בלאט 10 פון 12
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:53 pm
דורך גנדי
פיקציע האט געשריבן:קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?
די וואך גע'לערנט מיט מיין זוהן...
כל לנאותו אינו חוצץ
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:57 pm
דורך בדחן
גנדי האט געשריבן:We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story
אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:00 pm
דורך גנדי
זר זהב האט געשריבן:כ'האב הערשט יעצט געענדיגט קוקן דעם קליפ, און כאב כמעט נישט געליינט דעם אשכול ביז אהער. -- כ'האב געמיינט ס'ערגער ווי ס'האט אויסגעזען צו זיין, דער אינדיג רעד גראדע גאנץ גוט, ער איז וואויל אידישלעך. און די מערסט ראדיקאלע זאך וואס כאב באמערקט פון די איינוואוינער וואס מ'האט דא פילמירט, איז דאס מאכן קידוש און פירן דעם שבת טיש אנעם שטריימל בעקישע, עפעס וואס איך טוה אויך, און איך וואוין נישט אין עירמאנט...
דאס ערגסטע איז אפשר, אז די פרוי גייט מיט א שמאלע געפאסטע טיכל, וואס מקען דורכזעהן די צורת הראש און צורת הקוקו...
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:07 pm
דורך גנדי
בדחן האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story
אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,
א יעדע קהילה וואס ווערט פארמירט האט שטאטוטען.
יעדע קאנגרעגעשאן אדער מוסדות וואס ווערט רעגיסטרירט דארף אויספילן פאפירן.
אויף די פאפירן זאל זיין א פשוטע קליינע פראגע:
דאס געהערט פארן ציבור? אדער פארן יחיד?
דאס וועט פארמיידן אלע קאפ ווייענישען פון די לעצטע יארן....
אויב שרייבט מען אז דאס געהער צו דעם יחיד, זאל עס פארלירן די TAX EXEMPT STATUS
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:11 pm
דורך smart
צוויי נאיאיווע קשיות
1) גאלדבערעגר האט די אייגענע האר אדער דאס איז א שייטעל?
2) אויב נישט דאן וואס איז די הלכה א פרוי מעג גיין מיט איר איגענע האר? איננדרויסען אויף די גאס איך רעד נישט פון אינדערהיים.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:12 pm
דורך בדחן
עפעס מאכט נישט קיין סענעס מיט דיין תגובה,
ווייל אפילו א מוסד פון א ציבור האט אויך תקנות, און ווער עס פאלגט נישט די תקנות גייט פונעם מוסד, א שטייגער ווי סאטמערע קהלה האט שטאטוטען, UTA האט תקנות בנוגע בארד שניידען, היים קאמפויטער, צניעות ועוד, דערפאר איז עס זייער נישט קלאר וואס עס מיינט - לויט דיר - ציבור און וואס עס מיינט יחיד, א ציברוישע מוסד קען האבן, און האט די זעלבע באגרענצונגען ווי א יחיד קען האבן ביי זיך אינדערהיים.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:14 pm
דורך בדחן
smart האט געשריבן:צוויי נאיאיווע קשיות
איך האלט אז נישט אז דא איז די פלאטץ אריינצוגיין און די סארט דיטעלס,
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 9:42 pm
דורך גנדי
smart האט געשריבן:צוויי נאיאיווע קשיות
1) גאלדבערעגר האט די אייגענע האר אדער דאס איז א שייטעל?
2) אויב נישט דאן וואס איז די הלכה א פרוי מעג גיין מיט איר איגענע האר? איננדרויסען אויף די גאס איך רעד נישט פון אינדערהיים.
יא. עיין ערוך השלחן..
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 12:49 am
דורך נולד מאוחר
אויב מיינסטו דאס דארף מען וויסען אויב אין ערמאנט גייען רוב מיט אויפגעדעקט האר.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 2:37 pm
דורך פשטידא
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב מיינסטו דאס דארף מען וויסען אויב אין ערמאנט גייען רוב מיט אויפגעדעקט האר.
אויך דארף מען וויסן אויב דער ערוך השולחן איז א היתר צו גיין אויפגעדעקט, אדער נאר בנוגע זאגן קר"ש דערקעגן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:33 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב מיר ענדליך געשאפט אביסל צייט און אדורכגעקוקט דעם פילם. גאנץ אינטרעסאנט, אבער ענטהאלט אויך אסאך שטותים, וכדרכם, נישט קיין גרויסע נייעס.
און ליידער מוז איך אגריען צו זיי אז די אלע עקלהאפטע מחלוקת אינערהאלב אונזער קאמיוניטי, טוט פארשיקן אסאך וואוילע נשמות.
אינטרעסאנט ווי די אלע זוכן א געשמאק אין אידישקייט, וואס זיי טענה'ן אז ביי די חסיד'ישע איזאלירטע קאמיוניטי עקזיסטירט עס נישט, זיי קומען אונז אויסלערנען וואס מיינט א שבת קודש. צו זיצן אן שטריימל בעקישע און אלע קינדער אינאיינעם מיטן טאטן פויקן און זינגען ושאלאלאלאה לא יחסאר...
פון די אלע דאקומענטן, באשרייבונגען און קליפס וואס איך האב שוין געליינט פון די "אריגינעלע" אידישקייט אידן (וועלכע אקצעפטירן נאר די געשמאקע קוגל און טשולענט וכדומה), האב איך נאך קיינמאל נישט געזעהן באשריבן די זיסקייט פון זיך פארטיפן אין א שטיקל גמרא, שפירן א טעם און א קשר מיטן באשעפער, פון א הארציגע תפלה, אדער אנדערע זאכן וועלכע א פאלנער גוי וועט נישט פארשטיין. אוה"ח הק' האט שוין שלום דיען מודה געווען (שיין פון אים...), אבער די אנדערע רעדן נישט דערפון. זיי רעדן נאר פון די פאר שעה א וואך וועלכע ענטהאלט גשמיות'דיגע הנאות, און פרובירן אונז מסביר זיין ווי גוט איז צו זיין א איד...
איך וויל נישט אוועקמאכן וואס זיי זאגן, קבל את האמת ממי שאמרו, איך פרוביר אויך צו מאכן זיסע שבתים און ימים טובים ביי מיר אינדערהיים, זינג מיט די קינדער, און מען שפילט געימס פונקט ווי אין בדחן'ס משפחה, מען פארט אויף שיינע פלעצער, פארקס, וואסער, אנדערש ווי אנדערע וועלכע פארביטערן דאס לעבן אין שטוב. אבער, אבער... עפעס פעלט דא, וואס מען פרובירט צו באהאלטן... הא???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:05 pm
דורך בדחן
שיינע תגובה, שיין באשריבען כבוד הרב שמעקעדיג.
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:10 pm
דורך בעל הבית
גייט די תולדות אברהם זרח רבי גיין באזוכן האדמו"ר המרא דאתרא מעירמאונט שמעלצער רבי שליט"א
http://www.jdn.co.il/news/213145
נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 6:16 pm
דורך שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב מיר ענדליך געשאפט אביסל צייט און אדורכגעקוקט דעם פילם. גאנץ אינטרעסאנט, אבער ענטהאלט אויך אסאך שטותים, וכדרכם, נישט קיין גרויסע נייעס.
און ליידער מוז איך אגריען צו זיי אז די אלע עקלהאפטע מחלוקת אינערהאלב אונזער קאמיוניטי, טוט פארשיקן אסאך וואוילע נשמות.
איך קען נישט רעדן על הכלל כולו, אבער אין דעם ספעציפישן כלל קען איך דיר מעיד זיין אז נישט מחלוקת האט אים פארשיקט, ס'איז פונקט גוט ווען מען וויל זיך אליין קלאפן אין רוקן אז איך בין וואויל
ווי האט יענער געזאגט, מען רעדט ביי ליפא אין שול אז מען דארף ליב האבן יעדן איד, זאל פרובירן עפעס א פארפרומטע צדקתך איד דארט אריינצוקומען און זאגן א דרשה וועגן זאכן וואס שמעקן זיי נישט, אוי בין איך אים נישט מקנא
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:14 am
דורך דייטל
שוין ווידער אראפ
ווער איז זיך מרחם? שכוח פון פראנאויס
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:03 am
דורך boxcover
בן תמליון האט געשריבן:עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.
מקור?
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 9:27 am
דורך boxcover
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 9:27 pm
דורך smart
boxcover האט געשריבן:נייע
ארבעט אויך נישט
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:55 am
דורך בעריש
boxcover האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.
מקור?
אייגענע האר איז ציגעלייגט דער סאטמאר רב האט געזאגט אז אדרבה זאל ער ברענגען 10 מענטשען און מאכן א מנין בנוסח אשכנז
הרה"צ רח"י הב"ש האט מעיד געווען אז זיין באבע אשת ר' אהרן ט"ב ע"ה איז געווען א שליח פון דעם רב צי טשעקן אויב מגייט מיט האר (אדער אפשר ביי האר)
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:25 am
דורך הערשי
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:44 am
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וועיגן תולדות אברהם זרח רעבע, אבער הרה"צ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז איינער פון די חשוב'סטע רבי'ס פונ'ם היינטיקן דור וואס די אהבת ישראל שיינט ארויס פון זיין הייליגע צורה, און ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים. ער איז מקיים דעם מאמר חז"ל (פרקי אבות). "אהוב את הבריות ומקרבן לתורה".
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:52 am
דורך berlbalaguleh
בעריש האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.
מקור?
אייגענע האר איז ציגעלייגט דער סאטמאר רב האט געזאגט אז אדרבה זאל ער ברענגען 10 מענטשען און מאכן א מנין בנוסח אשכנז
הרה"צ רח"י הב"ש האט מעיד געווען אז זיין באבע אשת ר' אהרן ט"ב ע"ה איז געווען א שליח פון דעם רב צי טשעקן אויב מגייט מיט האר (אדער אפשר ביי האר)
ס'איז נישט מסתבר אז כ"ק הגהצה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט אייביג געשריגן אקעיגן אייגענע האר, אפילו "ביי האר" ביי פרויען, זאל טאלערירן איינער מיט אייגענע האר. נאר ער האט אייביג זייער טארק משתוקק געווען צו האבן אן אייגענע אידישע שטעיטל, נישט דווקא נאר פון סאטמארער חסידים.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:20 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:הרה"צ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז איינער פון די חשוב'סטע רבי'ס פונ'ם היינטיקן דור וואס די אהבת ישראל שיינט ארויס פון זיין הייליגע צורה, און ער איז מקרב אידן לאביהם שבשמים. ער איז מקיים דעם מאמר חז"ל (פרקי אבות). "אהוב את הבריות ומקרבן לתורה".
מיינסט צו זאגן ווילאנג מען האלט נישט אנדערש ווי איהם?
אריין אין צימעס...