בלאט 10 פון 13

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:00 pm
דורך לעיקוואד
ער האט שוין א נייע שטריימל.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 4:28 pm
דורך מאראנצןזאפט
ב"ה.
נדבת לבו הטוב פון?
אפשר וואלדמאן וואס זינגט אויף חתונות אדער זיין גבאי ליש פון קול מבשר :lol:

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 4:34 pm
דורך ענן כבד
חזנים האט געשריבן:(אפשר קענט איר צולייגן א בילד - איך האב אים שוין גאר לאנג נישט געזען - ער גייט נאך מיט די מצה שטריימל?)

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 8:11 pm
דורך שמעקעדיג
לעמאן דזשוס האט געשריבן:האט אבער חסידות געשטעלט אזוינע טיפע יסודות בחיי העם היהודי, אז עס פארזיכערט אלס כסדר'דיגע רעוולוציעס, און מיר אלע זענען עדות דערויף, און ידידינו מאראנצןזאפט וועט אייך דאס קלאר מעיד זיין אין זיין משפיע אשכול אז; עס בלאזן נייע ווינטן פון חסידות און מיסטיקא, און עס זאגט אן אויף א שנעלע גאולה...עס יאווען זיך משפיעים אין אלע עקן פון וועלט אנגעהויבן פון מארגענשטערן און בידערמאן נישט געענדיגט ביי הרב זילבערבערג און זילבער און קלוגער וואס האבן פשוטע עלטערן, הרב מאטל זילבער האט לכאורה קיין איין זיידע וואס שטאמט פון קיין איינע פון די תלמידי בעל שם און אזוי אויך געוויס הרב קלוגער. הרב אייזענבערגער שטאמט לכאורה אויך נישט פון ר' אייזיקל קאמארנער, און אזוי ווייטער און ווייטער... זיי רייסן שטיקער פון די אימפעריאליסטישע חסידות'ן און זיי וואקסן ווי אויף הייוון, קול דודי הנה זה בא.


מען האט שוין כמ"פ ערווענט דעם הרב אייזענבערגער, און איך וואלט חשק געהאט צו הערן מער אינפארמאציע איבער אים. איינער ווייסט?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 11:49 pm
דורך משה געציל
מצטרף לבקשת שמעקעדיג, מאראנצן האט איינער געזעהן?
מיין בליק אויף אים וואס קומט נאר מפי השמועה, איז א בליק פון א חסידיש/ליטוויש/ספרדיש/אשכנזיש, עובד און משפיע. יכול להיות אז איך בין אינגאנצען פארפארן, אדרבה איך בין דא צו הערן.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:46 am
דורך ודי למבין
לעיקוואד האט געשריבן:
הערת אגב, דאס וואס ער זאגט אז מזעהט די תורה שטימט אזוי ברענגט דאס אמונה וכו'. איז ביי מיר צע"ג. ווייל סוף כל סוף שטימען זיינע תורות נישט מער ווי א געלונגענע בדחן. סאיז דאך אלץ דרוש ורמז, און יעדער בעל כשרון קען דאס מאכען און צאמשטעלן וועלכע הודו מיט כוש מוויל און סזאל שטימען הערליך. סזעהט מיר אויס אז ער כאפט נישט דער פשוטער זאך אז רוב פון זיינע תורות זענען נישט מער פון געלונגענע בדחנות וואס איז נישט מוכיח גארנישט.

ער זאגט נישט אז ווייל מעזהט ווי זיינע תורות שטימן ברענגט דאס אמונה וכו', (ווער ווי אים ווייסט אז מען קען מאכן הפוך בה והפוך בה אויף יעדע וועג) נאר אז ווען מען לערנט קבלה און מען זעהט ווי די תורה שטימט אזוי שיין, און אויך ווי פארשידענע מאמרי חז"ל תמוהים באקומען אינגאצן א אנדערע פשט על פי חכמת הקבלה, ברענגט דאס צו צי אמונה אין קדושת התורה. האסט שוין אמאל געלערנט ברית כהונת עולם, ווען איך האב דאס געלערנט האב איך דאס אביסל געפלט און פארשטאנען

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 9:00 am
דורך לעיקוואד
וואס איז קבלה אדער ברית כהונת עולם אנדערש פון זיינע אייגענע תורות? אויך דארט איז קלאר אז מקען מאכען הפך בה והפך בה און אריינטייטשען מאמרי חז"ל און פסוקים וויאזוי מען וויל.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 9:06 am
דורך ודי למבין
האסט שוים אמאל געלערנט ברית כהונת עולם?

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 9:13 am
דורך לעיקוואד
ודי למבין האט געשריבן:האסט שוים אמאל געלערנט ברית כהונת עולם?

יא.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:58 pm
דורך קאווע טרינקער
מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:59 pm
דורך חזנים
קאווע טרינקער האט געשריבן:מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

און אפשר אויף ר' יעקב חנון?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 5:55 pm
דורך אביגדור
יא?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:10 pm
דורך sefish
and maybe on reb shiye bondo? LOL VD"L

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:01 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ענן כבד האט געשריבן:
חזנים האט געשריבן:(אפשר קענט איר צולייגן א בילד - איך האב אים שוין גאר לאנג נישט געזען - ער גייט נאך מיט די מצה שטריימל?)


עה, ס'פעלט... ר' מאטיל מיטן נייעם שטריימל איז שוין נישט ר' מאטל... ס'פעלט.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:03 pm
דורך יידל
חזנים האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מארנצען, אפשר אן אשכול אויף ר' לייב מינצבערג?

און אפשר אויף ר' יעקב חנון?

פארגלייכסט די צוויי?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:13 pm
דורך קאווע טרינקער
שכוח יידל.
נישט געוואלט אליינס מעורר זיין משום חשש נגיעה.

זעהט זיך אויס אז דער חזן איז זיך טועה מיט עפעס א משולח וואס האט חזקה צו זינגען בך בטחו אין עפעס א ק"ק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:09 pm
דורך חזנים
קאווע טרינקער האט געשריבן:שכוח יידל.
נישט געוואלט אליינס מעורר זיין משום חשש נגיעה.

זעהט זיך אויס אז דער חזן איז זיך טועה מיט עפעס א משולח וואס האט חזקה צו זינגען בך בטחו אין עפעס א ק"ק.

ביי די וועי - ס'קען זיין אז מיין דעה איז אביסל קאנטעווירשאל
אבער איך מיין אז הרב מינצבערג פאקט איין הרב חנון סיי און ערענסקייט, און סיי און זיין באנעמונג מיט זיין קאלטע סאבראיעשע חברה...

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
אבער לפי הבנתי טענה'ט ער נאר דאס אויף דעם היתכן אז מ'פרעגט אים בכלל אזא שאלה און נישט פאר רבי אשר אריאלי.

און ספאלט עם נישט איין אז טאקע אויף ר' אשר אריאלי איז דא דער זעלבער קשיא, און אפשר נאך שטערקער. ובפרט על פי חסידות (עי' הקדמות החוה"ל, מס"י, צוואת הריב"ש).


לעיקוואד, כ'האב נאכגעקוקט דעם מסילת ישרים ער בלייבט ביי די קשיא!
און בנוגע דעם חובת הלבבות איז דא ערגעץ א חתם סופר וואס ערגבערט זיך שטארק דערוועגן.

שלום ושלוה השקט ובטח

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
איז אזוי .

דער איד וואס טאנצט דארט דעם מאדנעם מצוה טאנץ הייסט רבי אברהם חיים ראפאפארט, א איד א תלמיד חכם פון לאנדאן, אן איידעם ביי די רייכע בערגערס.

ער איז דער מחבר פונעם ספר מנוחת הנפש ב"ח, ארויסגעגעבן דורך חברה מנוחת אמת ואמונה - א קאמיש-טשיקאווער ספר מיט א געמיש פון ציטאטן, תורה'לעך, און אנעקדאטן, אין די טויזנטערס, באגלייט מיט שטותים און מיסטישע זאכן, וויאזוי צו דינען דעם אויבערשטן מיט א רואיגקייט אן קיין לחץ און פרעשור.

ס'איז זייער א דיפרענט ספר מחמת כמה וכמה טעמים. צום ביישפיל: ער ברענגט אן א שיעור הוראות און געדאנקען פון רבותינו שבדור האחרון א שטייגער ווי הרה"ק מסקולען שליט"א, ר' איציקל מראחמיסטריווקא, ר' הערשלע מספינקא, ר' יאנקעלע, רבי יודעלע, און נאך. באגלייט מיט אמרות פון ר' מענדל פוטערפאס וכו'.

ער האט אפשר הונדערט צאמגעשטעלטע זאכן אויף יעדן בלאט און אלעס דארף פיטן זיין קריטעריע נישט צו לייגן קיין פרעשור ווען ס'קומט צו עבדות ה'. ער קען למשל נעמען א בריוו פונעם חזו"א וואס שרייבט 'הט לבך אל השמחה תמיד' און מדייק זיין אז 'הט' איז א לשון פון נטי' נישט בכפיי' ווייל געצוויגענערהייט וועט עס צוריק שפרינגען. אזוי האט ער צענדליגער זאכן וואס ער לערנט אפ לויט זיין געשמאק און אינטערעסע און ס'איז גאנץ בא'טעמ'ט מיטצוהאלטן ווי ער ספינט ארום.

דף קי"ז איז דער אינטערעסאנטסטער. ער ברענגט דארט בשם איך געדענק נישט וועם שע"י עשיית פייג לעצמו היינו אגדול בין שני אצבעות יכול לחזוק בפרישקייט, און בשם הרה"ק מקארעץ אז לפעמים כדי לסדר המחשבות יגביה היארמילקע ויניחנו ג' פעמים, און אין איינגערינגלט, וקבלתי, איך געדענק נישט דעם לשון אבער, אז ווען מ'לייגט אראפ דעם קאפל זאל מען עס לאזן פאלן אויפ'ן קאפ, היינו בזריקה...

גראדע האב איך דארט געטראפן א דבר נחוץ פאר חכמי קאווע ער ברענגט אז ווען ר' איציקל מרחמיסטריווקא (הערסט לעיקוואד :lol: ) איז אריין זיך געזעגענען פונעם בעלזער רב זי"ע אלס בחור האט ער אים געזאגט שירדה חולשה לעולם אז מענטשן קענען נישט סובל זיין ווען מ'איז מבטל דבריהם און מ'דארף דערין זיין זהיר. חכמים הזהרו בדבריכם מ'קען אמאל מצער זיין א חבר דא.

אינטערעסאנטע זאכן וואס ער ברענגט: אז ר' יידעלע איז אמאל אריין צום חזון איש ליל בדיקת חמץ מיט נאך צוויי יונגעלייט און געזאגט: רבי די יונגעלייט ווילן וויסן וויאזוי מ'איז מבטל דעם חמץ. דער חזו"א האט הנאה געהאט פון דער פראגע און געענטפערט, נע, בביטול בעלמא סגי. פארשטייט זיך אז אזא מעשה איז פאר אים סחורה ווי גאלד.

ער לייגט צו אז אמאל האט ר' יודלע שפאצירט און באגעגנט א רואיג'ער מענטש האט ער געזאגט אויף אזא איינעם האט דער חזון איש געמיינט.

אויך ארבעט ער ארום מיט אזעלכע בחינות ווי אז מ'קען נישט לערנען זאל מען גיין אין מקוה, זאגן תהלים, טון טובות פאר מענטשן, אדער סתם זיצן מיט ישוב הדעת און קלאצן.

ער האט נאך א ספר בכתובים געבויעט אויף די גמ' וואס גיט צוויי עצות וויאזוי ארויסצוגיין באדערפענישן ווען ס'גייט נישט. האט ער א גאנצן חיבור אויף דער נושא וואס זיין פרוי לאזט אים נישט דרוקן ווילאנג ער מאכט נישט חתונה אלע זיינע קינדער.

כ'האב אמאל געזען א סטענסיל דערפון. צוויי עצות געדענק איך און כ'על עס איבערגעבן דא בשער בת רבים משום אל תמנע טוב: מ'זאל טראכטן וויפיל ס'קומט אויס 333x333 און נאך אזעלכע חשבונות. אדער זאל מען נעמען א טישו פאפיר און דאס אביסל נאס מאכן עס זאל קלעבן צו דער וואנט און אנצייכענען מיט א פעדער א פינטל און שטארק קוקן אויף דעם פינטל.

ער איז טאקע א רואיגער איד אויסער ווען ער איז נערוועז פארשטייט זיך. ער דאווענט גאר שפעט, און זאגט א שיעור אין ס' מנחת חינוך.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 7:37 pm
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גראדע האב איך דארט געטראפן א דבר נחוץ פאר חכמי קאווע ער ברענגט אז ווען ר' איציקל מרחמיסטריווקא (הערסט לעיקוואד :lol: ) איז אריין זיך געזעגענען פונעם בעלזער רב זי"ע אלס בחור האט ער אים געזאגט שירדה חולשה לעולם אז מענטשן קענען נישט סובל זיין ווען מ'איז מבטל דבריהם און מ'דארף דערין זיין זהיר. חכמים הזהרו בדבריכם מ'קען אמאל מצער זיין א חבר דא.

דער ווארט האב איך געהערט בתוספת אז ער האט געזאגט אז אפילו מיט א תנועה פון ביטול קען א מענטש האבען חלישות הדעת. הר"ר מיילעך בידערמאן האב איך געהערט אן א שיעור מאל חזר'ן די מעשה.

אגב, ווער עס קען ראחמיסטריווקער רבי זז"ג ווייסט אז ער איז טאקע מקיים די הדרכה. ברם, מצד שני, איז דאס ווייט פון וואס ער טראכט, ער שמייכעלט אזוי צו יעדער און מאכט קיינער נישט אוועק, בשעת בפועל אין זיין השקפה און מהלך המחשבה איז ער גאר ווייט פון ליבעראל און מ'קען עם אנרופען היבש פאנאטיש חאניאקיש און שוואנצאניש. איך בין נישט זיכער אז דער סארט אחד בפה ואחד בלב איז אזא גוטע זאך, עס האט אין זיך א געוויסע צביעות וואס איך גלייך שטארק נישט. ווי אויך ברענגט עס געוויסע נזקים בפועל ואכמ"ל. [ווער עס קען ראחמיסטריווקא ווייסט וואס איך מיין.] ובדבר זה הנני קרוב יותר להיות מתלמידי הרה"ק מקאצק ז"ל, וכמבואר במקומות אחרים. אויך ר' מאטל שיחי' פירט זיך נישט פונקט אזוי [הגם שיל"ע וויפיל ער איז גערעכט].

אלנפאלס, אוודאי טאר מען נישט מזלזל זיין אדער אוועקמאכען קיינער אלץ מענטש, און דאס איז גאר וויכטיג. איך בין ממש נישט מזלזל נישט אין קיינער פון די חברים שרייבערס דא און נישט בכלל אין קיין שום בריה. אבער דאס מיינט נישט אז איך מוז ליידען אלע שטותים וואס זיי שרייבען ;) . בכלל, קאווע שטיבל איז נישט ראחמיסטרייקוא רבי'ס קוויטעל שטוב, עס איז דירעקט א פלאץ ווי מקומ'ט זיך דורכשמועסען און דווקא על מנת כן אז עס זאל זיין א מקום פאר פארשידענארטיגע דעות און מיינונגען, און כדרכה של תורה איז אמאל רעדט מען שארפער וכדו' און ממאכט אוועק אנדערע דעות אדער צדדים, דאס איז אבער אלץ לגופו של ענין, לגופו של שרייבער כבר מסרתי מודעה אז איך האב ליב יעדער איינער דא אייניג און איך וואלט געלאדענט יעדער איינער פון די חברי הקאווע שטיבל עקסטער צו מיר אויף א גלעזל שנאפס און א גוט ווארט.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 7:50 pm
דורך אביגדור
יישר כח.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:11 pm
דורך קאווע טרינקער
@מאראנצן האט מיר דערמאנט פון דעם ספר. אייך זאך געדענק איך פון דארט, אז ר' יודל'ע האט געזאגט אז נאך WWII "ירדה נערוועזקייט לעולם".

יעצט אז דו זאגסט אז דער מחבר האט געלט און דאווענט שפעט, ווייס איך שוין וואס צו טוהן כדי צו זיין מער רוהיג..

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 8:26 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האסט מיך נישט פארשטאנען.
איך האב דיך דערמאנט בלויז ווייל כ'האב מיך פארגעשטעלט וועסט הנאה האבן פון א ווארט פון רבי חי יצחק, עס איז מיר נישט איינגעפאלן דיר צו קריטיקירן און דאס ווארט איז נישט געווען געצילט קעגן דיר.
בכלל קלער איך אז ווער ס'דרייט זיך דא גענוג לאנג ווערט נישט פון דיר באליידיגט וויסנדיג אז ס'איז בלויז דברי חכמים כדרבונות און באמת זענט איר א זשענטלמאן מיט א כאריזמאטישער שמייכל אויפ'ן געזיכט און א זעץ אויף דער פלייצע צו אלעמען.
אלענפאלס האב איך פארדינט פון מיין פארנאכלעסיגקייט און דיין גרייז אז מיר האבן ערהאלטן נאך א הערליכער תגובה פון לעיקוואד.