בלאט 10 פון 13

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:08 am
דורך קהל'ס נער
שערי יושר האט געשריבן:
די אנדערע זייט האט געשריבן:ווען נישט זיי צורייסן עס וואלט מען עס אויכעט געקענט זעהן.
איך פארשטיי פארוואס זיי זאגן נישט. אבער דאס איז די סיבה פארוואס ר' זלמן לייב קען זאגן מיט א בלעכענע פנים אז סאיז נישטא קיין עירוב ווייל דו קענסט עס נישט צייגן.
לאמיר איבערפרעגן, פארוואס קען מהרז"ל זאגן מיט א בלעכענעם פנים אז ס'נישטא קיין עירוב והראיה ער זעהט עס נישט, בשעת די גאנצע איסור פון טראגן שבת איז פון א גאט וואס ער זעהט נישט........

#דאבל_סטענדערד

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:11 am
דורך שערי יושר
א מענטש מעג זיין סעלעקטיוו אין וואס ער גלייבט. ווייל ער גלייבט אין איין זאך וואס ער האט נישט געזעהן מוז ער נאכנישט גלייבן אין אלעס וואס ער זעהט נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:13 am
דורך שערי יושר
איך קען דיר אבער פארענטפערן איך גלייב אין עפעס וואס אלע מיינע זיידעס האבן געגלייבט. משא"כ דער עירוב.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:14 am
דורך קהל'ס נער
ניין, די מיזט נישט גלייבן אין יעדע זאך וואס די זעהסט נישט, אבער ווען דיין איינציגע פירכא איז אז "די זעהסט עס נישט" בשעת וואס די תורה זאגט "עד אחד נאמן באיסורים" וכל שכן ביי צוויי עדים, און אין באשעפער גלייבסטו כאטשיג די זעיסט עים נישט ביזטו א היפעקריט.

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:15 am
דורך שערי יושר
פארוואס מיינסטו דעיס האט מיט הלכה? סאיז פאליטיק

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:16 am
דורך חב''ד הויזן
שערי יושר האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:איטערעסאנט אז די זעלבע מענטשן וואס זאגן אז ס'איז נישטא קיין עירוב ווייל זיי זעהען עס נישט, האלטן אז מען טאר נישט טראגן ווייל אזוי האט באפוילן א גאט וואס זיי זעהען נישט........
א גאט קומט נישט צו זעהן ווייל א גאט איז העכער פון די פיזישע באגרעניצונגען ווי זעהן, משא"כ א עירוב אין יעדע שטאט זעהט מען
וואו שטייט אז מ'דארף זען א עירוב? מ'דארף אויך זען וויאזוי מ'פארקויפט די חמץ? וויאזוי מ'זאלצט די בהמות? און ווער דארף עס זען? הערשל קלאר? צימערמאן?

אין אלע דורות איז געווען רבנים וואס מ'האט זיך פארלאזט אויף זיי. און איך קען דיך שווערן בנקיטת חפץ אז אויב מהרז''ל זאל איינמאל בעטן פריוואט פון די רבנים אז ער וויל זען די עירוב וועט מען אים עס ווייזן בחפץ לב.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:17 am
דורך קהל'ס נער
שערי יושר האט געשריבן:פארוואס מיינסטו דעיס האט מיט הלכה? סאיז פאליטיק
זאל ער זאגן קלאר און נישט מגלה פנים זיין בתורה שלא כהלכה און עס ניצן אלץ א קרדום לחפור בו.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:19 am
דורך חב''ד הויזן
אז מ'רעדט שוין, וואס איז מהרא'ס מיינונג איבער די עירוב? איינער זאגט מיר אז רוב ארוינים אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב. איז עס אמת?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:21 am
דורך שערי יושר
איינער קען מיר געבן א נאמען פון איין (כ'דארף נישט קיין דריי) וויליאמסבורגע דיין וואס קען מיר זאגן אויפן טעלעפאן אז עס איז דא א כשר'ע עירוב אין וויליאמסבורג?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:21 am
דורך קהל'ס נער
שערי יושר האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א נאמען פון איין (כ'דארף נישט קיין דריי) וויליאמסבורגע דיין וואס קען מיר זאגן אויפן טעלעפאן אז עס איז דא א כשר'ע עירוב אין וויליאמסבורג?
ר' מאיר מאייעס

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:23 am
דורך שערי יושר
וואו איז ער איינגעשטעלט?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:24 am
דורך קהל'ס נער
בעלזא וויליאמסבורג דיין

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:24 am
דורך שערי יושר
חב''ד הויזן האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וואס איז מהרא'ס מיינונג איבער די עירוב? איינער זאגט מיר אז רוב ארוינים אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב. איז עס אמת?
ר' אהרן איז נאר א עקסטרעמיסט ווען סקומט צו ק"י

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:27 am
דורך שערי יושר
קהל'ס נער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן: ווי איז ער איינגעשטעלט?
בעלזא וויליאמסבורג דיין
נו זיי זענען דאך א קהלה פון שומרי תורה ומצוות קען מען זיך פארלאזן אויף עם.
אוי אבער איין מינוט, זייער רבי איז דאך עובר אויף בחירת הטמאות וואס איז בהרג ואל יעבור,

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:57 am
דורך קהל'ס נער
טאקע א שטארקע פירכא.
איך פארשטיי אבער נישט פארוואס דארפסטו לויפן ביז בחירות, קענסט זאגן סאך פשוטער, מהרז"ל האט דאך קלאר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין עירוב אין וויליאמסבורג, מילא די אלע דיינים וואס זאגן אז ס'יא דא זענען מחללי שבת, נו איז דען א מחלל שבת באגלייבט צי זאגן אז ס'דא א עירוב?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:25 am
דורך אלע צוזאמען
שערי יושר האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן: ווי איז ער איינגעשטעלט?
בעלזא וויליאמסבורג דיין
נו זיי זענען דאך א קהלה פון שומרי תורה ומצוות קען מען זיך פארלאזן אויף עם.
אוי אבער איין מינוט, זייער רבי איז דאך עובר אויף בחירת הטמאות וואס איז בהרג ואל יעבור,
אלע פאפא דיינים זאגן אז ס'איז כשר, איך האב אנגעפרעגט עטליכע.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:26 am
דורך מתבודד
שערי יושר האט געשריבן:איינער קען מיר געבן א נאמען פון איין (כ'דארף נישט קיין דריי) וויליאמסבורגע דיין וואס קען מיר זאגן אויפן טעלעפאן אז עס איז דא א כשר'ע עירוב אין וויליאמסבורג?
הרב יעקב זיידא, וויזניצע דיין

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 8:34 am
דורך נחבא
שערי יושר האט געשריבן:ווייל אין יעדע שטאט איז דא א מאפע און מקען זעהן די עירוב משא"כ אין וויליאמסבורג
אוודאי איז דא א מאפע.

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:59 am
דורך פרנס החודש
איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:12 am
דורך אלע צוזאמען
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
די האסט אויך באמערקט אז די שטריק וואס הענגט פון מיין פארטש האט זיך צוריסן?

Re: די עירוב שערורי' אין ברוקלין

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:12 am
דורך שערי יושר
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
הייסט אז די בעלזע פאפא און קלויסינבורגע קהלה וואס זענען שומרי תורה מצוות זענען מלל שבת דאורייתא פשוט און גראד?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:55 am
דורך חב''ד הויזן
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
ווער זאגט אז דו דארפסט עס זען? ס'דא רבנים מובהקים וואס געבן די הכשר.

אז דו פילסט אז דו קענסט נישט טראגן מיט א עירוב וואס דו פערזענליך ווייסט נישט ווי ס'איז, דאן טראג נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:01 pm
דורך שמן למאור
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו טראגן אין וויליאמסבורג, איך בין סיי ווי אן אוועקגעלאפענער. עס איז אויך זעלבסטפארשטענליך אז די אוסרים מיינען נישט מער פון קאנטראל. אבער זאגן אז עס איז דא אן עירוב ווען מען קען שפאצירן אויף מירטל עוועניו און אראפ פלעטבוש עועניו ביז ברוקלין ברידש פארק אן זען קיין שום אווערפעס אדער שטריק איבערן קאפ, איז אביסל….
וויאזוי איז בכלל שייך צו פרעגן אויף עפעס וואס דו ווייסט נישט וואו עס דארף צו זיין? אפשר איז עס ווייטער פון דעם? אפשר נעמט עס ארום מער שטח?