאולד טו מי ביי עי פרעינד.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 9:54 pm
דורך יאיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:מעשה'לעך אויף צדיקים דארף מען גלייבן אז "ס'קען" זיין אמת, כ"ש אויף רשעים.
אט זעסטו, אזא צוגאנג האב איך זייער נישט ליב. מען גלייבט נישט קיין אומגלויבבארע מעשיות, נישט אויף צדיקים און נישט אויף רשעים. דער צוגאנג אז ס'וואלט ווען געקענט זיין אמת ווייל מיר ווייסן דאך וואספארא גרויסע צדיק/רשע ער איז האט שוין געברענגט טראגישע חורבנות.
איין זאך איז זיכער, יעצט וועט קיינער נישט קענען זאגן אז "אין קאווע שטיבל אויב רעדסטו נאר שלעכטס אויף רבנים ביסטו פולשטענדיג אקצעפטירט." דא איז א פלאץ פאר אומאפהענגיגע, אומ'נגיעות'דיגע שקלא וטריא'ס, וואו יעדער קען זאגן זיין מיינונג נישט קיין חילוק וואו אומפאפולער אדער פאפולער עס איז. ובזה יצאתי ידי חובתי להוציא מלבן של צדוקים.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:00 pm
דורך sunbar
דעתי הענייה האט געשריבן:מורי ורבותי!!!
איך קטן נישט באס דרייווער, און איך ווייס נישט ווער ער איז.
איך האף נאר אז ער איז דער וואס איך מיין ער איז, ווייל איך וויל נישט טראכטען אז עד זענען דא נאך וואס זענען אריבער אזא רציחות'דיגע קאשמאר.
איך פערזענליך, א זוהן פון א מגיד שיעור ומחנך מופלא זה שלשים שנה, ווייס פון ממש אזוי מעשה, וואס איך האב מיטגעהאלטן כלי ראשון (ניין זייטס נישט חושד מיין טאטע ער רעדט נישט, איך בין פשוט א געפערליך נייגעריגער, און ווי מען וואלט עד גערופן ביי פרויען א 'יענטע'.... איך ווער אלעס געוואויר) ממש רוב פרטים זענען אזוי.
איז ביטע אפילו אויב עד איז נישט ער, אזוי מעשה איז זיכער געשעהן!
די מיינסט צו זאגן אז די קטנ'סט נישט 'אויפן' באס דרייווער?
וואס איז די חידוש? איך טוה דאס אויך נישט. עפעס ווילסטו מן הסתם ארויסברענגן, ניין?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:44 pm
דורך אביגדור
מ'קען מיינען אז מ'לערנט דא א גמרא, וואס דער יונגעל וואס באווייזט שנעלער און בעסער אפצופרעגן איז קלוגער און געלונגענער. א חילוק צו ס'איז אמת צו נישט? סך הכל איז ער נישט קיין גוטע נאוועליסט. אגב, אויך נישט קיין גוטע שרייבער. אבער, סוף כל סוף האט ער אנגערירט גאר גוטע און וויכטיגע נקודות, מסתמא צאמגעקלעבט פון 20 מעשיות וואס ער האט זיך אנגעהערט אדער אונטערגעהערט דרייווענדיג זיין באס...
בכלליות, האט ער אנגערירט די דאזיגע וויכטיגע נקודות:
* א פרוי רופט איר טאטע זיך צו באקלאגן אנשטאט אפענערהייט קאנפראנטירן איר מאן.
* דער שווער זאגט א מיינונג אן אנפרעגן זיין גן-איידעם'ל.
* א מאן א שוטה גייט נאך בלינדערהייט פאר'סרוח'טע "עסקנים".
* אויסער א מגיד שיעור פון יארן צוריק האט א יונגערמאן נישט קיינעם צו וועמען צו רעדן ווען עס נויטיגט זיך!
* א איד חתמ'עט איבער קאנטראל אויף זיין לעבן מיט איין אונטערשריפט אויף שטרי בירורין.
* דאס ווייב'ל (אשה כשרה/נשים צדקנית/צדיקת'טע) פארשטייט צו היסטאריס אויפ'ן בראוזער בעת וואס דער מאן (מנוול/בעל תאווה/מושחת) ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דעם גע'אסר'טע כלי אויסער צו באזוכן די סייטס וואס די רבנים ביי זייערע פלאם פייערדיגע דרשות האבן איהם געזאגט אז דאס טוהט מען מיט דעם כלי.
* ויש עוד, ודי בזה לעת עתה.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:00 pm
דורך געפילטע פיש
מיר ווילן זיך נאכאמאל באדאנקען בשם קהילת קאווע יצ"ו פאר אלע וואס האבן מטיל ספק געוועזן אין די מעשה, פארן צונעמען אזא שיינע שפאנענדע מעשה מיט פארזעצונגען פונעם עולם, אפגעזען אויב ס'איז אמת אדער נישט. א דאנק.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:02 pm
דורך לעמאן דזשוס
געפילטע פיש ועוד,
אויב וועל איך פארשרייבן א שיינע געשיכטע מיט פארזעצונגען מיט א פארקערטע עקספיריענס וועסטו עס ליינען מיט די זעלבע מאס דארשט?!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:27 pm
דורך געפילטע פיש
איך קען דיר נישט זאגן פון פאראויס, נעם דיך שרייבן און מ'העמער זעהן.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:36 pm
דורך יאיר
אונזער מנהל איז א געלונגענער קאפיטאן...
מנהלרוחני האט געשריבן:דאס ווייב'ל (אשה כשרה/נשים צדקנית/צדיקת'טע) פארשטייט צו היסטאריס אויפ'ן בראוזער בעת וואס דער מאן (מנוול/בעל תאווה/מושחת) ווייסט נישט וויאזוי מען עסט דעם גע'אסר'טע כלי אויסער צו באזוכן די סייטס וואס די רבנים ביי זייערע פלאם פייערדיגע דרשות האבן איהם געזאגט אז דאס טוהט מען מיט דעם כלי.
איך האב אלס געמיינט אז די יונגעלייט זענען מער געריבן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:26 am
דורך היימישער ליטוואק
@מנהלרוחני, אויסגעצייכנט - ווי אלעמאל!!
האסט אבער פארגעסן נאך א וויכטיגע נקודה, אולי די וויכטיגסטע: דער לעזונג צום פראבלעם. מ'גיט קאמפלימענטן אויף די גוטע עסן און ריינע וועש און מ'ווארפט שטרענגע בליקן ווען זי זאגט עפעס קריטיק. אה, וועגן דעם טעראפיסט? שאקל נאר צו מיטן קאפ. דעטס אלל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:38 am
דורך טעפל
ר' באס דרייווער אונז זענען שטארק צוקלאפט ס'איז דא דא א שיינע פאר חברה וואס האבען נישט מטיל ספק געוועהן אין דיין מעשה, און געווארט מיט שפאנונג אויפן המשך און..אזא זעץ, געגעבען אן ענדיג צו ווי א באליידיגט קינד? אונז בעטען דיך שרייב כאטש די המשך פאר די חברה וואס זענען נישט מטיל ספק (מ'וועט צאמשטעלען א רשימה) אפילו אין אישי.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:11 am
דורך איחוד פעלד
דער עולם גלויביגער דערמאנען מיר פין מיינע קינדער ווען זיי ליינען א שיינע נאוועל, און ווען איך זאג זיי אז די מעשה איז נישט אמת, וועלען זיי זיך טענה'ן אז עס איז יא, מען זעהט קלאר, און אפילו אויב נישט, זענען די פאקטען אמת, וכו וכו', שוין איך גיב איין, ווייל די קינדער ווילען עס זאל זיין אמת, זאל שוין זיין..
אלזא קינדערלעך, איך האב געמאכט א מיסטעיק, די מעשה איז אמת ויציב, טאקע א שאד עס זאל נישט זיין אמת.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:27 am
דורך Lexus
I want to write a good story but FIRST we have to open a eshkol with the name " is the story true or not? " and everyone should comment if the story is true or not, and afterwards i'll start with my story,
i see that the coffee drinkers are blessed with ruach hakoydesh....