בלאט 10 פון 12
נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 12:45 pm
דורך משגיח
רבי ליפא דערציילט ווי איז די בארד...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:17 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז נייעס שרייבט וועגן ליפא'ס בארד און זיין ניגון
http://www.vosizneias.com/148784/2013/1 ... pearances/
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
ר' יואל ראטה מיט זיינע תלמידים קאכן אינעם ניגון פינטעלע איד. גאנצע קליפ איז הערליכע שיין.
9:32
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5bZgbVQXwBI[/youtube]
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
C/P
בס"ד
טייערע און ליבע יודן:
איך האב גענומען דעם קיעבארד אין האנט, צוליב דעם לעצטיגן "נארישן" מערכה וואס ווערט געפירט קעגן דעם אלעמען באקאנטן זינגער און בדחן ר' ליפא שמעלצער.
יעדער (יעדער? נישט ממש יעדער. בלויז געציילטע משוגעים) איז פארנימען מיט דעם שרעקליכן עולה פון נעמען דעם עיקר פון יידישקייט "בארד", און חוזק מאכן דערפון.
איך גיי נישט דא אפפרעגן די טומלער, אפילו מ'קען פון יעדן עקסטער מאכן אש און פארעך. איך בין בלויז געקומען פארענטפערט ר' ליפא.
הגם, אים אליין גייט ווייניג אן וואס די משוגעים שרייען, די לעצטע צעהן יאר האבן אים שוין אויס געלערנט אז וויפיל מ'זאל זיך פארענפערן, פארשטאפן זיי די אויערן, נאר איך האב נישט געקענט פארטראגן די שקר.
איך וועל דא פראבירן מסביר זיין "פאר די וואס ווילן הערן". נאכאמאל, די וואס ווילן שרייען, זאלן טאקע הייזעריג ווערן. איך רעד דא פאר די וואס ווילן הערן און פארשטיין.
כדי צו פארשטיין, דארף איך קודם מאכן צוויי קליינע הקדמות.
קודם כל, ס'איז באקאנט פאר ווער עס ווייסט, אז ר' ליפא מאכט גאר טיפע גראמען, און צו פארשטיין דעם פוינט, דארף מען אריינטראכטן, נישט נאר טומלען...
און קיינער פון די אלע טומלער האבן נישט גענומען די גרויס מי און פלאג, אראפצונעמען די סקאטש-טעיפ וואס פארקלעבט די מוחות, און טראכטן גראד.
צוויי, ווי יעדער ווייסט, איז ר' ליפא א איש חסד, א מענטש וואס טוט אויף פאר יודן מער ווי אלע רע-בנים און טומלער צוזאמען. ובפרט פאר יודן וואס "דער פענסטער איז זיי נעבעך שטויביג". ער איז זיי מקרב, זיי שפירן אן אפן הארץ ביי אים. און איך פערזענליך בין עדות דערויף. ווען איך בין געווען אין מיינע "שוואכע יארן" איז מיר אלעמאל צוניץ געקומען א ווארעם זמר'ל פון ר' ליפא.
יעצט, דאס איז כ"ע מודה, אז ווען א יוד וואס געוויסע רופן אן "באם" וועט דאווענען א שחרית אין - לאמיר זאגן - ראדני, וועט זיך אים זיכער אנקלעבן עפעס אין אים פון די ווארימע דאווענען. (איך ממיין נישט דוקא ראדני, די זעלבע מיט אלע אנדערע היימישע בתי מדרשים)
און אויב ער זיך דרייען בכלל איבערן טאג צווישן יודן, וועט ער אטאמאטיש ווערן נאכגעשלעפט. ווי אלע ספרים זאגן, אז דער מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך זיין סביבה.
נאר וואס דען פארטרייבט זיי? דער קרומער בליק, דער מין קוק וואס אונז געמער זיי. ווי צו זאגן "די ירבעם בן נבט, ניטאמאל אין חלום זאלסטו טראכטן פון אריינקומען דא". דאס אריינגעגעסענע האס קעגן די יודן מאכט זיי וועלן אנטלויפן פון אונז, וואס הרג'ט אפ די מעגליכקייט זיי צו ראטעווען.
יעצט קומט דער עיקר. "ר' ליפא האט בלויז געוואלט ארויסברענגען אז א יוד אהן א בארד איז אויך א יוד". נישט אז א יוד מיט א בארד איז נישט א יוד. אפילו נישט אז א יוד אהן א בארד איז דער יוד וואס דארף זיין. דער מעסעדש צווישן די שורות בלויז: "פארטרייבט נישט די יודן אהן בערד, זיי האבן נאך האפענונג. זיי האבן א פינטעלע יוד וואס וועט זיי נאך בעזהשי"ת צוריק ברענגען".
איך האף אז מיינע ווערטער האבן עפעס אויפגעטאהן. און אויב איין יוד וועט יעצט מקרב זיין א "באם", האט זיך אלעס געלוינט!!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:27 am
דורך דער (פינטעל) איד
גרויסער טיפוש דער קלמן פארקאש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:32 am
דורך שמעקעדיג
c/p איז קלמן פארקאש?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:16 am
דורך דער (פינטעל) איד
אדער חיים פאפלענאש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:06 am
דורך סלינקי
נאך א ניגון אויפן סידי איז "ונקדשתי" א הארציג שטיקל זייער פאסיג טאקע יעצט פאר די הייליגע ימי השובבי"ם הבעל"ט
ונקדשתי בתוך בני ישראל
ונקדשתי בתוך בני ישראל
ונקדשתי
ונקדשתי
בתוך בתוך בני בני ישראל
מענטשן גאר הייליג און ריין
בעלמא דקשוט והדין
קיינמאל נישט לאזן גיין
דיין נאמען איין
עס ציטערט א ציין נאך א ציין
די שווערע נסיונות ביישטיין
באשעפער נאר דו אליין
ווייסט וואס איך מיין
ווען ספרי מוסר איך ליין
פיל מאל איך קען נישט פארשטיין
און א וועלט אזוי געמיין
ווער קען זיין ריין
דאך איז דא מענטשן וואס גייען
אין פייער צו האלטן דיין חן
ווי פון אייזן דאס געביין
קענען זאגן ניין
ונקדשתי בתוך בני ישראל
ונקדשתי בתוך בני ישראל
ונקדשתי
ונקדשתי
בתוך בתוך בני בני ישראל
פיל מאל איך קלער און איך וויין
מער ווי א האן וואס קען קרייען
עס איז טרערן נישט פון קיין
טרויער און פיין
ס'איז תן בי כח, תן
ס'קומט פון די תפלה נאר איין
מיין אתרוג זאל בלייבן שיין
בעדנו הגן
זאגטס אלע...
טי ריי ריי...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 12:33 pm
דורך ממרום שלח אש
ראשעקאל האט געשריבן:C/P
איך וועל דא פראבירן מסביר זיין "פאר די וואס ווילן הערן". נאכאמאל, די וואס ווילן שרייען, זאלן טאקע הייזעריג ווערן. איך רעד דא פאר די וואס ווילן הערן און פארשטיין.
"ר' ליפא האט בלויז געוואלט ארויסברענגען אז א יוד אהן א בארד איז אויך א יוד". נישט אז א יוד מיט א בארד איז נישט א יוד. אפילו נישט אז א יוד אהן א בארד איז דער יוד וואס דארף זיין. דער מעסעדש צווישן די שורות בלויז: "פארטרייבט נישט די יודן אהן בערד, זיי האבן נאך האפענונג. זיי האבן א פינטעלע יוד וואס וועט זיי נאך בעזהשי"ת צוריק ברענגען".
דאס איז וואס מיר רופן ווישפול טינקינג.
אין פרידנס צייט וואלט מען נאך געקענט מדחיק זיין בדוחק גדול דעם פשט, אבער ווען ליפא גייט און שניידט זיך אפ דעם בארד און מאכט דעם ניגון לכבוד המאורע, איז די מעסעזש גאנץ קלאר... חוץ פאר די וואס ווילן "נישט" פארשטיין...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 3:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
אבער יעצט ווייסט שוין יעדער? נעקסטע מאל וויל איך נישט הערן, דאס מאל האט ליפא איבערגעצויגן די שטריקל.. גענוג געווען, דו ווייסט שוין אז ער איז נישט פאר דיר.. גוט שבת הער נישט זיינע טעיפס, און רעדט נישט דערפון
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:15 pm
דורך שמעקעדיג
"דער בלאט" האט זיך צולאזט די וואך, א מחי' צו ליינען,
"קאננעקטעד טו גאד"...
"רבנים עיני העדה"...
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
די דזשאוק איז אז די רבנים וואס האט ארויסגעגעבען די קול קורא'ס קעגן אים זענען דאך די וואס האבן אים ארויסגע'רודף'ט. יעצט זאגן זיי "זעסט, ער איז טאקע א שייגעץ......."
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
אשריך ר' שרגא!
כלל ישראל דרוקט אויס א הערצליכן דאנק פאר די וואויל-בארימטע חברת שירה וועלכע האבן אנערקענט אין די נידעריגקייט פון דער קאנצערט וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן אויף בראודוועי דורך ליפא שמעלצער, און האבן זיך אנטזאגט פון זיך צו באטיילוגען. כה לחי'. אין זכות פון דעם קידוש שם שמים וועט איר ווייטער מצליח זיין צו משמח זיין אידישע שמחות אנע ברעכן יסודות'דיגע גדרים, דורכ'ן באשיינען א "געמישטע קאנצערט" וועלכע ברענגט בלויז צרות ישראל, מחלות, און קרענק.
אשריך רבי שרגא פייוועל גאלד, און זיין קאפעליע. עם ישראל חי.
C/P
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:08 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך פרעג נאכאמאל, ווער האט זיך גענארט ביז יעצט אין ליפא, און יעצט איז ער אויפגעקומען אז הן לן והוא להו?
ווער ס'ווייסט זיין מהלך, ווייסט וויאזוי צו עסן זיינע סחורה, און ווער ס'ווייסט נישט ביז היינט, ווייסט נאכאלץ נישט..
איך פערזענליך, האלט אז ר' ליפא האט גארנישט אנדערש געמאכט זיינט ער איז אויפן מאפע, איי ס'האט פאר מאנכע אויסגעקוקט לויטן זייער מהלך צייטנווייז, האבן זיי כאטש יעצט זיך געכאפט, אויב דאס ווילן זיי..
ס'דא וואס לעבן פשוט צו בארעדן, איך רעדט למען האמת, אויב איינער האט זיך גע'נארט ביז יעצט.
זיין מהלך איז אין מיינע אויגן נישט אנדערש ווי אסאך אסאך מיט לאנגע בערד, אלא מאי, כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:16 pm
דורך יואליש
ס'איז איראניש ווען דער בלאט אטאקירט די וועלכע וואס זאגן אז רבנים ווערן פארפירט פון עסקנים...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:24 pm
דורך קאווע טרינקער
די משל פון הרב ריינוס זצ"ל איז א שלעכטע, ווייל לויט ווי די "ימים ידברו" האט זיך אויסגעשטעלט איז הרב ריינוס גערעכט געווען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
בכלל אטאקירן איינער וואס איז בכלל נישט אינעם סאטמארע געמיינדע, ער מאכט דאך שבת פאר זיך, ווי קומט דאס אריינשטעקן די נאז אין עירמאנט און זאגן דיעות, קודם זאלן זיי נעמען די יוצאי סאטמאר און זיי אויסשמירן ווי ס'געהער לפי דרכו
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:33 pm
דורך אויפגעקלערטער
שבת פאר זיך? זיינע סי די'ס זענען איבעראל. ער שטעקט אריין זיינע חזרייען איבעראל, ביטע מאך דיר נישט נאריש
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:34 pm
דורך אויפגעקלערטער
קענסט נישט זיין א פובליק פיגור און נאכדעם שרייען נעם קער פון אידן וואס מהערט נישט פון זיי א מוג. ארויסגעבן סי דיס איז ווייט נישט שבת פאר זיך, ביזט פובליק און אפן צו קריטיק
נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער שטעקט אריין זיינע סחורה, מער ווי די יוצאי סאטמאר? מער ווי אנדערע קונצלער?
זיינע סידיס און קאנצעטן זענען נישט אדווערטייזט אין די היימישע פלעצער בכלל, און קוק ווער ס'שעלט? דער וואס ער האט ביי זיי נישט אדווערטייזט.. ווי זענען די שעלטערס ווי ער האט יא אדווערטייזט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
http://www.youtube.com/watch?v=E2xgi8_R ... e=youtu.beאפשר דארף מען א באזונדערע אשכול אויפן טעמע פונעם בראדוועי שאוי, לאז איך פאר ענק עס מסדר זיין. תודה רבה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
ליפא מאכט ליצי לצנות ביי א משפחה שמחה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JocJi1sI_CE[/youtube]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא אויף בראדוועי