איך פארשטיי פארוואס זיי זאגן נישט. אבער דאס איז די סיבה פארוואס ר' זלמן לייב קען זאגן מיט א בלעכענע פנים אז סאיז נישטא קיין עירוב ווייל דו קענסט עס נישט צייגן.
לאמיר איבערפרעגן, פארוואס קען מהרז"ל זאגן מיט א בלעכענעם פנים אז ס'נישטא קיין עירוב והראיה ער זעהט עס נישט, בשעת די גאנצע איסור פון טראגן שבת איז פון א גאט וואס ער זעהט נישט........
ניין, די מיזט נישט גלייבן אין יעדע זאך וואס די זעהסט נישט, אבער ווען דיין איינציגע פירכא איז אז "די זעהסט עס נישט" בשעת וואס די תורה זאגט "עד אחד נאמן באיסורים" וכל שכן ביי צוויי עדים, און אין באשעפער גלייבסטו כאטשיג די זעיסט עים נישט ביזטו א היפעקריט.
קהל'ס נער האט געשריבן:איטערעסאנט אז די זעלבע מענטשן וואס זאגן אז ס'איז נישטא קיין עירוב ווייל זיי זעהען עס נישט, האלטן אז מען טאר נישט טראגן ווייל אזוי האט באפוילן א גאט וואס זיי זעהען נישט........
א גאט קומט נישט צו זעהן ווייל א גאט איז העכער פון די פיזישע באגרעניצונגען ווי זעהן, משא"כ א עירוב אין יעדע שטאט זעהט מען
וואו שטייט אז מ'דארף זען א עירוב? מ'דארף אויך זען וויאזוי מ'פארקויפט די חמץ? וויאזוי מ'זאלצט די בהמות? און ווער דארף עס זען? הערשל קלאר? צימערמאן?
אין אלע דורות איז געווען רבנים וואס מ'האט זיך פארלאזט אויף זיי. און איך קען דיך שווערן בנקיטת חפץ אז אויב מהרז''ל זאל איינמאל בעטן פריוואט פון די רבנים אז ער וויל זען די עירוב וועט מען אים עס ווייזן בחפץ לב.
איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
די האסט אויך באמערקט אז די שטריק וואס הענגט פון מיין פארטש האט זיך צוריסן?
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
הייסט אז די בעלזע פאפא און קלויסינבורגע קהלה וואס זענען שומרי תורה מצוות זענען מלל שבת דאורייתא פשוט און גראד?
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
ווער זאגט אז דו דארפסט עס זען? ס'דא רבנים מובהקים וואס געבן די הכשר.
אז דו פילסט אז דו קענסט נישט טראגן מיט א עירוב וואס דו פערזענליך ווייסט נישט ווי ס'איז, דאן טראג נישט.
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
וויאזוי איז בכלל שייך צו פרעגן אויף עפעס וואס דו ווייסט נישט וואו עס דארף צו זיין? אפשר איז עס ווייטער פון דעם? אפשר נעמט עס ארום מער שטח?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-