בלאט 10 פון 13

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:44 am
דורך יהודי פשוט
דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:53 am
דורך אוהב ספרים
יהודי פשוט האט געשריבן:דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס


בינת נבונים איז דא 2 די אלטע און די נייע
חשב נבונים איז עפעס אנדערש, איך בין זיך נישט טועה

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:28 pm
דורך אוהב ספרים
יעצט נאכאמאל בודק געווען, חשב נבונים איז ארויסגעקומען אייר תשע"ו

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 3:19 pm
דורך יהודי פשוט
אויב די האסט עס נאך געקוקט און די זאגסט מיט א זיכערקייט, איז טעיתי, זעהט אויס אז איך האב געמאכט א טעות, איך האב עס הערשט יעצט געזעהן און איך האב געמיינט אז עס איז א נייע זאך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:05 pm
דורך סקרן
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 4:36 pm
דורך יהודי פשוט
סקרן האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט

היינט נאכט....
יהא זכרו ברוך!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 7:49 pm
דורך ברוך שפינוזה
שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי



האלב סאטמאר זענען דאך געוועזענע מונקאטשער, ווען ער שטעלט זיך ווען צו, וואלט ער געהאט די טעראריסטן, און סאטמאר וואלט געבליבן אזויווי קלויזענבורג.
קענסט זיך נאר פארשטעלן וויאזוי אונזער אמעריקאנע יידישקייט וואלט היינט אויסגעקוקט!!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:34 pm
דורך ברוך שפינוזה
ארי נוהם האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.


צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.

מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.


אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.

ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.


וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.


קענסט אויך צולייגן בעלזע רב, אין ארץ ישראל האט ער כמה פעמים געזאגט אז "מ'האט אונז פארנארט".

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:38 pm
דורך ברוך שפינוזה
יהודי פשוט האט געשריבן:ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????



"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:42 pm
דורך ברוך שפינוזה
תנחום האט געשריבן:@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט



והוא הדין אלע אנדערע וואס האבן געהאט עפעס קעגן ציונות, אויסער חב"ד און סאטמאר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:42 pm
דורך ברוך שפינוזה
אישתישבי האט געשריבן:איז דא נאך וואס האלטען דער איסור פין שלש שבועות חוץ סאטמאר והגלילות?



די חב"דסקער.

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:56 pm
דורך קל וחומר
חב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.

זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:17 pm
דורך ברוך שפינוזה
קל וחומר האט געשריבן:חב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.

זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם


http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7.A0.D7.95

איז דאס גענוג?

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 12:12 am
דורך יהודי פשוט
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????



"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.


ווי קומט אריין דער דאקטער דא? איך קוק דאס אן פאר ריינע אמונה, און עס זענען דא נאך אסאך אזעלכע....

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז אין תיקון עולם דערמאנט דער מנחת אלעזר יא די שלש שבועות. קוקט׳ס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:35 am
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז אין תיקון עולם דערמאנט דער מנחת אלעזר יא די שלש שבועות. קוקט׳ס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אפילו ווען ס'איז דערמאנט איז עס נאר כסניף. זיין עיקר מלחמה איז געווען קעגן די ראיון הציונות אז ככל הגוים בית ישראל און די געדאנק פון לאומית אז אידן זענען א פאלק אפילו אן תורה.
די סאטמאר רב האט געשריבן די ויואל משה, מברר צו זיין די הלכה'דיגע פראבלעם פון די מדינה, און מיט דעם איז ער געווען א יחיד. די מלחמה קעגן די ארגינעלע ציונות איז געווען אנגענומען אין רוב חרד'ישע מקומות, ביז ס'איז ארויסגעקומען די ויואל משה וואס האט געטוישט די מלחמה פון השקפה צו הלכה און וויבאלד סאטמאר רב'ס שיטה איז נישט אנגענומען געווארן כמעט אין ערגעץ, איז די גאנצע מלחמה קעגן ציונות בטל געווארן

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס אויך ווי דיר, און איך האב עס דערמאמט אין דעם ארטיקל אויף הרב קוק. אבער עפעס האב איך לעצטענס באמערקט אין דעם תיקון עולם.

דער שלש שבועות ווערען דערמאנט ביי פיהל רבנים, זאגאר הרב קוק זעלבסט, וואס האט נישט געוואלט ארבעטען מיט מאכט קעגען די גוים. אבער נישט ווי דער ויואל משה וואס מאכט פון דעם אן עיקר און א חלק פון אמונה אין ביאת המשיח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 10:36 am
דורך סקרן
אין מענה חכם פון ר' יואל כהן שרייבט ער דארט די עיקר חילוק פון ויואל משה און אלע אנדערע אדער ווי ער זאגט חב"ד מיט סאטמאר איז איינער האט געמאכט א מלחמה קעגן רעיון הציונות און איינער קעגן מעשה הציונות

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 10:36 am
דורך סקרן
די דינובער האט נעכטן נאכט געפיהרט א טיש לעי"נ די פאטער מונקאטשער רב זי"ע

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 12:00 pm
דורך יהודי פשוט
סקרן האט געשריבן:די דינטובער האט נעכטן נאכט געפיהרט א טיש לעי"נ די פאטער מונקאטשער רב זי"ע
אזוי ווי יעדע יאר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:39 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד האט געשריבן:הר"ר ברוכ'ל זצ"ל בהדלקת נר חנוכה תשל"ב
ליל א
ליל ב
ליל ג

[tag]לעיקוואד[/tag], דו קענסט עס איבערשטעלען, ביטע?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 4:40 pm
דורך שבת אחים
סאיז דא אזא לעגענדע אז דער מנחת אלעזר זצ״ל האנט אנגעפרעגט דעם אהבת ישראל צי ער זאל אפלאזן די שידוך און דער סב״ק האט אים געזאגט ניין! און ער האט אים געזאגט ״וועסט נאך זעהן אסאך נחת ביי די אייניקלעך״ . איינער האט א מקור פאר די מעשה וועל איך אים דאנקבאר זיין. איך האב עס געהערט אלץ בחור און לעצטענס געליינט אויף אייוועלט. היות איך בין נישט קיין מעמבער דארט קען איך יענע שרייבער נישט פרעגן פון וואו ער נעמט דאס.

סקען זייער מעגליך זיין.

בקיצור אויב איינער ווייסט מעהר זאל ער ביטע זאגן. יישר כח למפרע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!