בלאט 10 פון 11
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:39 am
דורך בעל הבית
ווייסט איינער אויב פאפא פארן קריג האט געהאט די זעלבע סטאטוס? אדער דאס איז נאר געשען אין אמירקה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:23 pm
דורך דולה ומשקה
בעל הבית האט געשריבן:ווייסט איינער אויב פאפא פארן קריג האט געהאט די זעלבע סטאטוס? אדער דאס איז נאר געשען אין אמירקה
דאס האט זיך אנגעהויבן בימי ה'ויחי יוסף', אבער געווארען מער אפציעל ביין רבי'ן שליט"א, אין ווי לענגער ער איז רבי, אלס לענגער ווערן מענטשן קאנווינסט אז יש דברים בגו. פארוואס איהם? האט מיר איינער מסביר געוועהן אין איין שורה "קוק אן די בילדער פון איהם..."
נניח, זאל זיין אזוי, אבער וואס האט דאס מיט דער עצם חסידות בכלל אין אויף פאפאנע חסידים כל אחד ואחד בפרט?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:32 pm
דורך סאשי פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:[האט מיר איינער מסביר געוועהן אין איין שורה "קוק אן די בילדער פון איהם..."
א סעמפעל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:35 pm
דורך זר זהב
נישטא וואס צו רעדן, אין די היינטיגע בילדער וועלט איז שווער צו זיין א סוקסעספולע רבי אן א הדרת פנים. דער עולם גייט פאר LOOKS .
גוד פאר יו מהרז"ל מסאטמאר!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:50 pm
דורך לכבוד שבת קודש
סושי. אזא בילד קענסטו טרעפן אויף אסאך גרויסע רבי'ס... בעלז, סאטמאר (ביידע) און נאך אסאך אנדערע... ס'זאגט נישט גארנישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:10 pm
דורך סאשי פיש
טאקע אזוי
אבער ביי אים איז רוב בילדער אזוי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:52 pm
דורך בעל הבית
ממש אבי גרעדט,ס'טוט מיר וויי, ווי מען מאכט חזוק סתם אין די וועלט אריין אויף אזא חסידש הערליכע מקום, פליז סטאפס,
אין פאר פאפא וויל איך זאגן, עטץ האץ ענק גארנישט וואס צו שעמען חזק ואמץ
קוקטס שיינע פיקטשערס, כאשר יענו אתו כן ירבה
http://www.jdn.co.il/news/252573
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:42 pm
דורך קעגן די נעט
איז פאפא דו צווייט גרעסטע קהילה מיט מוסדות אין וומ"ס ?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:01 pm
דורך שת.אדמזאהן
קעגן די נעט האט געשריבן:איז פאפא דו צווייט גרעסטע קהילה מיט מוסדות אין וומ"ס ?
ר' סענדער דייטש, פלעגט זאגן אויף דעם: סאטמאר איז דער גרעסטע קהילה אין וומ"ס, נאך דעם קומט סאטמאר, נאך דעם קומט נאכאמאל סאטמער, א.א.וו. נאך צען מאל סאטמאר קומט פאפא.
כלומר, פערצופאל איז אין וומ"ס נישטא קיין קהילה אין סייז, צווישען סאטמאר און פאפא. אבער דאס מאכט נישט פאפא גרויס. ווען בעלזא וואלט נישט אנטלאפען פון וומ"ס וואלטן זיי לכאורה געווען גרעסער, וויבאלד רוב בעלזא חסידים פון ב"פ, די ראשי משפחות, זענען געוועזענע וויליאמסבורגע תושבים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:43 pm
דורך בעל הבית
שת. קודם א ברכת שלום עליכם, אין נאכדעם א מזל טוב פארן פאפא-סאטמער שידוך
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:46 pm
דורך שת.אדמזאהן
בעל הבית האט געשריבן:שת. קודם א ברכת שלום עליכם, אין נאכדעם א מזל טוב פארן פאפא-סאטמער שידוך
viewtopic.php?f=33&t=4594#p145081
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:20 pm
דורך לכבוד שבת קודש
עס קען זיין אז מאנכע האבן אנגענומען מיין ארטיקל, אלס חוזק און לצנות אויף פאפא, וויל איך דא קלארשטעלן אז מיין כוונה איז נישט דאס געווען. פאפא איז באמת א שיינע חסידות, הערליכע מוסדות התורה והחינוך. דער פאפא רב שליט"א זעלבסט האט באוויזן אויפצובויען און ארויפברענגען דאס חסידות אויף הויכע שטאפלען ווי קיינמאל פריער, זיין הנהגה איז מיט אן ערליכקייט און פרומקייט, ער מיינט נישט פאליטיק, ער מיינט נישט חשבונות. דוכט זיך אז ער איז פון די איינציגסטע אדמורי"ם אויף וועמען מען רעכט זאגן אז ער מיינט טאקע ריין לשם-שמים, ער איז אן אמת'ער ערליכער איד, און דאס איז א זאך וואס קיינער איז נישט מחולק דערויף. אנדערע רבי'ס האבן די וואס וועלן זאגן אז ער איז קדוש הדור און אנדערע וואס וועלן זאגן אז ער מיינט זייטיגע חשבונות, אויף פאפא רב איז כולי עלמא מודי אז ער מיינט טאקע לשם-שמים, צו דעם אלעמען איז ער א תלמיד-חכם, ירא שמים און ערליכער איד. געדענקט טייערע אידן! - תמימות איז קיין זינד נישט, פאליטיק און ווייטאן אנדערע אידן קען זיין א זינד, עס איז נישט קיין ספק אז חוזק מאכן פון אזא איד איז א גרויסער זינד.
די חסידות אליין פעלט אויך גארנישט. הערליכע מוסדות התורה, זייערע חדרים אין אלע שטעט זענען פון די שענסע און בעסטע, און ווערט געפירט מיט חכמה און א שטארקע האנט, וואס איז זעלטן צו געפינען. אז מען טראכט באמת אריין מיט א ניכטערן בליק, איז קלאר אז פאפא איז פון די שענסטע קהילות וואס עקזיסטירן היינטיגע טעג אויפן כדור הארץ. זיי זענען די ריינסטע פון מחלוקת, פון די חשוב'סטע בחלק ההנהגה, און יא, זיי באווייזן אויפצוטון אין די פעלד פון חינוך א געוואלד, און דאס קען מעיד זיין אלע וואס קענען זיך אביסל אויס אין די מוסדות. ווידער אין די גשמיות'דיגע חלק פעלט זיי אויך גארנישט, געלט און גבירים גיסן זיך ביי זיי.
עס איז א הערליכע חסידות לשם ולתפארת.
און אמת'דיג גערעדט! נעמט אייך אונטער אויפן נייעם יאר, מכבד צו זיין אנדערע פלעצער בכלל, און אט די הייליגע חסידות בפרט. איך קען אייך צוזאגן מיט מיינע העכערע כוחות וואס מען האט מיר געשאנקען פון הימל (זייענדיג א איד און פארמאגנדיג זכות אבות), אז אויב איר וועט זיך אונטערנעמען אויפן נייעם יאר שמירת הדיבור אין די סארט הינזיכטן, און מוחה זיין ווען איינער טשעפעט זיך מיט אט דעם פאל, בין איך אייך מבטיח אויף א אמת'ע גוט געבענטשט יאר, און אלע זאכן וואס איר דארפט וויכטיג אין לעבן, און איר זענט מתפלל דערויף אין די הייליגע טעג, וועלן נתקיים ווערן בתכלית השלימות.
געדענקט! בלוט איז נישט קיין וואסער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:22 pm
דורך זר זהב
זענען פאפא'נע חסידים בדרך כלל אזוי ריין פון בארעדן אנדערע אז דו באשיצט זיי אזוי? אפשר שרייבסטע עפעס א מוסר פארציע פאר זיי אויך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:25 pm
דורך לכבוד שבת קודש
פון בארעדן אנדערע, אויפן אופן ווי אנדערע בארעדן זיי? - יא, זיי זענען ריין דערפון!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:02 am
דורך שלום על ישראל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:35 am
דורך גנדי
I have a dream that my four Pupa friends will one day live in a Williamsburg where they will not be judged by the Impression of their Rabbi but by the content of their own character
Martin Luther King
August 28 1963
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:01 pm
דורך נצבד
א שאנדפולער אשכול!!
קיינער דא העכער די פופצען יאר האלט נישט באמת אז א פאפענער אינגערמאן איז מיט עפעס ווינציגער ווי א אינגערמאן פון עני אנדערע חסידות, ענקער חזרה פון די נארישע גירסא דינקותא,איז אן עקל און א גרויל.
"איך בין איין פאפאנער"
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:37 pm
דורך סלינקי
א דאנק דעם אשכול איז פאפא געווארן א פאפולערע טרענד די לעצטע פאר וואכן, ס'האט זיכער געהויבן זייערע סטאקס.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:50 am
דורך טעפל
כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:07 am
דורך zurich
אבער דאכציך מיר אז די אשכול איז געעפענט געווארן ארויסצוברעינגן די שאנדע אז פאפא איז דיסקרעמענעידעד, דערווייל איז עס געווארן פונקט פארקערט ס׳געווארן א פאפא,פורים, חעלם אשכול
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 10:28 am
דורך gehlungen
טעפל האט געשריבן:כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"
I really think this ESHKOL doesn't make any sense and its just not fair and it makes us look like idiots
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:15 pm
דורך טעפל
gehlungen האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"
I really think this ESHKOL doesn't make any sense and its just not fair and it makes us look like idiots
איך ווייס נישט צו די וייסט אבער דאס קומט פון פאפא די מאמר פאפא שטייט אין וועט שטיין, פרעג דיך נאך..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 9:38 pm
דורך gehlungen
I think it's time to stop this nonsense