בלאט 10 פון 22

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:06 pm
דורך יידל
boxcover האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:פארוואס? וואס איז מיין אינטערנעט ווייניגער טפשות ווי דיין לשון הרע?

בין אדם לחבירו?

איז דאך צו רעדן דערפון מער טפשות, נישט ווייניגער.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
ממרום שלח אש האט געשריבן:אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אדער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.

לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!


איך LOVE צו רעדן צו מענטשן וואס ווייסן פונקטליך וואס גאט וויל, און וואס עס גייט אים אן, אדרבה! איך וויל הערן נאך, לאו בכל יומא מתרחיש זיך צו באגעגענען מיט מענטשן וואס ווייסן גענוי וואס גאט גייט אן אדער נישט.
און לגבי וואס דו זאגסט אז אפילו מען בעהט זיך איבער קומט נישט משיח, וויל איך א מקור, ווייל מיר האט מען אויפגעצויגן מפי ספרים וסופרים אז צוליב שנאת חנם איז חרוב געווארן דער ביהמ"ק, און דאס האלט אפ די גאולה.
איך וועל צולייגן צו מיינע ווערטער, אז לאו דווקא חסידות, נאר יעדע סארט מחלוקת.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:07 pm
דורך זר זהב
אינטערנעט אינוואלווד עפי"ר בין אדם לחבירו אויך (לאשתו...)

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:09 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער אז די לויה אין מאנסי איז אויך געווען הארצרייסענד. נישט געווען קיין טרוקן אויג.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:11 pm
דורך שמעקעדיג
פון אייוועלט:

דאס איז דער טאטע פונעם נפטר ז"ל ביי די לוויה.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:17 pm
דורך boxcover
זר זהב האט געשריבן:אינטערנעט אינוואלווד עפי"ר בין אדם לחבירו אויך (לאשתו...)

ע"פ דרך זה קען מען אריינלייגען גאנץ בין אדם למקום (עי' ערך שיעור בלימוד התורה ועוד)

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:22 pm
דורך יואליש
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'האט געזוכט א וואוילען בחור מ'האט געטראפן א בחור פון "ר' משה מנחם".


דרך אגב, ר' משה מנחם הייסט אויך נאך זיין פאטער משה מנחם.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ווייס.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:25 pm
דורך יואליש
ברסלבער האט געשריבן:
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן

ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

זיין פארשטאנד איז פון אונז העכער
ער פארשטייט בעסער, דאס איז זעכער
אונזער שכל האט לעכער
די גאנצע בילד האט פאר זיך-ער

....

אויב מיר וועלן בעסער ווערן
ווער דער באשעפער עס דערהערן
ער וויל דאך נאר אונז גוט'ס טוהן גערן
און אזוינע שוידערליכע מעשיות וועט מען מער נישט הערן


רישא וסיפא נראין כסותרין. ביסטו יא יודע דעת עליון צו נישט?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:27 pm
דורך יואליש
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווייס.


דו זאגט ער האט נישט געלערענט ביי משה מנחם פון מאנטריאל, אדער אז זיין עכטע נאמען איז ווייס?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
א בעסערע בילד פון די לוויה אין מאנסי (פון: VIN)

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:36 pm
דורך ברסלבער
יואליש האט געשריבן:רישא וסיפא נראין כסותרין. ביסטו יא יודע דעת עליון צו נישט?

נישט ממש א יודע, אבער איך קען זיך פרובירן פארצושטעלן.

וליתר ביאור, איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס עס איז געשעהן צו דעם יונגערמאן און אויף אזא טראגישן אופן, און איך גלייב אז דער אייבערשטער פארשטייט בעסער פון מיר, וזה תהלתו, אבער איך שטעל זיך פאר אז אויב איך האב געהערט די מעשה וויל דער אייבערשטער מיר אויפוועקן לתיקון מעשי.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:46 pm
דורך באס דרייווער
ר' יוליש מען דארף נישט זיין קיין יודע דעת עליון צי וויסען אז מען זינדיקט נישט שטראפט מען נישט
דע גאנצע תורה נבאים כתובים זענען ביזי מיט דיעם אז פירט זיך אויף גיט איז גיט, אויב ח"ו פארקערט איז......

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 6:57 pm
דורך זר זהב
א וואך צוריק אין ווילי, מאבילס מיט מוזיק פארשטעלט, שיכורים מ'טאנצט און מ'שפרינגט. איין וואך שפעטער אין ווילי, טישע באב

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:04 pm
דורך [NAMELESS]
באקימען אין אימעיל

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:06 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב אויף בעדפארד און סאוט 9 און אויף דריגס, זאל מען שוין לייגען א טרעפיק לייט, אבער שוין!)

ליע - דיוויזשאן - קליימער קומט לענ"ד פריער, ס'איז ממש נישט מעגליך פארן קאר צו זעהן אן אנדערן קאר/מענטש ה"י

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:06 pm
דורך ברסלבער
ברסלבער האט געשריבן:viewtopic.php?f=3&t=3090&p=92061#p92061
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

מקור - ליקוטי מוהר"ן תנינא, נ"ב.
וּבְעִנְיָן הַקֻּשְׁיוֹת שֶׁקָּשֶׁה עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך מַרְגְּלָא בְּפֻמֵּהּ לוֹמַר אַדְּרַבָּא, כָּך רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַך לְפִי גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ כִּי מֵעצֶם גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ, שֶׁהוּא מְרוֹמָם מְאד מִדַּעְתֵּנוּ עַל כֵּן בְּוַדַּאי אִי אֶפְשָׁר שֶׁנָּבִין וְנַשִּׂיג בְּשִׂכְלֵנוּ הַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרַך וְעַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיוּ עָלָיו יִתְבָּרַך קֻשְׁיוֹת כִּי כָּך נָאֶה וְיָפֶה לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך, שֶׁיִּהְיֶה מְרוֹמָם וְנִשָּׂא מִדַּעְתֵּנוּ שֶׁעַל יְדֵי זֶה קָשֶׁה הַקֻּשְׁיוֹת כַּנַּ"ל וְאִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:10 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:14 pm
דורך יואליש
שמעקעדיג האט געשריבן:
ממרום שלח אש האט געשריבן:אז מען טוט א עולה, איז עס א עולה פאר זיך, אבער בכלליות הייסט עס נישט קיין מחלוקת, און גלייבטס מיר גאט גייט נישט אן צו סאטמאר אדער סיי וועלכע אנדערע קהלה איז צוטיילט אדער גאנץ.

לדעתי אז נישט קיין ספק אז אפילו אויב אלע קהלות בעטן זיך איבער, אין די אלע סופערפישל מחלוקת ווערן אויס, גייט משיח נישט קומען (אלץ דעם אויס)!


איך LOVE צו רעדן צו מענטשן וואס ווייסן פונקטליך וואס גאט וויל, און וואס עס גייט אים אן, אדרבה! איך וויל הערן נאך, לאו בכל יומא מתרחיש זיך צו באגעגענען מיט מענטשן וואס ווייסן גענוי וואס גאט גייט אן אדער נישט.
און לגבי וואס דו זאגסט אז אפילו מען בעהט זיך איבער קומט נישט משיח, וויל איך א מקור, ווייל מיר האט מען אויפגעצויגן מפי ספרים וסופרים אז צוליב שנאת חנם איז חרוב געווארן דער ביהמ"ק, און דאס האלט אפ די גאולה.
איך וועל צולייגן צו מיינע ווערטער, אז לאו דווקא חסידות, נאר יעדע סארט מחלוקת.


אקוראט אזוי, דער אייבישטער אליין האט נישט געגעבן קיין דירעקטע ענטפער פאר איוב, אבער דא וווייסט יעדער טאם, דיק און הערי פארוואס ווי און ווען.

היינט זאגט מיר א אינגערמאן אז א קינד גייט ווערן אויפגעצויגן אן די עכטע טאטע און מאמע איז א רמז פון הימעל קעגן דעם וואס ביי אונז ביי עניני בין איש לאשתו נעמען טאטעס אוועק קינדער פון מאמעס און פארקערט, מאמעס נעמען אוועק קינדער פון טאטעס (ווי שוין דערמאנט אין אנן אנדערע אשכול דורך קינות_גירושין). כ'האב איך געזאגט, ס'איז א ריזיגע עוולה און עבירה, אבער בהדי כבשי דרחמנא למה לך? די ליסט פון מעגליכע עוונות איז גרויס און ענדלאז, כ'פארשטיי אבער נישט וויאזוי איינער קען קלעימען צו יודע זיין דעת עליון, און נאכמער פארשטיי אים נישט וויאזוי מענטשן ניצן דאס עבירה אידעטיפיקאציע אלס א בארואיגונס מיטל.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:16 pm
דורך [NAMELESS]
פאקס
http://www.myfoxny.com/story/21448862/e ... n-brooklyn

Even if you don't speak Yiddish, you could feel the pain in the Rabbi's voice at the double funeral for Raizi and Nathan Glauber.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:16 pm
דורך שרייבער
ווי האט יענער געזאגט, בלעם איז געווען א יודע דעת עליון, וד"ל.

אלא מאי אז מען איז נישט יודע דעת עליון דארף מען זיך פארנעמען צו פארבעסערן די מעשים מיט אלעם, אויף יעדן טריט און שריט, והקב"ה יאמר לצרות ישראל די, ות'הא ש'נת ג'מר ע'ניינו

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:17 pm
דורך יואליש
ברסלבער האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 061#p92061
רבי נחמן טוט זאגן
דער באשעפער וואס מיר פארמאגן
די זעלבע שכל ווי אונז טוט נישט טראגן
ווען יא, זענען מיר דאך אויפ'ן זעלבן וואגן

מקור - ליקוטי מוהר"ן תנינא, נ"ב.
וּבְעִנְיָן הַקֻּשְׁיוֹת שֶׁקָּשֶׁה עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך מַרְגְּלָא בְּפֻמֵּהּ לוֹמַר אַדְּרַבָּא, כָּך רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַך וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַך לְפִי גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ כִּי מֵעצֶם גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ, שֶׁהוּא מְרוֹמָם מְאד מִדַּעְתֵּנוּ עַל כֵּן בְּוַדַּאי אִי אֶפְשָׁר שֶׁנָּבִין וְנַשִּׂיג בְּשִׂכְלֵנוּ הַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרַך וְעַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיוּ עָלָיו יִתְבָּרַך קֻשְׁיוֹת כִּי כָּך נָאֶה וְיָפֶה לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַך, שֶׁיִּהְיֶה מְרוֹמָם וְנִשָּׂא מִדַּעְתֵּנוּ שֶׁעַל יְדֵי זֶה קָשֶׁה הַקֻּשְׁיוֹת כַּנַּ"ל וְאִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ.


זיכער אזוי. כ'האב נאר געזאגט אז די וואס זענען אין די ביזנעס פון פאראויס זאגן וויאזוי מ'קען פארמיידן אזא טראגעדיגע טוהן אוטומאטיש דאס, זיי קלעימען זיי פארשטייען צו הנהגתו און ווייסן גענוי ווען געט ברענגט יא אדער נישט עקסידענטן. דאס הייסט חס ושלום דעתו כדעתנו.

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 7:17 pm
דורך יואליש
שרייבער האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט, בלעם איז געווען א יודע דעת עליון, וד"ל.

אלא מאי אז מען איז נישט יודע דעת עליון דארף מען זיך פארנעמען צו פארבעסערן די מעשים מיט אלעם, אויף יעדן טריט און שריט, והקב"ה יאמר לצרות ישראל די, ות'הא ש'נת ג'מר ע'ניינו


דאס יא, און ס'וועט זיכער זיין לעילו נשמתם.