בלאט 10 פון 29

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:30 am
דורך טעפל
כתר מלכות האט געשריבן:גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!

נייע סידי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:03 pm
דורך סאשי פיש
א נייע סידי פון 8th day.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:12 pm
דורך סאשי פיש
איינער געדענקט אים נאך?!..
מיט די מעשה וואס מען פארציילט איבער זיין שפילען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 1:31 pm
דורך איך אויך
וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:48 pm
דורך גלות יוד
טעפל האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:גלות יוד, על זה אנו דנין, צו זיין זינגען האט א טעם פון צואה אדער פון שמעקעדיגע בשמים. ועל כגון דא נאמר על טעם וריח אין להתוכח.

האט שוין איינער געזאגט דא, על טעם וריח אין להתוכח ובכל זאת מתוכחים, ער איז פון די בעסטע היינט, יא, שמעקעדיגע בשמים!

ער איז קיין זינגער ניט סוף פסוק. ער האט נאך קיין איין ניגון נישט ארויסגעזינגען ריכטיג. ער מאכט זיך נאריש, פרובירט צו זינגען הויך אלע מינע קינצען, אבער געזינגען א ניגון ריכטיג דאס נישט, ווייסט פארוואס? ווייל ער קען נישט ער האט נישט באקומען די מתנה און פערטיג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:32 pm
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:וועלכע מעשה? און פארוואס שפילט ער אין א טוי סטאר?

שירה קאנדאקטער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 12:37 pm
דורך מצטמק ויפה
כתר מלכות האט געשריבן:בד"וו וואס פשט אז יואלי הורוויץ קאנדאקט די קווייער און שרגא פייווול זינגט כאחד מן השורה?

איך וואלט געזאגט אז די געוואלדיגע הצלחה וואס שטעקט אין די שירה קווייער איז דייקא דאס.
וואס איך מיין צו זאגן איז, אז א מענטש וויל האבן הצלחה דארף ער זיך ארויסהאבן און נישט זיך פאפען, און שרגא פייוויל האט טאקע געעפנט דעם קווייער, אבער ער האט איינגעזעהן אז יואלי הורוויץ האט א געוואלדיגע טאלאנט אין אנפיהרען א קווייער האט ער איהם עס איבערגעגעבן, און אזוי האט ער א געוואלדיגע סוקסעס!

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:41 pm
דורך סאשי פיש
נעכטען ביי די העסק קאנצערט 27,
האט מען פאר די קינדער קוויער גענוצט די נייע ״שיר ושבח״ קינדער קווייער,
דאס זענען חסידישע קינדער מיט אראפגעלאזטע פיאות,
אנגעפירט דורך חיים מאיר פליגמאן.

ביים זינגען,
image.jpg

image.jpg

נאכען קאנצערט מיט דוד פדידה פון ארץ ישראל,
image.jpg

מיט ברוך לעווין,
image.jpg

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיין! עפעס מער אינפא אויף די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:56 am
דורך טעפל
ביי די חזרות..[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_j_-hVAJStg[/youtube]

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
ברון לעווין מיט די קינדער קאוועיר לייו ביים קאנצערט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YHxorPD5GxQ[/youtube]

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
א קנאק פון א קאנצערט wow.
look up hasc 27 concert

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:45 pm
דורך סאשי פיש
נאך בילדער פון די ״שיר ושבח״ קינדער קווייער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:53 pm
דורך hotel
ווייסט איינער ווער סאיז געווען דער ערשטער היימישער וואן מען בענד ?ערגעץ אויף א ינטערוויא אויף ק.מ האט איינער האלפערין געזאגט אז ער .אנדערש ווי איך האב געוואוסט אז פערל ? איז געווען און ב.ד.וו וואס טוט זעך מיט די ערשטע דור צו שפילט נאך איינער פון זיי?פערל.האלפערין.לעוו.גאלדבערגער ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
פערל איז געווען דער ערשטער מיין איך, האלפערין איז אויך שוין פון גאנץ אנהייב. האלפערין און לעוו שפילן נאך אויב מ'רופט זיי

נשלח: דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:36 am
דורך טעפל
יא, דאכציך ער איז געוועהן אין יענע צייטן די שטארקסטע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:13 am
דורך מ גפני
וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am
דורך ישמעאל הכהן
שמעקעדיג האט געשריבן:רבי שבתי פרנס איז אויכעט פון די עשרה ראשונים דוכט זיך. ניין?

ער איז געווען פון די גאנץ ערשטע אויב נישט דער סאמע ערשטער

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:16 am
דורך ישמעאל הכהן
מ גפני האט געשריבן:וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

ניין

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:41 am
דורך סאשי פיש
מ גפני האט געשריבן:וואלף בער ג"ב שפילט שוין נישט?

כמעט נישט, ער האט אפגעקויפט שטיינבערג׳ס בעקריי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס ווי פרישע חברה אין ישראל. זייער שיין. [tag]סאשי פיש[/tag]?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=IgpuUaPvHa4[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 20, 2014 1:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
סארי, איך זעה די אשכול איז נאר פאר בילדער... רבותי ווי באלאנגט עס?